- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פּורים שפּילער קומען אָן, קומען פֿון דער ווײַטן אַ גאַס אַרײַן, אַ גאַס אַרויס, פֿון אַלטע, אַלטע צײַטן; אַ קונץ, אַ וויץ, אַ שפּיל, אַ שפּאַס, פֿון אַזוי פֿיל יאָרן, מאַכט אויף! מאַכט אויף! און לאָזט אַרײַן די פֿריילעכע אַקטיאָרן... די קורצע אָפּערעטע איז געשאַפֿן און אַרויסגעגעבן געוואָרן, באַגלייט מיט אילוסטראַציעס און נאָטן, דורך "אויפֿגאַנג" — אַ גרופּע פֿון פֿיר יונגע, ייִדיש־רעדנדיקע מאַמעס, וועלכע האָבן זיך אונטערגענומען אין 1965 צו שאַפֿן נײַע ייִדישע קינדער־ביכלעך, וואָס קאָנען אַפּעלירן צו די אַמעריקאַנער געבוירענע קינדער, און בתוכם — זייערע אייגענע זין און טעכטער. הגם די פֿרויען — געלע שווײַד־פֿישמאַן, מירל האָפֿמאַן, צירל וואַלעצקי ע״ה און מלכּה גאָטליב ע״ה (די שוועסטער פֿון חנה מלאָטעק) — האָבן נישט געהאַט קיין דערפֿאַרונג צו פּובליקירן ביכער, און הגם די ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס האָבן זיי נישט געגעבן קיין געלט אָדער שטיצע דערפֿאַר, האָבן זיי באַוויזן אַרויסצוגעבן פֿינף קינדער־ביכלעך און אַ סעריע ווינטשקאַרטלעך — פֿול מיט חן און כאַראַקטער. מירל האָט געשריבן דעם טעקסט; צירל האָט זיי אילוסטרירט, און געלע האָט אָנגעפֿירט מיט דער אַדמיניסטראַטיווער אַרבעט. די מוזיק פֿאַר "פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ" האָט מלכּה קאָמפּאָנירט. נאָכן עסן זענען די רביצין און איך אַרויס אויף אַ שפּאַציר און ווען איך האָב באַמערקט וואָס פֿאַר אַ נס עס איז וואָס דער חב״ד קען אויסהאַלטן אַזוי פֿיל שליחות־הײַזער איבער דער וועלט, האָט זי געלאַכט און געענטפֿערט "הלוואי! יעדעס פּאָרפֿאָלק וואָס ווערט געשיקט אָנהייבן אַ חב״ד־הויז, דאַרף אַליין געפֿינען די פֿאָנדן זיך אויפֿצוהאַלטן. ברוך־השם, מיר האָבן זיך באַקענט מיט עטלעכע ברייטהאַרציקע ייִדן דאָ, אָבער קיין גרינגע אַרבעט איז עס נישט..." ערשט דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען ווי שווער עס איז די אַרבעט נישט בלויז פֿון די חב״ד־שליחים, נאָר אויך פֿאַר זייערע פֿרויען. די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען די יערלעכע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד אָט די פֿרויען. כּמעט 3,000 שלוחותטעס פֿון 84 לענדער פֿון דער וועלט, אַרײַנגערעכנט פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלען ווי טאַסמאַניע, וויעטנאַם און קינשאַסאַ, האָבן זיך באַטייליקט אינעם זעקס־טאָגיקן צוזאַמענפֿאָר, וואָס איז אויסגעקומען, ווי יעדעס יאָר, נאָענט צום יאָרצײַט פֿון דער רביצין חיה־מושקע שניאורסאָן, די פֿרוי פֿונעם לעצטן ליובאַוויטישער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן. במשך פֿון דער וואָך האָבן רבנים, שול־דירעקטאָרן און גײַסטיקע רעדנער אָנגעפֿירט מיט פֿאַרשידענע קלאַסן און וואַרשטאַטן, כּדי צו געבן די שלוחותטעס חיזוק פֿאַר זייער אַרבעט, און מ׳איז אויך געפֿאָרן צום רבינס אוהל און דער רביצינס קבֿר. דערצו האָבן די שלוחותטעס געהאַט פֿאַרשידענע געלעגנהייטן זיך צו פֿאַרבינדן מיט אַנדערע דעלעגאַטינס איבער דער וועלט, און זיך צו זען מיט אַלטע גוטע פֿרײַנדינעס. די קאָנפֿערענץ איז דורכגעפֿירט געוואָרן אונטער דער אויפֿזיכט פֿונעם בילדונג־אָפּטייל פֿון חב״ד־ליובאַוויטש, "מרכּז לעניני חינוך".
