ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען מיר, ייִדן, רעדן וועגן די-פּי-לאַגערן און די מענטשן פֿון די דאָזיקע צײַטווײַליקע ייִשובֿים אין דער נאָך-מלחמהדיקער אייראָפּע, מיינען מיר, בדרך-כּלל, די ייִדן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן; ס’רובֿ אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און זײַנען פֿאַרבליבן שטעקן אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך צי איטאַליע, וואַרטנדיק אויף אַ מעגלעכקייט צו פֿאָרן קיין ארץ-ישׂראל, אַמעריקע צי נאָך ערגעץ-וווּ. ס’איז באַוווּסט, אַז די דאָזיקע שארית-הפּליטה האָבן אַרײַנגעטראָגן אַ ממשותדיקן בײַטראָג אין דעם אויפֿבוי פֿון ישׂראל, און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן זיי געשפּילט — און זייערע קינדער שפּילן ביזן הײַנטיקן טאָג — אַן אָנגעזעענע ראָלע אין ייִדישן לעבן. אמת, דאָס איז געוויינטלעך אַ ראָלע פֿון יחידים, ניט פֿון אַן אָרגאַניזירטן ציבור — די שארית-הפּליטה איז גלײַך ווי צערונען געוואָרן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה.

אין דער אמתן, האָט די שארית-הפּליטה געשאַפֿן נאָר איינעם, און דווקא גאָר ניט דעם גרעסטן, חלק אין דער אַלגעמיינער די-פּי-באַפֿעלקערונג. למשל, אין 1946 איז די צאָל פּוילישע "די-פּיס" געווען פֿיר מאָל גרעסער פֿון דעם ייִדישן קאָנטינגענט. איך ווייס פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג, אַז דאָס קען זײַן אַ נײַעס פֿאַר אַ סך ייִדן, בפֿרט פֿון דעם ייִנגערן דור. ווען איך דערמאָן אין מײַנע לעקציעס ניט-ייִדישע ד־י־פּיס, זע איך, אָפֿט מאָל, אַז די סטודענטן בלײַבן פֿאַרחידושט פֿון דער דאָזיקער אינפֿאָרמאַציע, ווײַל פֿאַר זיי איז די-פּי אַ ייִדישער באַגריף, ניט זעלטן — אַ טייל פֿון זייער משפּחה-געשיכטע. ניט צופֿעליק איז דאָס וואָרט "די-פּי" אַרײַן אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך, בײַנאַנד מיטן סינאָנים "פֿאַרוואָגלטע".

וועגן דער אַלגעמיינער געשיכטע פֿון די פֿאַרוואָגלטע מיליאָנען אייראָפּעער אין די יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה דערציילט דאָס בוך פֿון בען שעפּאַרד "דער לאַנגער וועג אַהיים" (Ben Shephard, The Long Road Home). הונגער איז די צענטראַלע טעמע פֿון דער דאָזיקער גלענצנדיק אויסגעפֿאָרשטער און פּרעכטיק אָנגעשריבענער געשיכטע. הונגער איז געווען די סיבה פֿאַר וואָס מען האָט נאָך אין אָנהייב פֿון דער מלחמה געשאַפֿן אַ ביוראָקראַטיע, וואָס האָט געדאַרפֿט זיך באַשעפֿטיקן מיט פּליטים. צוליב דער בריטישער בלאָקאַדע פֿון דער נאַצי-אָקופּירטער אייראָפּע, פֿלעגן דאָך קודם-כּל שטאַרבן די אָקופּירטע, ניט די דײַטשן, אַזוי אַז ס’איז געווען וויכטיק צוזאָגן דער אייראָפּעיִשער באַפֿעלקערונג, אַז מע וועט זיי אָנהאָדעווען נאָך דער באַפֿרײַונג.

