Marat Grinberg,
"I Am to Be Read Not from Left to Right but in Jewish:
From Rigth to Left";
The Poetics of Boris Slutsky. Boston: Academic
Studies Press, 2011.
דער סאָוועטישער דיכטער באָריס סלוצקי (1919—1986) געהערט צו דעם ערשטן — און דעם לעצטן — דור, וואָס זייער גאַנץ לעבן איז אַדורך אונטער דער שליטה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. די מלחמה האָט צעשפּאָלטן זייער לעבן אויף צוויי טיילן. "דאָס געבוירן־יאָר נײַנצן נײַנצן — צוויי און צוואַנציק אין איין און פֿערציקסטן יאָר", אַזוי הייבן זיך אָן די באַקאַנטסטע לידער זײַנע.
אין דער רוסישער דיכטונג איז סלוצקי באַקאַנט, קודם־כּל, ווי אַ מלחמה־דיכטער. זײַן קוק איז תּמיד ניכטער און זאַכלעך, זײַן וואָרט — וואָגיק און שפּאָרעוודיק. אַ זעלטענער מײַסטער פֿון דער פּאָעטישער טעכניק, מײַדט ער בכּיוון אויס וואָסער ניט איז עפֿעקטן און באַנוצט זיך מיטן "פּראָזאַיִשן" לעקסיקאָן. סלוצקי, ווי אַ מענטש, לאָזט זיך ניט אַרײַנלייגן אין אַ סדום־בעטל פֿון דער פּשוטער אַלטערנאַטיוו סאָוועטיש/אַנטי־סאָוועטיש׃ ער איז פֿאַרבליבן אַ מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און אַ געטרײַער סאָוועטישער פּאַטריאָט, אָבער ער איז אויך געווען אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט, און בפֿרט פֿונעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם נאָך דער מלחמה. אויפֿן פֿראָנט איז ער שווער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן און איז פֿאַרבליבן אַן אינוואַליד. די לעצטע אַכט יאָר פֿון זײַן לעבן, נאָכן טויט פֿון זײַן פֿרוי, האָט ער געליטן פֿון אַ שווערער דעפּרעסיע און גאָרניט ניט געשריבן.
איין רוסישער קריטיקער האָט אָנגערופֿן סלוצקין "דער סאָוועטישער איובֿ", כּדי צו באַטאָנען דעם וועלט־היסטאָרישן, תּנ״כישן פֿאַרנעם פֿון זײַן טראַגישער דיכטונג. דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשער מאַראַט גרינבערג איז ניט מסכּים׃ ער האַלט, אַז סלוצקיס העלד איז געווען ניט איובֿ, נאָר משה רבינו. אין זײַן וואָגיקער פֿאָרשונג פֿון סלוצקיס דיכטונג לייגט גרינבערג פֿאָר אַ קאָמפּליצירטע און פּראָוואָקאַטאָרישע אויסטײַטשונג פֿון סלוצקיס פּאָעטיק ווי אַ מין מדרש, אַ פּאָעטישער פּירוש אויפֿן תּנ״ך פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה.
אַזוי אַרום באַקומט יעדע ליד אַ טיפֿערן, סימבאָליש–רעליגיעזן זין, וואָס לאָזט זיך אַנטדעקן נאָר מיט ספּעציעלע קריטישע כּלים. די דאָזיקע כּלים נעמט מען אַרויס פֿונעם אַרבעט־געצײַג פֿון דער מאָדערנער קריטישער טעאָריע, וואָס האָט פֿאַראייגנט די מעטאָדן פֿון טראַדיציאָנעלער ייִדישער תּנ״ך־אויסטײַטשונג. דער צווייטער טייל פֿונעם בוך באַהאַנדלט סלוצקיס דיכטערישע ירושה אויף אַ ברייטערן ליטעראַרישן קאָנטעקסט פֿון זײַן תּקופֿה און באַשטימט זײַן אָרט אין דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור.
גרינבערג לייענט און טײַטשט אויס סלוצקיס לידער אַנדערש פֿון אַנדערע קריטיקער. ער איז אויסן צו אַנטפּלעקן דעם ייִדישן סוד הינטערן סאָוועטישן פּשט. צוליב דעם בויט ער אויף קאָמפּליצירטע טעאָרעטישע רישטאָוואַניעס פֿון וואַלטער בעניאַמין, לאַקאַן, האַראָלד בלום און נאָך אַ טוץ אַזעלכע חכמים. אַ נאַיִווער לייענער מעג אַ פֿרעג טאָן׃ צי האָט סלוצקי טאַקע געהאַט דאָס אַלץ אין זינען, ווען ער האָט געשריבן זײַנע לידער? אַוודאי האָט ער געקענט דעם תּנ״ך זייער גוט, קינדווײַז האָט ער אַ ביסל שטודירט לשון־קודש, און די ייִדישע טעמע פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין זײַן דיכטונג. אָבער ווי באַרעכטיקט איז צו לייענען זײַן פּאָעזיע ווי אַ ספֿר־קודש?