"עסט געזונטערהייט!"
Eat In Good Health! 6 אונץ (170 גראַם) ברייטע אייער־לאָקשן 1/2 טעפּל נישט־געזאַלצענע פּוטער 3 טעפּלעך צעשניטענע ציבעלע 1/4־1 טעפּל סמעטענע 1/4־1 טעפּל צוואָרעך 1 לעפֿל מאָן 4 אייער 1 לעפֿעלע זאַלץ 1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער הייצט אָן דעם אויוון ביז 425 גראַד (220 צעלזיוס). קאָכט די לאָקשן אין אַ טאָפּ געזאַלצן וואַסער 5 מינוט לאַנג. גיסט אָפּ דאָס וואַסער. צעלאָזט די פּוטער אין אַ פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער און פּרעגלט די ציבעלע, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט, ביז זיי ברוינען זיך צו, בערך 20 מינוט. מישט די ציבעלע אויס מיט די לאָקשן, סמעטענע, צוואָרעך און מאָן. צעקלאַפּט די אייער מיטן זאַלץ און פֿעפֿער און מישט עס אויס מיט די לאָקשן. גיסט דאָס געמיש אַרײַן אין די 12 גריבעלעך פֿונעם בלעך און באַקט ביז זיי ווערן גאָלדן ברוין און אָנגעבלאָזן, 20־25 מינוט. קילט די קוגעלעך אָפּ 5 מינוט, איידער איר דערלאַנגט זיי צום טיש. די אייגנאַרטיקייט פֿון די צוויי איניציאַטיוון באַשטייט אין דעם, וואָס זיי שפּיגלען אָפּ נישט בלויז די ליבשאַפֿט צו ייִדיש, נאָר אַ פֿאַרלאַנג צו ניצן ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך. "דאָס בלעטעלע", http://www.gordonolniansky.com/bletele/, — אַ באַשיידענער אילוסטרירטער זשורנאַל פֿון 10 זײַטלעך — איז אָנגעשריבן אין גאַנצן אויף ייִדיש, און האָט אַפֿילו נישט קיין גלאָסאַר; און די וועבזײַט פֿון "דיבוקים" (http://www.dibbukim.com/yid/)גיט דעם לייענער די ברירה צו לייענען וועגן דער קאַפּעליע, און אַפֿילו צו באַשטעלן אירע קאָמפּאַקטדיסקן — אין גאַנצן אויף ייִדיש. ביידע פּראָיעקטן זענען אויסגעטראַכט און דורכגעפֿירט געוואָרן דורך ניקלאַס און אידאַ אָלניאַנסקי — אַ יונג פּאָרפֿאָלק אין דער שוועדישער שטאָט לונד. די אָלניאַנסקיס און זייער מיטאַרבעטער אין "דאָס בלעטעלע", לינדאַ גאָרדאָן, האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין לונד־אוניווערסיטעט — צו ערשט, אין אַן אומפֿאָרמעלן ייִדיש־־קלאַס מיט ד״ר סאָלאָמאָן שולמאַן — אַ קינדער־דאָקטער, וואָס רעדט אַ היימישן פּוילישן ייִדיש, און דערנאָך מיטן פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור, ד״ר יאַן שוואַרץ. ניקלאַס אָלניאַנסקי האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז זיי האָבן בדעה צו פּובליקירן "דאָס בלעטעלע" פֿיר מאָל אַ יאָר, און זיי שטעלן אים צונויף און פֿאַרשפּרייטן אים בײַ זיך אין דער דירה — אַ דירה וווּ ס׳וועט באַלד ווערן אַ סך לעבעדיקער ווי פֿריִער, זינט עס איז בײַ זיי די פֿאַרגאַנגענע וואָך געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע. (מזל־טובֿ!) 5 רויטע זיסע פֿעפֿערלעך, צעשניטן 4 ציינדלעך קנאָבל, אָפּגעשיילט 1/2־1 לעפֿל איילבערט־בוימל 2 לעפֿעלעך צעשניטענער טימיאַן 3/4 לעפֿעלע זאַלץ 1/2־1 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער 1 פֿונט (454 גראַם) פֿלאַנקען (flank steak) 1/2 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל 1/2 טעפּל יויך 2 לעפֿעלעך רויטער ווײַן־עסיק הייצט אָן דעם אויוון ביז 500 גראַד (260 צעלזיוס). אַרי אָבער האָט זיך אין דעם לבֿוש געפֿילט באַקוועם, ווײַל יאָרן לאַנג