זכרונות וועגן דעם הונגער און, בכלל, שוועריקייטן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה זײַנען געווען פֿריש בײַ די דײַטשן, און היטלערס רעגירונג האָט ניט געוואָלט פֿאַרלירן די שטיצע פֿון דער באַפֿעלקערונג. דערפֿאַר האָט מען אויסגעשטעלט אויף אומקום מיליאָנען לײַט אין די אָקופּירטע געגנטן ווי אויך די געפֿאַנגענע. דערפֿאַר האָט מען זיך אויך געאײַלט מיט אויסהרגענען די ייִדן. אַבי ניט צונעמען קיין איבעריקן ביס בײַ די "אייגענע" דײַטשן. הונגער האָט, אָבער, דיקטירט אויך אַנדערע באַשלוסן: "ניצלעכע שקלאַפֿן" (אַרײַנגערעכנט אויך טויזנטער ייִדן) האָבן איבערגעלעבט די מלחמה, ווײַל גאָר הונגעריקע מענטשן האָבן ניט געקענט אויספֿילן די פּלענער, וואָס די נאַציס האָבן פֿאַר זיי געשטעלט.

בען שעפּאַרד מאָלט אַ בילד, וואָס ווײַזט ווי אַנטיסעמיטיזם, צי פּשוט אומפֿעיִקייט צו פֿאַרשטיין די פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען פֿון די ניצול-געוואָרענע, זײַנען געווען וויכטיקע פֿאַקטאָרן, וועלכע האָבן געווירקט אויף דעם פּראָצעס פֿון אויפֿצובויען די באַציִונגען פֿון די ייִדן מיט דער בריטישער און אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציעס. ס’איז געווען שווער, למשל, אײַנצורעדן די ייִדן זיי זאָלן אָנהייבן אַרבעטן צי פּשוט אויפֿראַמען אין זייערע באַראַקן, ווײַל אַרבעט איז פֿאַר זיי געווען אַסאָציִיִרט מיט אַנומלטיקע גזירות. אָבער די אַדמיניסטראַציע האָט אויף זיי געקוקט ווי אויף ליידיק־גייערס און געקליבן דערווײַל נחת פֿון די טיכטיקע באַלטישע (עסטאָנישע, ליטווישע און לאַטווישע) די-פּיס, כאָטש יענע זײַנען אָפֿט מאָל געווען, אין דער אמתן, פֿאַשיסטישע קאָלאַבאָראַטאָרן.

אומבאַהאָלפֿנקייט, בפֿרט אין דער ערשטער צײַט, האָבן געוויזן די צדקה-אָרגאַניזאַציעס, בפֿרט דער "דזשוינט". אמת, די מיליטערישע אַדמיניסטראַציע האָט תּחילת אַפֿילו ניט געוואָלט זיי צולאָזן צו די פּליטים, גלייבנדיק אַז די פּראָבלעם וועט זיך גיך אויססדרן דורך רעפּאַטריאַציע. שטענדיקע קאָנפֿליקטן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה (צווישן ציוניסטן און ניט-ציוניסטן, ווי אויך צווישן ליטוואַקעס, פּוילישע וכ’) האָבן אויך איבערגעלאָזט עפּעס אַ שפּור אין דער דאָזיקער געשיכטע.

זייער פֿאָרזיכטיק ווערט אַרומגערעדט די פֿראַגע פֿון דעם "שוואַרצן מאַרק". ס’איז דאָך פֿעסט אַרײַן אין דער מיטאָלאָגיע פֿון יענער צײַט, אַז ייִדישע מאַכערס האָבן פֿעסט געהאַלטן אין זייערע הענט דעם דאָזיקן מאַרק, באַזונדערס דעם מיסחר מיט סיגאַרעטן, וואָס איז דעמאָלט געווען ניט נאָר די סאַמע גאַנגבאַרע סחורה, נאָר אויך אַ מין וואַלוטע. דער מחבר דערמאָנט עפּיזאָדן, וואָס ווײַזן די ראָלע פֿון ייִדן אין אַזעלכע געשעפֿטן. אָבער גלײַכצײַטיק ברענגט ער ניט ווייניק באַווײַזן, אַז אַנדערע די-פּיס, און דײַטשן אויך, האָבן געהאַט אַ גרעסערן בײַטראָג אין די אומלעגאַלע אָפּעראַציעס.

בסך-הכּל, האָבן מיר איצט אַ געראָטן בוך פֿאַר יעדן איינעם, וואָס אינטערעסירט זיך מיט דער דאָזיקער פֿראַגע און קען לייענען ענגליש. פֿאַר מיר איז עס ניט דאָס ערשטע בוך וועגן די די-פּיס, אָבער איך האָב פֿון אים אַ סך געלערנט. און יעדער לייענער וועט, בלי-ספֿק, געפֿינען אָפּקלאַנגען אין אונדזער צײַט און געשעענישן.