הרבֿ אהוד באַנדעל אין "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע |
צו אונדז אין רעדאַקציע איז געקומען אַ חשובֿער גאַסט — אַ לאַנג־יאָריקער קעמפֿער אין ישׂראל פֿאַר מענטשן־רעכט, שלום און גערעכטיקייט און דערצו — אַ רבֿ; און ניט סתּם אַ רבֿ, נאָר דער ערשטער סאַברע, וואָס האָט באַקומען סמיכות ווי אַ קאָנסערוואַטיווער רבֿ אין ישׂראל — אהוד באַנדעל. ער האָט באַזוכט די פֿאַראייניקטע שטאַטן צוליב דעם, וואָס מע האָט אים און הרבֿ אַריק אַשערמאַן, די צוויי גרינדער פֿון דער אָרגאַניזאַציע "שׁומרי־מישפּט: רבנים פֿאַר מענטשן־רעכט" אין ישׂראל, באַערט מיט דעם בכּבֿודיקן "גאַנדי שלום־פּריז". די אָרגאַניזאַציע "ראַבינער פֿאַר מענטשן־רעכט" דערקלערט וועגן זיך, לויט זייער וועבזײַטל, אַז זי איז די איינציקע אָרגאַניזאַציע הײַנט־צו־טאָג אין ישׂראל וואָס לאָזט הערן דאָס קול פֿון ציוניזם און פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, וואָס שייך מענטשן־רעכט; און זיי גלייבן, אַז אָט די דרײַ עלעמענטן גייען האַנט בײַ האַנט. מע האָט זי געגרינדעט אין יאָר תּשמ"ט (1988) און זי באַרימט זיך, אַז צווישן אירע הונדערט מיטגלידער אין ישׂראל, קען מען געפֿינען אַלע סאָרטן רבנים: אָרטאָדאָקסן, קאָסערוואַטיווע, רעקאָסטרוקציאָניסטן, רעפֿאָרמער און רעניועל. זיי אַלע טענהען, אַז זיי זענען די איינציקע רבנים־אָרגאַניזאַציע אין ישׂראל וווּ אַלע מינים ייִדישע צווײַגן אַרבעטן בשותּפֿות. מײַן שמועס מיט הרבֿ אהוד באַנדעל האָט זיך אָנגעהויבן פֿון מײַן ביטע ער זאָל דערציילן אַ ביסל וועגן דעם שלום־פּריז אויף גאַנדיס נאָמען.
גאַנדי סימבאָליזירט דעם ענין פֿון שלום און דער פּאַציפֿיסטישער מעטאָדע פֿון קעמפֿן פֿאַר רעכט. דעם פּריז טיילט צו אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס הייסט Promoting Enduring Peace וואָס די ערשטע געווינערין איז געווען עלינאָר רוזוועלט. די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען דעם ערשטן מײַ, אַ טאָג וואָס סימבאָליזירט די סאָלידאַריטעט מיט אַרבעטער און זייערע רעכטן; הײַיאָר איז אויף דעם זעלבן טאָג אויך אויסגעפֿאַלן דער חורבן־טאָג. איך האָב דערמאָנט אָט די צוויי וויכטיקע אַספּעקטן בשעת דער צערעמאָניע. ווי אַ זון פֿון אַ חורבן־געראַטעוועטן טאַטן, וואָס זײַן גאַנצע משפּחה (פֿון דעם טאַטנס צד) איז אומגעקומען אין אוישוויץ, האָב איך גערעדט מכּוח די צוויי טײַטשן פֿון דער פֿראַזע: Never Again! (קיינמאָל ניט נאָך אַ מאָל!). וואָס מיינט עס: ׳קיינמאָל ניט נאָך אַ מאָל׳? אַז ייִדן וועלן זיך מער ניט לאָזן פֿירן ווי שעפּסן צו דער שחיטה, און דעריבער בין איך שטאָלץ צו זײַן אַ ישׂראלדיקער בירגער, וואָס האָט געדינט לאַנגע יאָרן אין דער אַרמיי, אין "צנחנים" (פּאַראַשוטיסטן) און אין "מילואים" (רעזערוו־אַרמיי) ביזן עלטער פֿון 45 יאָר. ס’איז וויכטיק, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק זאָל האָבן די מעגלעכקייט זיך צו באַשיצן. און צווייטנס — ניט ווייניקער וויכטיק איז, אַז קיין מענטש, און קיין גרופּע מענטשן, זאָלן קיינמאָל ניט לײַדן פֿון: זילזול, דע־הומאַניזאַציע, אונטערדריקונג און רדיפֿות.