האָט ער אַפֿילו אין די הייסטע זומערטעג געטראָגן וואָלענע ציצית, אַ בעקעשע און אַ ביבער־הוט. די סיבה איז, אַז איידער פּרײַוואַט אַרי מאַנדעל האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, איז ער געווען אַרי משה־אַהרון מאַנדעל, אַ ניקלסבורגער חסיד. מיט דרײַ חדשים צוריק האָט מאַנדעל געענדיקט זײַן פֿינף־יאָריקע מיליטערישע דינסט, און הײַנט פֿירט ער אַ בלאָג, Confessions of a Koifer (ווידוי פֿון אַ נישט־גלייביקן), וואָס האָט שוין צוגעצויגן אַ צאָל חסידישע און געוועזענע חסידישע לייענער. די קומענדיקע וואָך הייבט ער אָן זיך לערנען אין האָנטער־קאָלעדזש, אין מאַנהעטן. אין צווישנצײַט האָט דער "פֿאָרווערטס" זיך אַוועקגעזעצט מיט אים, כּדי אויסצוהערן וועגן זײַן אייגנאַרטיקער רײַזע פֿון זײַן אַ חסיד ביז צו ווערן אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט. געבוירן איז מאַנדעל אין סיִאַטל, בײַ אַ טאַטן, אַ בעל־תּשובֿה פֿון חב״ד און אַ מאַמע, אַ געבוירענע ליובאַוויטשער מיידל. ווען אַרי איז געווען פֿיר יאָר אַלט, האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן אין מאָריסטאַון, ניו־דזשערזי — אַ צענטער פֿון די ליובאַוויטשער חסידים — אָבער דעם טאַטן האָט געצויגן צו אַ מער "חסידישן" לעבן־שטייגער, האָבן זיי נאָך עטלעכע יאָר זיך באַזעצט אין מאָנסי, נ״י, וווּ דער טאַטע האָט זיך צוגעשלאָסן צו די ניקלסבורגער חסידים. 1/4 טעפּל איילבערט־בוימל 1 ציבעלע, צעהאַקט 4 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 2 טעפּלעך געקאָכטע נאַהיט (אַרבעס), אָפּגעגאָסן 2 לעפֿעלעך פּאַפּריקע 1 לעפֿעלע קעמיניק 4 טעפּלעך צעקוועטשטע פּאָמידאָרן, מיטן זאַפֿט שוואַרצער פֿעפֿער 1 טעפּל צעברעקלטע פֿעטאַ־קעז 8 גרויסע אייער 2 לעפֿל פּעטרישקע, צעהאַקט הייצט אָן דעם אויוון ביז 425 גראַד (218 צעלזיוס). הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער, און מישט אַרײַן די ציבעלע און קנאָבל, ביז די ציבעלע ווערט ווייך. שיט אַרײַן דעם נאַהיט, פּאַפּריקע און קעמיניק, און קאָכט 2 מינוט. דער ענין האָט אַטפּלעקט אַ פֿאַרשפּרייטן פֿענאָמען, וואָס מע האָט ביז איצט וועגן דעם ווייניק געשריבן: די באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט. לויט אַ שטודיע פֿונעם "נאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿון יוסטיץ" פֿון 2009, האָבן כּמעט 11% פֿון מענטשן 60 יאָר און עלטער — בערך 5.7 מיליאָן מענטשן — געליטן פֿון אַ מין באַלעסטיקונג אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. די באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט — בפֿרט די וועלכע זענען קרענקלעך און שוואַך — קומט אין פֿאַרשידענע פֿאָרמען: 1) עמעצער ניצט אויס פֿיזישן כּוח קעגן זיי אָדער וואָרנט זיי אַז מע וועט עס טאָן; 2) מע באַליידיקט אָדער מע שרײַט אויף זיי, אָדער מע איזאָלירט זיי פֿונעם אַרום; 3) מע העלפֿט זיי נישט בײַ זייערע פֿיזישע און עמאָציאָנעלע באַדערפֿענישן; 4) מע באַגנבֿעט זיי, אָדער מע נעמט איבער דעם קאָנטראָל פֿון זייער געלט אָדער פֿאַרמעגן, אָן זייער וויסן אָדער דערלויבעניש. פֿון צײַט צו צײַט הערט מען אויך וועגן אינצידענטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, אָבער נישט אויפֿן זעלבן פֿאַרנעם ווי אין די אַנדערע פֿיר קאַטעגאָריעס.
"עסט געזונטערהייט!"
Eat In Good Health! (turmeric), קען מען הײַנט קויפֿן אין ס׳רובֿ שפּײַזקראָמען. 3 לעפֿל איילבערט־בוימל 1 ציבעלע, צעשניטן 1 מער, צעהאַקט 2 גרויסע ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 1/2 לעפֿל "קאָרי"־פּודער (curry powder) 1 טעפּל גרינע לינדזן 4-1/2 טעפּלעך וואַסער 1 פּושקע נאַהיט (chickpeas) 1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק) הייצט 1 לעפֿל בוימל אין אַ טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. פּרעגלט די ציבעלע און מער, ביז די ציבעלע ווערט דורכזיכטיק, בערך 4 מינוט. מישט אַרײַן אַ העלפֿט פֿונעם צעהאַקטן קנאָבל, ביז די גרינסן ווערן ווייך, בערך 3 מינוט. גיט צו דעם "קאָרי"־פּודער. מישט 1 מינוט. גיסט אַרײַן די לינדזן און 4 טעפּלעך וואַסער. ווען עס הייבט אָן זידן, מאַכט אַ קליינעם פֿײַער און לאָזט די זופּ מליִען, ביז די לינדזן ווערן ווייך, אַרום 30 מינוט. יעדעס ליד אינעם ביכל, Yiddish Songs for Children (ייִדישע לידער פֿאַר קינדער) ווערט באַגלייט מיט די נאָטן, טראַנסקריפּציע און ענגלישער איבערזעצונג, כּדי משפּחות, וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש זאָלן זיי אויך קענען זינגען. די סיבה אָנצושרײַבן די לידער איז דעמאָלט געווען אַ פּראַקטישע, האָט חנה־פֿייגל דערציילט דעם "פֿאָרווערטס". במשך פֿון דרײַ יאָר האָט זי געהאַט פֿיר קינדער (צוויי זענען געווען אַ צווילינג), און זי האָט געזוכט אַן אופֿן ווי אַזוי זיי צו פֿאַרווײַלן. קיין קינדהיטער האָט זי נאָך נישט געהאַט, האָט זי געמוזט אומעטום מיטנעמען מיט זיך די קינדער. "אַז איך האָב געדאַרפֿט אַרויסגיין קויפֿן אַ פֿלאַש מילעך, האָב איך זיי אַלע פֿיר אײַנגעפּאַקט אין אויטאָ, און ס׳האָט נישט לאַנג געדויערט, ביז זיי האָבן זיך אָנגעהויבן קריגן," האָט חנה־פֿייגל דערציילט. כּדי אָפּצוּווענדן זייער אויפֿמערק, פֿלעג זי מיט באַגײַסטערונג ווײַזן אויף עפּעס דורכן פֿענצטער ווי, למשל: "גיטס נאָר אַ קוק אויף דעם לאָמפּ!" — און גלײַך האָט זי גענומען אויסטראַכטן אַ לידעלע וועגן אַ לאָמפּ. און אויב נישט אַ לאָמפּ, איז געווען וועגן אַ ווינט, אָדער אַ הינטל, אָדער וואָס עס זאָל נאָר אונטערקומען. |