װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
די נײַע אויסגאַבע פֿונעם
"ייִדיש־פֿראַנצייזיש ווערטערבוך"
די נײַע אויסגאַבע פֿונעם "ייִדיש־פֿראַנצייזיש ווערטערבוך"

ווי באַקאַנט איז דער "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק" געוואָרן אַ וועלטצענטער פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך־ און ליטעראַטור־פֿאָרשונג. מיט דער וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט פֿירט אָן פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי און אַן איבערגעגעבענע געטרײַע גרופּע פֿון לערער און פֿאָרשער. אָקאָרשט האָט מען מודיע געווען, אַז ס'איז אַרויס פֿון דרוק אַ נײַע, פֿאַרבעסערטע אויסגאַבע פֿונעם "ייִדיש־פֿראַנצייזיש ווערטערבוך", וואָס איז רעדאַקטירט געוואָרן פֿון בערל ווײַסבראָט און פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי, מיט דער צוזאַמענאַרבעט פֿון פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג.

דאָס ווערטערבוך, וואָס איז צו ערשט אַרויס אין 2000 און איז כּולל 37,000 ווערטער, האָט מען אין גאַנצן אויספֿאַרקויפֿט. דערצו, האָט מען געכאַפּט פֿאַרשיידענע גרײַזן און אומפּינקטלעכקייטן אין דער ערשטער אויסגאַבע און, אויף וויפֿל ס'איז געווען טעכניש מעגלעך, זיי אויסגעבעסערט אין דער איצטיקער אויסגאַבע.

אין שײַכות מיט דער בשׂורה, דערוואַרט מען אין גיכן אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם ייִדיש־פֿראַנצייזישן ווערטערבוך, וואָס ווערט צוגעגרייט פֿון אַ גרופּע וויסנשאַפֿטלער אין באָסטאָן. אויף דער דאָזיקער איבערזעצונג אַרבעט מען שוין יאָרן, און ווען זי וועט אַרויס, וועט זי זייער צוניץ קומען אַלע לייענער, סטודענטן און פֿאָרשער פֿון ייִדיש אין אַמעריקע און אַנדערע ענגליש־רעדנדיקע לענדער.

פֿונעם 11טן ביזן 15טן יולי וועט פֿאָרקומען "דער פֿאָרשונג־וואַרשטאַט אין שפּראַך און ליטעראַטור" בײַם צענטער, וואָס איז געצילט נאָר אויף אַוואַנסירטע סטודענטן — זײַן כּוונה איז באַקענען די באַטייליקטע מיט די פֿאָרשמיטלען — געדרוקטע און עלעקטראָנישע ביבליאָגראַפֿיעס, ווערטערביכער, ענציקלאָפּעדישע ווערק, נאָכזוך־מיטלען — וואָס זענען הײַנט פֿאַראַן צו הילף דעם פֿאָרשער אין ליטעראַטור, שפּראַך און פֿאָלקלאָר. פּראַקטיש וועלן די אַזוי באַקומענע ידיעות דינען צו אַרבעטן איבער דער טעמע: טראַדיציאָנעלע ייִדישע דערציִונג.

די לערערשאַפֿט פֿונעם וואַרשטאַט וועט באַשטיין פֿון יצחק ניבאָרסקי (פֿינף קלאַסן אויף דער טעמע "די וועלט פֿון די טראַדיציאָנעלע ייִדישע לימודים"), נאַטאַליע קריניצקאַ (פֿיר קלאַסן וועגן ליטעראַטור), שרון בר־כּוכבא (שפּראַך און פֿאָלקלאָר) און שמעון נויבערג (אַלט־ייִדיש). אויב איר ווילט זיך פֿאַרשרײַבן, שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט:

laurence@yiddishweb.com

דער פֿאַרלאַג בײַם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק" פֿאַרנעמט הײַנט אַן אָנגעזעען אָרט אין דער פֿאַרלעגערישער אַרבעט אויף ייִדיש. עס זענען במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר אַרויסגעקומען וויכטיקע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף פֿראַנצייזיש, צווישן זיי: מענדעלע מוכר־ספֿרימס ראָמאַן La Haridelle ("די קליאַטשע") פֿון בתיה באַום; "A la croisee des chemins" פֿון דוד אומרו, אַ ליטווישער שרײַבער אומגעבראַכט אין 1941; "Le chant du peuple juif assasine" (יצחק קאַצענעלסאָנס "דאָס ליד פֿון אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק"), איבערגעזעצט פֿון בתיה באַום; און אַ וויסנשאַפֿטלעכע, צוויי־שפּראַכיקע אויסגאַבע פֿון מרים אולינאָווערס געזאַמלטע לידער "Un bonjour du pays natal, poems", איבערגעזעצט און רעדאַקטירט פֿון נאַטאַליע קריניצקאַ.

דער פֿאַרלאַג האָט אויך אַרויסגעלאָזט צוויי לערנביכער פֿאַר קינדער און סטודענטן פֿון אַניק פּרים־מאַרגוליס — "הוליעט, קינדערלעך!" און "ייִדיש, וואָס מאַכסטו?". צוויי זאַמלונגען זינגלידער האָט מען אויך געדרוקט: זשאַק גראָבערס נײַע ייִדישע לידער "טשיריבים" און די זאַמלונג פּאָפּולערע לידער, צונויפֿגעשטעלט פֿון דשאָן גאָלגעווי. דער וועבאַדרעס פֿונעם פֿאַרלאַג בײַם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/ מעדעם־ביבליאָעק איז:

http://www.yiddishweb.com/medem/Publications.html