דערציילט אַ ביסל וועגן דעם הינטערגרונט פֿון דער אָרגאַניזאַציע "רבנים פֿאַר מענטשן־רעכט" און וואָס זענען די צילן פֿון אײַער אָרגאַניזאַציע?
אין דער אָרגאַניזאַציע האָבן מיר מער ווי הונדערט רבנים פֿון אַלע ייִדישע דאָמינאַציעס און מיר זענען פֿאַרשיידנאַרטיק אין הלכהישע ענינים. אָבער מיר האָבן אָנגענומען אַ באַשלוס זיך צו פֿאַראייניקן אַרום דעם ענין פֿון מענטשן־רעכט און מענטשלעכן דרך־ארץ פֿון אַ ייִדישער רעליגיעזער פּערספּעקטיוו. די אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געוואָרן אין 1988, נאָכן אויסברוך פֿון דער ערשטער אינטיפֿאַדע (אין יענעם יאָר האָב איך אויך באַקומען סמיכות). דערזעענדיק די שווערע רעאַליטעט וואָס האָט זיך אַנטוויקלט מיטן פּרוּוו אונטערצודריקן דעם אויפֿשטאַנד אויף די שטחים און דאָס ברעכן פֿון מענטשן־רעכט — קאָלעקטיווע שטראָף פֿון אומשולדיקע, הײַזער־צעשטערונג, אומגערעכטע אַרעסטן און די גרויסע לײַד וואָס איז געפֿאַלן אויף דער ציווילער באַפֿעלקערונג ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון — האָבן אַ פּאָר רבנים געמיינט, אַז ס’איז דאָ אַ באַדערפֿעניש אַרויסצוהייבן אַ ייִדיש־רעליגיעז קול, וואָס וועט אונטערשטרײַכן די ווערטן פֿון מענטשן־רעכט. דערצו איז מיר פּערזענלעך אויסגעקומען צו דינען צוויי מאָל דרײַסיק טעג אין דעם פּליטים־לאַגער כאַן־יונעס, וואָס געפֿינט זיך אינעם עזה־פּאַס. ס’איז פֿאַר מיר געווען אַ שאָק און אַן אויגן־עפֿנדיקע איבערלעבונג. ביז דעמאָלט האָב איך ניט געזען אַזוי נאָענט די שווערע לעבנס־באַדינגונגען אין די פּליטים־לאַגערן אין עזה־פּאַס. נאָכיאָגנדיק די קינדער, וואָס האָבן געוואָרפֿן שטיינער, אין די שמאָלע געסעלעך און אין זייערע היימען, פֿאַרשטייסטו קלאָר אין וואָס פֿאַר אַ נעבעכדיקע באַדינגונגען עס לעבן מענטשן אונטער אונדזער הערשאַפֿט, און פֿאַר מיר איז דאָס געווען זייער אַ שווערע איבערלעבונג.
האָב איך זיך געזאָגט, אַז עפּעס דאַרף מען טאָן. דוד פֿורמאַן, אַ רעפֿאָרם־רבֿ און פֿירער האָט אָנגעשריבן אַ בריוו, ענטפֿערנדיק אויך אויף נאָך אַ פּרוּוו פֿון די רעליגיעזע פּאַרטייען אָפּצוהאַלטן די אָנערקענונג פֿון די ניט אָרטאָדאָקסישע גיורים (אַן ענין וואָס איז וויכטיק פֿאַר אַלע מינים רבנים), אַז וויכטיקער פֿון דעם ענין "ווער איז אַ ייִד?", איז — "וואָס איז אַ ייִד?", און ווי אַזוי מען דאַרף זיך אויפֿפֿירן. דאָס געפֿיל איז געווען, אַז מיר האָבן פֿאַרגעסן דעם וויכטיקסטן געבאָט פֿון דער תּורה: "מה שׁשׂנוא עליך אַל תּעשׂה לחבֿרך" (וואָס איז דיר פֿײַנטלעך, טו ניט צו דײַן חבֿר). דער פֿאַקט, אַז מע טאָר ניט אָפּנאַרן דעם גר, ווײַל גרים זײַט איר געווען אין מצרים. די שקלאַפֿערײַ־איבערלעבונג האָט אויסגעפֿורעמט דאָס ייִדישע פֿאָלק און אַלץ מיטן ציל, אַז ווען מיר וועלן אָנקומען אין אונדזער לאַנד און דאָרט זײַן די הערשער, זאָלן מיר זיך באַציִען צו דער מינדערהייט, וואָס לעבט מיט אונדז, אויף אַן אַנדער אופֿן. דער רעליגיעזער עסטאַבלישמענט אידענטיפֿיצירט זיך הײַנט מיט אולטראַ־נאַציאָנאַליסטישע און צומאָל, אַפֿילו ראַסיסטישע, ריכטונגען. מיר האָבן אַ טאָפּלטן ציל: צו פּראָבירן באַשיצן די מענטשן, וואָס זייערע רעכט האָט מען געשעדיקט, און צו באַשיצן דעם גוטן שם פֿון ייִדישקייט פֿון חילול־השם, וואָס ווערט פֿאַראורטיילט, ווען מע אידענטיפֿיצירט ייִדישקייט מיט ראַסיסטישע און אוממאָראַלישע טענדענצן.
דער קאַטאַליזאַטאָר פֿאַר אונדזערע טעטיקייטן זענען די מענטשן־רעכט פֿון די פּאַלעסטינער אין די אָקופּירטע טעריטאָריעס. אָבער מיר זײַנען טעטיק אויך אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, ווי למשל: עקאָנאָמישע גערעכטיקייט, עליה־אַבסאָרבירונג צווישן די עטיאָפּישע עולים, עפֿנטלעכע וווינשאַפֿט (קעגן אַרויסטרײַבן משפּחות פֿון זייערע היימען); און מיר האָבן געאַרבעט מיט מענטשן וואָס זענען געווען אין דער "וויסקאָנסין־פּראָגראַם". פֿון אָט דער פּראָגראַם איז אַרויסגעקומען, אַז מע האָט אָפּגעזאָגט אַרבעטסלאָזע צו געבן זיי אַ שטיצע, צעטרעטנדיק דערמיט זייער כּבֿוד, לטובֿת די עקאָנאָמישע אינטערעסן פֿון פּריוואַטע אינסטיטוציעס און יחידים. האָבן מיר געגרינדעט אַ צענטער אין חדרה פֿאַר דער זעלבסט־פֿאַרשטאַרקונג פֿון די דאָזיקע מענטשן, און צוזאַמען מיט זיי מצליח געווען אָפּצושאַפֿן די פּראָגראַם אין דער כּנסת. אָדער אַזאַ זאַך ווי באַשיצונג פֿון די פּאַלעסטינער ערד־אַרבעטער, וואָס די עקסטרעמע קאָלאָניסטן אין דרום־חבֿרון־באַרג האָבן זיי ניט געלאָזט באַאַרבעטן זייערע אייגענע פֿעלדער, אַרײַנגערעכנט אַזאַ אַקציע ווי אויסוואָרצלען זייערע ביימער. צום סוף, האָט דאָס העכסטע געריכט געפּסקנט לטובֿת די ערד־אַרבעטער, אַז מע מוז זיי דערמעגלעכן צו באַאַרבעטן זייערע פֿעלדער. אָבער ביז דעם דאָזיקן פּסק האָבן מיר זיי באַגלייט און פֿונקציאָנירט ווי אַ מענטשלעכער שוץ קעגן די עקסטרעמע קאָלאָניסטן. דאַנקען גאָט, אַז הײַנט־צו־טאָג האָט די אַרמיי גענומען אויף זיך די דאָזיקע אַחריות.
פֿון דעסטוועגן האַלטן מיר, אַז אונדזער צענטראַלע שליחות איז אַ דערציִערישע. רבנים גייען אויך און האַלטן רעדעס וועגן מענטשן־רעכט פֿון אַ ייִדישן שטאַנדפּונקט אין גימנאַזיעס, אַרמיי, אין "פּראָטאָ־אַרמיי־דינסט־ישיבֿות". מיר האָבן געהאַט אַן איניציאַטיוו צו לייענען בחבֿרותא די אומאָפּהענגיקייט־מגילה און זי צו פֿאַרטײַטשן ווי אַ בלאַט גמרא; מיר האָבן עס גערופֿן "מסכת עצמאות". אַ פֿראַזע ווי "מיר באַגרינדן די מדינה אויף די יסודות פֿון שלום אין ליכט פֿון דער זעונג פֿון ישׂראלס נבֿיאים", האָבן מיר איבערגעלייענט מיטן צוועק זיך צו פֿרעגן נאָך 63 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, צי מיר האָבן אויסגעפֿילט די דערוואַרטונגען און וווּ שטייען מיר אין שײַכות מיט מקיים זײַן דעם צוזאָג פֿאַר גלײַכהייט. איך מיין, אַז מע דאַרף זיך מודה זײַן, אַז מיר זענען נאָך ווײַט פֿון דערגרייכן אָט די צוועקן.
ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז מיר זענען אַ ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע. מיר זענען שטאָלצע ישׂראלדיקע בירגער, וואָס ווילן פּשוט, אַז די מדינה זאָל זײַן נאָך מער געטרײַ די ווערטן פֿון איר אַנטשטייונג־מגילה פֿון 1948. מיר זענען קריטיש כּלפּי דער רעגירונגס־פּאָליטיק, אָבער עס איז אַ קריטיק פֿון ליבשאַפֿט, און פֿון זאָרגן וועגן דעם מאָרגן פֿון דער מדינה, דעם מאָרגן פֿון אונדזערע קינדער. מע פֿרעגט אונדז: "צי האָט איר פֿאַרדאַמט דעם מאָרד אין איתּמר?" (אַ ייִדישע קאָלאָניע אויף דעם אָקופּירטן מערבֿ־ברעג, וווּ ס׳איז לעצטנס דערמאָרדערט געוואָרן אַ משפּחה פֿון פֿינף נפֿשות דורך צוויי פּאַלעסטינער טעראָריסטן — ע.מ.). און מיר ענטפֿערן אויף דעם, אַז פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר פֿאַרדאַמען די עקלהאַפֿטע מערדערישע אַקטן פֿון אונדזערע שׂונאים, און מיר בעטן אויך פֿון די פּאַלעסטינער רעליגיעזע פֿירער אַרויסצוקומען מיט אַ פֿאַראורטייל קעגן אַזעלכע געשעענישן. מע פֿרעגט אונדז אָפֿט: "וואָס איז לגבי די מענטשן־רעכט פֿון ייִדן?" ענטפֿער איך דערויף, אַז דאָס טו איך אין מײַן מיליטער־דינסט, וואָס איז דער מכשיר אָפּצוהיטן אונדזער קיום און אונדזערע רעכטן. אָבער לגבי זיי (די פּאַלעסטינער — ע.מ.), איז ניטאָ ווער ס׳זאָל זיי באַשיצן, און מיר טוען דאָס."
וואָס זאָגט איר אויף דער טענה, אַז די פּאַלעסטינער זענען די אמתע מענטשן־רעכט פֿאַרברעכערס; למשל, אין שײַכות מיט גלעד שליטן (דער געפֿאַנגענער ישׂראלדיקער זעלנער, וועלכער געפֿינט זיך שוין פֿינף יאָר אין די הענט פֿון "כאַמאַס", וואָס דערלויבט ניט דעם "רויטן קרייץ" אים צו באַזוכן, ווי דאָס אינטערנאַציאָנאַלע געזעץ פֿאָדערט)?
ערשטנס, פֿאַרדאַם איך שטאַרק די דאָזיקע באַהאַנדלונג; און צווייטנס, פֿאַר וואָס זאָלן מיר זיך אַראָפּנידערן צו זייערע סטאַנדאַרטן? מיר דאַרפֿן זײַן געטרײַ צו די סטאַנדאַרטן פֿון תּורת־ישׂראל און ניט צו די סטאַנדאַרטן פֿון אונדזערע ערגסטע שׂונאים. דאָס איז אונדזער סוד פֿון קיום. איך מיין, אַז אונדזער מעלה קעגן אונדזערע שׂונאים באַשטייט פֿון מאָראַליטעט און פֿון קוואַליטעט; און אויב די הייליקייט פֿון אַ מענטשלעך לעבן האָט ניט קיין ווערט בײַ אונדזערע שׂונאים, דאַרפֿן מיר אָפּהיטן אונדזער אייגענע מאָראַלישע מעכטיקייט. איך ווינטש זיי, אַז אין זייער צוקונפֿטיקער מדינה זאָלן זיי האָבן אַזעלכע מענטשן־רעכט אָרגאַניזאַציעס, ווי בײַ אונדז זײַנען דאָ; דעמאָלט וועלן זיי זיך בעסער באַציִען צו זיך אַליין. איך גלייב, אַז די זיכערהייט פֿון אונדזער מדינה איז אויך אַ פֿונקציע פֿון אונדזער מאָראַלישער מדרגה. איך זאָרג אויך וועגן דער מאָראַלישער זײַט פֿון אָקופּאַציע: דער געוואַלד און דאָס פֿעלן פֿון כּבֿוד בעת דעם מיליטער־דינסט, ווערן אַרײַנגעבראַכט אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, און האָבן דירעקטע קאָנסעקווענצן צום ענין פֿון געוואַלד אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. מיר דאַרפֿן זיך באַפֿרײַען פֿון הערשן איבער אַן אַנדער פֿאָלק.
מיר האָבן געגרינדעט אַ וועב־זײַטל מיטן ציל פֿון אינטער־אַקציע, וואָס איז אונדז וויכטיק צו טאָן אַפֿילו מיט אַזעלכע, וואָס זענען ניט מסכּים מיט אונדז. מיר ווילן ניט זײַן קיין עליטיסטישע גרופּע פֿון עקסטרעם־לינקע. מיר גלייבן, אַז די ווערטן פֿון מענטשן־רעכט דאַרפֿן זײַן די ווערטן פֿון יעדן ייִד, ניט נאָר פֿון די "לינקע", ווי ס׳איז, לײַדער, דער מצבֿ הײַנט אויף די שטחים. סע דאַרף זײַן הויפּטשטראָמיק.
ווי גרויס, אָדער קליין, איז דער שאַנס פֿאַר שלום הײַנט־צו־טאָג? און וואָס קענען מיר טאָן, כּדי אים צו דערנענטערן?
די שרעקלעכסטע זאַך איז צו פֿאַרלירן די האָפֿענונג. אַזעלכע "פֿאָרויסזאָגענישן", ווי ניטאָ קיין צוקונפֿט, קיין פּאַרטנער — "אין עם מי לדבר" (ניטאָ מיט וועמען צו רעדן) — ווערן צום סוף פֿאַרווירקלעכט. מיר דאַרפֿן קוקן אויף יעדער זאַך מיט אָפּטימיסטישע, אָבער ניט נאַיִווע אויגן. מיר לייגן ניט פֿאָר, חלילה, אַז ישׂראל זאָל זיך אָפּזאָגן פֿון איר געווער. מיר דאַרפֿן געפֿינען יעדן וועג צו שלום, און איך מיין, אַז די איצטיקע רעגירונג גייט ניט אין דער ריכטונג, נאָר אַדרבא, זי פּראָבירט בײַ יעדער געלעגנהייט זיך צו באַפֿעסטיקן אין אירע דעות. אויב אַבא אבֿן פֿלעגט זאָגן אויף די פּאַלעסטינער, אַז זיי "פֿאַרלירן ניט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרלירן אַ געלעגנהייט", פֿיל איך הײַנט, אַז אָט די פֿראַזע פּאַסט מער פֿאַר דער ישׂראל־רעגירונג. נאָך דער סאַודישער שלום־איניציאַטיוו פֿון 2002, אַ שלום־איניציאַטיוו וואָס די אַלע מדינות פֿון דער "אַראַבישער ליגע" האָבן אונטערגעשריבן. (זי איז כּולל אַ פֿולע אָנערקענונג פֿון ישׂראל מיטן באַדינג פֿון אַן אַנטשטייונג פֿון אַן אומאָפּהענגיקער פּאַלעסטינער מדינה לויט די גרענעצן פֿון ביז 1967 גרענעצן — ע. מ.) לעבן מיר אין אַן אַנדער מדינה. אָבער מע דאַרף אויך אָנערקענען דעם פֿאַקט, אַז מיר זענען שוין אַריבער אַ שטיקל וועג: אויב בנימין נתניהו האָט שוין גערעדט וועגן צוויי מדינות פֿאַר צוויי פֿעלקער, איז עס קלאָר, אַז דאָס איז דער וועג און דאָס איז די ריכטונג וואָס ס׳האָט אַ דעצידירנדיקן רובֿ אין ישׂראל. איז שוין געקומען די צײַט אַריבערצוגיין פֿון דיבורים צו מעשׂים. פֿון דעם שטאַנדפּונקט, דאַרף מען קוקן אויף דער אָנערקענונג אין דער "יו־ען" פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה אין סעפּטעמבער, ווי אויף אַ געלעגנהייט אויסצומײַדן אַ קאַטאַסטראָפֿע. די זעלבע זאַך איז חל אויכעט לגבי דעם הסכּם צווישן "כאַמאַס" און "פֿאַטאַך".
אויב מע וויל פֿאַרזיכערן די עקזיסטענץ פֿון ישׂראל, דאַרף מען נעמען אויף זיך געוויסע ריזיקעס למען דעם שלום. איך גלייב, אַז מיר וועלן געפֿינען שותּפֿים אין דער רגע ווען מיר וועלן אַרויסווײַזן אונדזער ערנסטע באַציִונג אין שׁײַכות מיט דער פֿראַגע פֿון צוויי באַזונדערע מדינות. דעמאָלט וועלן מיר שאַפֿן אַ בונד מיט די מעסיקע, ווײַל הײַנט זענען מיר ערבֿניקעס אין די הענט פֿון די עקסטרעמע. איך חזר איבער: די געפֿערלעכסטע זאַך איז צו פֿאַרלירן די האָפֿענונג. ייִדן זענען געגאַנגען צו די גאַז־קאַמערן מיט ווערטער: "איך גלייב באמונה־שׁלמה אין דעם קומען פֿון משיח"; און איך גלייב, אַז די ראָלע פֿון די רבנים און אַנדערע רעליגיעזע פֿירער איז אײַנצופֿלאַנצן האָפֿענונג אין זייער ציבור, ווײַל דער ייִאוש איז די פֿרוכטבאַרע ערד וואָס אויף איר וואַקסן די עקסטרעמע. איז וויכטיק צו פֿאַרשטיין, אַז עקסטרעמע טוּונגען (ווי הײַזער־צעשטערונג, וועג־שטערונגען, ברוטאַליטעט, דערנידעריקונג, אאַ"וו, ווי אַ טאָג־טעגלעכע איבערלעבונג פֿון די פּאַלעסטינער אויף די שטחים, איז אַ וועג צו פּורעניות, פֿון וועלכע עס קומען אַרויס פּעולות פֿון נקמה און זעלבסטמאָרד.
צי מיינט איר, אַז די ווירקלעכקייט האָט זיך געענדערט זינט דער גרינדונג פֿון אײַער אָרגאַניזאַציע?
יאָ. צום ערגסטן. דאָס לעצטע יאָר, מיין איך, איז געווען אַ יאָר פֿון שווערע פֿאַלן. אין 1993, בײַם סוף פֿון מײַן טערמין ווי אַ פֿאָרזיצער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָבן מיר באַקומען דעם כּנסת־פּריז פֿון "איכות־חיים" (לעבנס־קוואַליטעט) פֿאַר דעם בײַטראָג פֿון 6 רבנים פֿאַר געזעץ־הערשונג. און הײַנט איז פֿאַראַן אַ געזעץ־פֿאָרלייג אויסצופֿאָרשן די פֿינאַנצירונג פֿון מענטשן־רעכט אָרגאַניזאַציעס. מיר זאָגן שטענדיק, אַז מיר וואַרטן אויף דעם טאָג ווען עס וועט זײַן מעגלעך פֿונאַנדערצולאָזן די אָרגאַניזאַציע, און אַז יעדער איינער זאָל געפֿינען אַן אַנדער פּרנסה. אָבער, ווי עס זעט אויס, איז די נייטיקייט אין אַזאַ אָרגאַניזאַציע ווי אונדזערע, שטאַרקער געוואָרן. די סכּנה פֿאַר דער דעמאָקראַטיע און ראַסיזם וואָס ס׳וואָלט שווער געווען זיך אַזוי פֿאָרצושטעלן מיט 30 יאָר צוריק, ווערט הײַנט אַ נאָרמע און פֿאָדערונג אָנצונעמען ווערן ווי אַ געזעץ. פֿון דעסטוועגן, טאָר מען זיך ניט האַלטן בײַ סטערעאָטיפּן. ווען מיר האָבן באַקעמפֿט אין כּנסת די "וויסקאָנסין־פּראָגראַם", איז צווישן אונדזערע געטרײַסטע מיטקעמפֿער געווען דווקא די כּנסת־דעפּוטאַטקע אורלי לוי פֿון אַבֿיגדור ליבערמאַנס פּאַרטיי, "ישׂראל ביתינו".
צום סוף, איך פֿאַרשטיי אַז הײַנט־צו־טאָג וווינסטו אין אויסטראַליע און דינסט דאָרטן ווי אַ רבֿ. טאָ דערציילט אַ ביסל ווי אַזוי קומט איר אַהין, און ווי געניסט איר פֿון דער אַרבעט אַזוי ווײַט פֿון דער היים?
אין 2005 האָב איך פֿאַרענדיקט דעם 8־יאָריקן טערמין פֿון שטיין בראָש דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג אין ישׂראל. האָב איך באַקומען אַ שטעלע אין מעלבורן. ס׳רובֿ פֿון דער ייִדישער קהילה דאָרט זענען לעבן־געבליבענע פֿון חורבן און זייערע משפּחות, וואָס זענען געקומען מיט אַ בונדיסטישן הינטערגרונט. האָבן זיי געזוכט אַן אָרט צו זײַן וואָס ווײַטער פֿון מיזרח־אייראָפּע, אַבי ניט פֿאָרן קיין ישׂראל. אין דעם פּראָגרעס־קלוב פֿון "בונד" האָט זיך אָנגעהויבן מײַן קהילה. און מע זאָגט דאָרטן, אַז די בונדיסטן וואָלטן זיך איבערגעקערט אין זייערע קבֿרים, ווען זיי וואָלטן געוווּסט, אַז דער דאָזיקער "פּראָגרעס־קלוב" איז איצט געוואָרן אַ שיל. ווי אַן ישׂראלי, איז פֿאַר מיר געווען אַ חידוש צו זען און הערן ווי קינדער זינגען אויף ייִדיש בײַ אַ חורבן־טאָג צערעמאָניע. אַזוינס עקזיסטירט דאָך ניט אין ישׂראל. פֿאַר מיר איז געווען זייער אינטערעסאַנט אָצוטרעפֿן אַ לעבעדיקע ייִדיש־קולטור. צו הערן קינדער וואָס זינגען אויף זייער בר־מיצווה "לאָמיר אַלע זינגען", איז געווען אַ ספּעציעלע איבערלעבונג. אָבער די בענקשאַפֿט האָט גענומען אויבערהאַנט, און איך האָב זיך געוואָלט אומקערן אַהיים. נאָר אין ישׂראל האָב איך זיך געקאָנט אויסדריקן פֿרײַ וועגן די אָנגעווייטיקטע טעמעס. ווי אַ רבֿ אין אַ קהילה, האָב איך געדאַרפֿט זײַן פֿאָרזיכטיק מיט דער צונג. די אָרטיקע קהילה שטיצט ישׂראל זייער, און איך שטאָלציר דערמיט. האָב איך ניט געוואָלט, אַז מענטשן זאָלן זיך פֿילן אומבאַקוועם. בײַ אונדז אין ישׂראל איז פֿאַראַן מער געלעגנהייטן צו קריטיקירן, און דערבײַ באַשולדיקט ווערן אין אומפּאַטריאָטישקייט און אומגעטרײַקייט. איך האָב געוואָלט, אַז מײַנע קינדער זאָלן זײַן אין ישׂראל און דינען אין דער אַרמיי. נאָך פֿינף יאָר האָבן זיי זיך אָנגעהויבן פֿילן דאָרט צו באַקוועם.
הרבֿ באַנדעל, אַ שיינעם דאַנק פֿאַר דעם אינטערוויו.