אין תּוך גענומען, איז דאָס אַן ענין פֿון אמונה. אויב מען גלייבט, אַז דער אָדער יענער טעקסט פֿאַרמאָגט טיפֿע געהיימע מחשבֿות, און מען האַלט, אַז מען האָט אַ שליסל צו זיי, איז פֿאַרוואָס נישט? אין איין ליד האָט סלוצקי אַליין מרמז געווען אויף אַזאַ מין פּירוש׃ "איך לייען זיך ניט פֿון לינקס אויף רעכטס, נאָר אויף ייִדיש, פֿון רעכטס אויף לינקס". אַן אַנדער פֿראַגע איז, ווי עס האָט אַ זאָג געטאָן משה־לייב האַלפּערן, "צי וועט מען גלייבן משה־לייבן"? ווי ווײַט זײַנען גרינבערגס אויסטײַטשונגען איבערצײַגעוודיק?
איין צרה מיט דעם דאָזיקן בוך איז דאָס לשון. עס איז פּשוט איבערגעלאָדן מיט סופּערלאַטיוון און געהויבענע ווערטער, כּלערליי "מעטאַ־פּאָעטיק", "הערענעווטיק", "מעטאַפֿיזיק" וכדומה, וואָס צומאָל פֿאַרנעפּלען די אָריגינעלע און שאַרפֿזיניקע אײַנפֿאַלן פֿונעם מחבר. סלוצקיס אייגענער סטיל איז תּמיד געווען קלאָר, פּשוט, און זאַכלעך; זײַן וואָקאַבולאַר איז געווען רײַך, אָבער קיינמאָל ניט באָמבאַסטיש, זײַנע לידער זײַנען צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען.
דער אויסגאַנג־פּונקט פֿאַר גרינבערגס אַנאַליטישן מעטאָד איז די פֿאַרשפּרייטע השערה, אַז ייִדן זײַנען "עם־הספֿר", און אַז די ייִדישע טראַדיציע באַשטייט אין אויסטײַטשן די מקורים. אָבער דאָס איז ריכטיק בלויז טיילווײַז. די לעבעדיקע ייִדישע טראַדיציע עקזיסטירט ניט נאָר בכּתבֿ, נאָר אויך בעל־פּה, און דער בעל־פּהיִקער חלק איז געווען זייער וויכטיק פֿאַר סלוצקין. אויפֿגעוואַקסן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה אין כאַרקאָוו, האָט ער געקענט ניט נאָר לייענען, נאָר אויך הערן. פּונקט אַזוי דאַרף מען זײַנע לידער ניט נאָר לייענען, נאָר אויך הערן.
איך האָף, אַז גרינבערגס ווערטפֿול בוך וועט אַרויסרופֿן וויכּוחים און אויפֿלעבן אַן אינטערעס צו באָריס סלוצקין בפֿרט, און צו דעם ענין ייִדישקייט אין דער רוסישער ליטעראַטור בכלל. אַ סבֿרה, וואָס מען וועט דאָס דאָזיקע בוך אויפֿנעמען אין רוסלאַנד אַ סך מער קריטיש, איידער אין אַמעריקע. אין רוסלאַנד בלײַבט סלוציק דער לעצטער "קלאַסיקער" פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה, וואָס האָט פֿאַרקערפּערט און אויסגעדריקט זי מיט אַלע סתּירות, אילוזיעס און טראַגעדיעס. ער איז אַ וויכטיקער רינג אין דער קייט, וואָס פֿאַרבינדט מאַיאַקאָווסקין מיט בראָדסקין, דער לעצטער קלאַסיקער און אַ פֿאָרגייער פֿון פּאָסט-מאָדערניסטישן קאָנצעפּטואַליזם.
איצט האָבן מיר באַקומען גאָר אַן אַנדערן סלוצקין, אַ מין סאָוועטישן רש״י, וואָס האָט געשאַפֿן אַן אַרומנעמיקן פּירוש אויף דעם סאָוועטישן לעבן, אָבער פֿאַרבליבן מחוץ דעם גאַנצן סאָוועטישן ליטעראַרישן שטראָם. דאָס אַליין מאַכט באָריס סלוצקין פֿאַר איינעם פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטע פֿיגורן אין דער ליטעראַרישער געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט