איך מאַך די טערטלעך אויף פֿרישטיק, אָבער מע קען זיי אויך עסן ווי אַ צובײַסן אָדער אַ געזונטן דעזערט. כּדי דאָס צו מאַכן דאַרף מען ניצן אַ טערטל־בעקן, וואָס האָט אָרט אויף 12 טערטלעך.
3/4 טעפּל מעל
1/2 טעפּל ראַזעווע מעל
2/3 טעפּל ברוינער צוקער
2 לעפֿל ווייצנשפּראָץ (wheat germ)
2 לעפֿעלעך צימערינג
1 לעפֿעלע באַקפּראָשיק
1/2 לעפֿעלע באַקסאָדע
אַ לעק זאַלץ
2 אייער
1/3 טעפּל קאַנאָלע־בוימל
1 לעפֿל וואַניל
2 טעפּלעך מערן, צעריבן
1/2 טעפּל צעהאַקטער אַנאַנאַס פֿון אַ פּושקע (אָן דעם זאַפֿט)
הייצט אָן דעם אויוון אויף 350 גראַד (177 צעלזיוס). באַלייגט די 12 טערטל־ערטער אינעם בעקן מיט טערטל־פּאַפּיר.
מישט צונויף ביידע מינים מעל מיטן ברוינעם צוקער, ווייצנשפּראָץ, צימערינג, באַקפּראָשיק, באַקסאָדע און זאַלץ. אין אַ צווייטער שיסל שלאָגט צונויף די אייער, בוימל און וואַניל.
פֿאַלדעוועט אַרײַן דאָס איי־געמיש אינעם מעל־געמיש און גיט אויך אַרײַן די צעריבענע מערן און צעהאַקטן אַנאַנאַס. דאָס טייג וועט זײַן געדיכט. גיסט דאָס טייג אַרײַן אין די 12 טערטל־ערטער. באַקט בערך אַ האַלבע שעה, ביז אַ ציינשטעכער אָדער מעסער וואָס איר שטעכט אַרײַן אין זיי קומט אַרויס ריין. נעמט די טערטלעך אַרויס פֿון בעקן און לאָזט זיי זיך אָפּקילן אויף גראַטעס.