‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך האָט מען דערמאָנט אַ געשעעניש פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס האָט געהאַט אַ ממשותדיקע השפּעה, קודם־כּל, אויף אַ גיכערן סוף פֿון דער שרעקלעכער שחיטה אין אייראָפּע; מיר מיינען דאָ דעם טאָג פֿון 6טן יוני 1944, ווען אין נאָרמאַנדיע, פֿראַנקרײַך, האָבן זיך דעסאַנטירט די מיליטער־טיילן פֿון דער אַנטי־היטלעריסטישער קאָאַליציע. דערמיט איז געעפֿנט געוואָרן דער אַזוי גערופֿענער "צווייטער פֿראָנט".

אויף די שפּאַלטן פֿון דער וועלט־געשיכטע ווערט עס אָפּגעשאַצט פֿון צוויי קוקווינקלען — די מערבֿדיקע אָפּשאַצונג און די סאָוועטישע. אייגנטלעך, קומט אַרויס דער טערמין "צווייטער פֿראָנט" פֿון די סאָוועטישע קוואַלן, און דערבײַ פֿלעגט שטענדיק צוגעגעבן ווערן אַ קאָמענטאַר וועגן "אַ פֿאַרשפּעטיקטער אַטאַקע" קעגן נאַצי־דײַטשלאַנד, ווען דער גורל פֿון דער מלחמה, לויט זייער השערה, איז שוין צו יענער צײַט געלייזט געוואָרן, און די היטלעריסטישע אַרמיי, אַן אויסגעמאַטערטע און אַן אַנטבלוטיקטע, האָט זיך קוים קעגנגעשטעלט דעם מערבֿדיקן מיליטער.

ס'איז קלאָר, פֿאַר וואָס סטאַלין און זײַן פּראָפּאַגאַנדע־אַפּאַראַט האָבן אַזוי סקעפּטיש און, אין אַ געוויסן זין, גרויסהאַלטעריש "קאָמענטירט" דאָס עפֿענען, סוף־כּל־סוף, דעם "צווייטן פֿראָנט". די סאָוועטישע אַרמיי האָט שוין צו יענער צײַט אָפּגעהאַלטן די וויכטיקסטן נצחונות — די סטאַלינגראַדער ווינטער־קאַמפּאַניע, און די זומער־האַרבסטיקע קאַמפּאַניע אונטער דער שטאָט קורסק. סטאַלין, ווי אַ בלוטיקער טיראַן און דיקטאַטאָר, וואָס האָט נאָך פֿאַר דער מלחמה אויסגעהרגעט צענדליקער מיליאָנען סאָוועטישע בירגער, האָט זיך ווייניק גערעכנט מיט מענטשלעכע קרבנות, בפֿרט ווען עס גייט אָן אַזאַ מלחמה. זײַנע אַליִיִרטע האָט ער עס נישט געקאָנט מוחל זײַן; און די ריזיקע הילף, באַקאַנט ווי "לענד־ליז", צוגעשטעלט פֿון דער אַמעריקאַנער און ענגלישער רעגירונגען, האָט סטאַלין אָפּגעשאַצט ווי אַ טובֿה, ווי איינער רעדט, אַבי נישט פֿאַרלירן קיין לעבעדיקע כּוחות; דאָס מיליטער.

מאַרשאַל זשוקאָוו, וואָס אויף זײַן חלק פֿאַלן אויס די גרעסטע פֿאַרדינסטן אינעם זיג איבער נאַצי־דײַטשלאַנד, האָט גאָר אַנדערש אָפּגעשאַצט די מאַטעריעלע הילף פֿון די אַליִיִרטע: "מיר וואָלטן געווען אין אַ שווערן מצבֿ אָן דעם אַמעריקאַנער פּולווער; מיר וואָלטן פּשוט נישט געקאָנט פּראָדוצירן אַזאַ גרויסע קוואַנטיטעט שיסוואַרג, וויפֿל ס'איז נייטיק געווען. אָן די אַמעריקאַנער ׳סטודעבעקערס׳ וואָלטן מיר נישט געהאַט מיט וואָס צו שלעפּן אונדזערע האַרמאַטן. זיי האָבן בכלל באַוואָרנט כּמעט אונדזער גאַנצן פֿראָנט־טראַנספּאָרט. דאָס פּראָדוצירן ספּעציעל שטאָל, אַזוי נייטיק בעת דער מלחמה, איז אויך פֿאַרבונדן געווען מיט דער אַמעריקאַנער הילף", — האָט געשריבן מאַרשאַל זשוקאָוו.

צוריק גערעדט, איז די סיבה, פֿאַר וואָס די אַליִיִרטע האָבן אַזוי שפּעט זיך געכאַפּט צו עפֿענען דעם "צווייטן פֿראָנט" אין אייראָפּע, איז טאַקע פֿאַרבונדן מיט די נצחונות, וואָס די סאָוועטישע כּוחות האָבן שוין געהאַט אָפּגעהאַלטן ביז דעם 6טן יוני 1944. די מערבֿדיקע פּאָליטיקער האָבן גוט פֿאַרשטאַנען, אַז אויב דירעקט זיך נישט אַרײַנצומישן און זיך נישט אויסזעצן אין פֿראַנקרײַך, וועט סטאַלין געווינען די מלחמה אַליין, און זײַן אַרמיי וועט צוקומען צו נאָרמאַנדיע. אַזאַ פּערספּעקטיוו האָט זיי געשרעקט נישט ווייניקער, ווי דײַטשישע אָקופּאַציע.

דאָס צעטיילן אַלע שוועריקייטן פֿונעם לעצטן מלחמה־יאָר און דעם נצחון איבערן נאַצי־דײַטשלאַנד צווישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די מערבֿדיקע אַליִיִרטע, האָט, חוץ די מענטשלעכע צײַטווײַליקע פֿרײַנדלעכע געפֿילן צווישן די זיגערס, געהאַט אויך אַ גרויסע פּאָליטישע מעלה. דהײַנו: זי האָט פֿיזיש אויסגעמאַטערט ביידע אידעאָלאָגיש־קעגנערישע לאַגערן אַזוי ווײַט, אַז זיי האָבן געמוזט זיך אָפּהאַלטן פֿון אָנשטעלן איינער קעגן דעם אַנדערן די האַרמאַטן בײַם טײַך עלבאַ.

די שפּעטערדיקע יאָרן האָבן עס דײַטלעך אַרויסגעוויזן, שאַפֿנדיק אַ מצבֿ פֿון דער אַזוי גערופֿענער "קאַלטער מלחמה", וואָס איז פֿאַקטיש אָנגעגאַנגען ביזן קראַך פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אין 1992.