געזעלשאַפֿט

בײַ דער חתונה אין מאָנסי, אויגוסט 2001 (רעכטס) און אין פֿאָרט־בראַג, צפֿון־קאַראָלײַנע, סוף 2008 (לינקס)
בײַ דער חתונה אין מאָנסי, אויגוסט 2001 (רעכטס) און אין פֿאָרט־בראַג, צפֿון־קאַראָלײַנע, סוף 2008 (לינקס)
ווען אַרי מאַנדעל איז אין יוני 2007 אָנגעקומען מיט די אַנדערע נײַע סאָלדאַטן אין טרענירונג־לאַגער ("בוט־קעמפּ") אין פֿאָרט־לענאַרד וווּד, מיזורי, האָט די זון געברענט, ווי אַן אויוון. די אַנדערע יונגע לײַט, וואָס זענען געווען צוגעוווינט זומערצײַט צו טראָגן קורצע הויזן, זומער־לײַבלעך און פֿינגערשיך, האָבן זיך שטאַרק באַקלאָגט, אַז זיי מוזן אין די היצן נאָך אָנטאָן וואָלענע קני־זאָקן, קאַמף־שטיוול, קאַרגאָ־הויזן, אַ רעקל און אַ הוט.
אַרי אָבער האָט זיך אין דעם לבֿוש געפֿילט באַקוועם, ווײַל יאָרן לאַנג האָט ער אַפֿילו אין די הייסטע זומערטעג געטראָגן וואָלענע ציצית, אַ בעקעשע און אַ ביבער־הוט. די סיבה איז, אַז איידער פּרײַוואַט אַרי מאַנדעל האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, איז ער געווען אַרי משה־אַהרון מאַנדעל, אַ ניקלסבורגער חסיד.
מיט דרײַ חדשים צוריק האָט מאַנדעל געענדיקט זײַן פֿינף־יאָריקע מיליטערישע דינסט, און הײַנט פֿירט ער אַ בלאָג, Confessions of a Koifer (ווידוי פֿון אַ נישט־גלייביקן), וואָס האָט שוין צוגעצויגן אַ צאָל חסידישע און געוועזענע חסידישע לייענער. די קומענדיקע וואָך הייבט ער אָן זיך לערנען אין האָנטער־קאָלעדזש, אין מאַנהעטן. אין צווישנצײַט האָט דער "פֿאָרווערטס" זיך אַוועקגעזעצט מיט אים, כּדי אויסצוהערן וועגן זײַן אייגנאַרטיקער רײַזע פֿון זײַן אַ חסיד ביז צו ווערן אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט.
געבוירן איז מאַנדעל אין סיִאַטל, בײַ אַ טאַטן, אַ בעל־תּשובֿה פֿון חב״ד און אַ מאַמע, אַ געבוירענע ליובאַוויטשער מיידל. ווען אַרי איז געווען פֿיר יאָר אַלט, האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן אין מאָריסטאַון, ניו־דזשערזי — אַ צענטער פֿון די ליובאַוויטשער חסידים — אָבער דעם טאַטן האָט געצויגן צו אַ מער "חסידישן" לעבן־שטייגער, האָבן זיי נאָך עטלעכע יאָר זיך באַזעצט אין מאָנסי, נ״י, וווּ דער טאַטע האָט זיך צוגעשלאָסן צו די ניקלסבורגער חסידים.
הגם מאַנדעלס ייִנגערע ברידער האָבן זיך געלערנט אינעם פּופּער חדר, האָט מען אַרין געשיקט אין דעם רעלאַטיוו־ליבעראַלן "ווינער חדר", און נאָך דעם אין דער ניקלסבורגער ישיבֿה. דעם טאַטן איז די ישיבֿה אָבער נישט געפֿעלן געוואָרן, האָט ער דעם 13־יאָריקן זון איבערגעפֿירט אין אַ צווייטער ישיבֿה, וואָס האָט געהאַט אַ בעסערן שם — "דרכי־תּורה".
"בײַ דרכי־תּורה איז דער וועג פֿון חינוך, אָנהייבנדיק פֿונעם ראָש־ישיבֿה, געווען צו טיילן פּעטש, נאָך מער ווי אין די אַנדערע ישיבֿות," האָט מאַנדעל איבערגעגעבן. "די ערשטע נאַכט אין אינטערנאַט האָב איך אָנגעקלונגען צו דער מאַמען און מיט אַ געוויין געבעטן, מע זאָל מיך אַהיימנעמען, אָבער זי און דער טאַטע זענען געווען נאַיִוו, און געענטפֿערט, אַז ער איז דאָך אַ ראָש־ישיבֿה, מסתּמא, ווייסט ער וואָס ער טוט."
בײַ 15 יאָר האָט אַרי פֿאַרבראַכט אַ זמן אין אַ ישיבֿה אין ישׂראל — אַבי אַוועקצוגיין פֿון "דרכי־תּורה" — און נאָך דעם זיך געלערנט אין דער קאָסענער ישיבֿה אין באָראָ־פּאַרק. ער האָט אַנטוויקלט אַ גרויסן דורשט צו לייענען ביכער, און פֿלעג אָפֿט גיין אין די אָרטיקע חסידישע ביבליאָטעקן. "כ׳האָב געלייענט אַלץ, וואָס כ׳האָב געקענט," האָט ער געזאָגט. נאָכן חתונה האָבן צו 18 יאָר, האָט מאַנדעל אָבער געטאָן עפּעס גאָר אַנדערשס: צום ערשטן מאָל איז ער אַרײַנגעגאַנגען אין דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק און אַרויסגענומען אַ נישט־ייִדיש בוך: The DaVinci Code.
"ס׳האָט מיך זייער פֿאַרכאַפּט, און כ׳האָב אָנגעהויבן אַרויסנעמען אַנדערע ביכער," האָט מאַנדעל געזאָגט. "מײַן ווײַב האָט עס נישט געאַרט, אָבער רעדן וועגן דעם האָט זי נישט געוואָלט. מיט דער צײַט האָב איך אויך אַרײַנגעבראַכט די אינטערנעץ אין שטוב, און דאָס איז שוין געווען ׳דער ערשטער טראָט אין תּהום׳. דורך דער אינטערנעץ האָב איך זיך באַקענט מיט אַנדערע חסידים ווי איך, און דאָס האָט געעפֿנט מײַנע אויגן צו דער גאַנצער וועלט."
ער האָט זיך באַראַטן מיט די רבנים וועגן זײַנע ספֿקות, אָבער זיי האָבן אים נישט פֿאַרשטאַנען. "איינער האָט געזאָגט: ׳גיי, זאָג אַ ביסל תּהילים׳; אַ צווייטער האָט מיך געפּרוּווט איבערצײַגן, אַז אין דער גוייִשער וועלט הערשט סדום־ועמורה, בעת בײַ אונדז ייִדן, געפֿינט מען די וואַרעמקייט פֿונעם שבתדיקן טיש. כ׳האָב אָבער נישט געוואָלט הערן אַזוינע מעשׂהלעך. כ׳האָב געוואָלט אַ באַווײַז, אַז ס׳איז טאַקע דאָ אַ גאָט אויף דער וועלט. מיט דער צײַט האָב איך אײַנגעזען, אַז די גאַנצע סיסטעם איז אַ ליגן, אַז זייער בילדונג איז ברייט אָבער נישט טיף."
פֿון דעסטוועגן, האָט מאַנדעל געפּרוּווט מאַכן פּשרות — זיך אַריבערגעצויגן אין דער ליטווישער קהילה אין לייקוווּד, אָפּגעשוירן די באָרד און ווײַטער געלערנט אין אַ ישיבֿה, אָבער נאָך אַ פּאָר חדשים האָבן זיך אומגעקערט די זעלבע ספֿקות. צום סוף, האָט ער דערציילט זײַן פֿרוי, אַז ער קען מער נישט לעבן אין ליגן. "כ׳האָב איר געזאָגט, אַז כ׳וויל נישט, זי זאָל טוישן איר גאַנץ לעבן נאָר פֿאַר מיר, ווײַל נאָך דעם וועט זי זיך אויפֿוועקן און זען, אַז זי האָט מער נישט קיין משפּחה, און דערנאָך וועט זי זײַן אין כּעס אויף מיר."
פֿאַר דער וועלט האָט מאַנדעל ווײַטער אויסגעזען פֿרום, אָבער אינעווייניק האָט ער דערפֿילט, אַז ער האָט שוין דערגרייכט אַ פּונקט, וואָס פֿון דאָרטן וועט ער שוין נישט קענען צוריקגיין. איין מאָל, ווען ער איז געווען 23 יאָר, זענען זײַנע נישט־פֿרומע באָבע־זיידע פֿון סיִאַטל געקומען צו פֿאָרן אויף אַ משפּחה־שׂימחה. רעדנדיק מיט דער באָבען, האָט ער דערפֿילט, אַז זי איז אַ מבֿין אויף אים. עטלעכע וואָכן שפּעטער האָט ער טעלעפֿאָנירט צו איר און גענומען אויסגיסן דאָס האַרץ. זי האָט אים געהייסן גלײַך קומען צו פֿליִען, ער האָט זיך געזעגנט מיט ווײַב־און־קינד און איז אַוועק קיין סיִאַטל.
אין פֿאָרט־בראַג (שטייענדיק, פֿערטער פֿון רעכטס), איידער די דיוויזיע איז אַרויסגעפֿאָרן קיין האַיִטי, נאָך דער ערד־ציטערניש דאָרט, יאַנואַר 2010
אין פֿאָרט־בראַג (שטייענדיק, פֿערטער פֿון רעכטס), איידער די דיוויזיע איז אַרויסגעפֿאָרן קיין האַיִטי, נאָך דער ערד־ציטערניש דאָרט, יאַנואַר 2010

דאָרט האָט ער געפֿונען אַ שטעלע, און פֿאָרנדיק אין אויטאָ האָט ער זיך צוגעהערט צו זײַנע באַליבטסטע קאָמענטאַטאָרן, ראָש לימבאָ און ביל אָ‘רײַלי. "הערנדיק ווי זיי פֿאַרטיידיקן די מלחמה אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן, איז מיר פּלוצלינג אײַנגעפֿאַלן: כ׳בין אַליין, כ׳זוך אַוואַנטורעס, כ׳דאַרף סײַ־ווי פֿאַרדינען געלט צו גיין אין קאָלעדזש. לאָמיך זיך פֿאַרשרײַבן אין מיליטער!"
געמיינט האָט ער, אַז ווען זײַן ווײַב וועט דאָס הערן, וועט זי פֿאָדערן אַ גט, נאָר ניין. פֿאַרקערט — זי איז געקומען אים זען אין סיִאַטל, און כאָטש אין די ערשטע טעג האָט זי זיך אָנגעטאָן ווי אַ צניעותדיקע ייִדישע טאָכטער, האָט זי נאָך עטלעכע טעג אַראָפּגענומען דאָס שייטל און אַפֿילו געקויפֿט אַן אײַז־קאַווע אין מאַק׳דאָנאַלדס.
"זי האָט מיר דערציילט, אַז נאָך דעם ווי כ׳בין אַוועק, האָט זי אַליין אָנגעהויבן, צום ערשטן מאָל, טראַכטן וועגן איר לעבן." איר אייגענע משפּחה האָט געוווינט אין ישׂראל און ווייניק געוווּסט וועגן דעם, וואָס עס טוט זיך בײַ זיי, אָבער אַריס טאַטע־מאַמע האָבן יאָ געוווּסט, און איר דווקא געעצהט זיך גטן מיט אים, און אַפֿילו צוגעזאָגט, אַז זיי וועלן זי און דאָס קינד אויסהאַלטן. "ס׳האָט איר שטאַרק פֿאַרדראָסן, ווי אַזוי זיי באַציִען זיך צו מיר, זייער אייגן קינד," האָט אַרי געזאָגט.
די פֿינף יאָר אין מיליטער זענען נישט געווען גרינג פֿאַר מאַנדעל און זײַן קליינער משפּחה. נאָך אַ יאָר אין דרום־קאָרעע, האָט ער אַריבערגעבראַכט ווײַב־און־קינד, און דאָס ייִנגעלע האָט זיך געלערנט אין דער שול אויף דער באַזע. פֿון דאָרט האָט מען אים געשיקט אין פֿאָרט־בראַג, צפֿון־קאַראָלײַנע, צום 82nd Airborne — אַן אינפֿאַנטעריע־דיוויזיע, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין פּאַראַשוט־אָפּעראַציעס, הגם מאַנדעל האָט זיך קיין מאָל נישט געלערנט אין פּאַראַשוטיסטן־שול. זײַן אַרבעט איז געווען צו פֿירן די סאָלדאַטן צום מיליטערישן פֿליפֿעלד און צוריק, און צוצושטעלן די פּאַראַשוטן.
"אַלץ איז אים געווען נײַ," האָט מאַנדעלס קאָמאַנדיר, קאָרפּאָראַל עריק מילער, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "נישט געקוקט אויף דעם, האָט ער זיך נישט געשעמט צו פֿרעגן, ווי אַזוי טוט מען אַ געוויסע אַרבעט, אָדער זיך נאָכצופֿרעגן בײַ אַנדערע, צי זיי דאַרפֿן עפּעס אַ הילף. ווען איך פֿלעג מעלדן, אַז איך דאַרף, אַז עמעצער זאָל קומען מיט מיר אויף אַ געוויסער אַרבעט, האָבן די אַנדערע זיך געפֿוילט, ווײַל זיי האָבן געוווּסט, אַז מע וועט זיי באַצאָלן די זעלבע שׂכירות, צי זיי העלפֿן מיר, צי נישט. אַרי איז אָבער תּמיד געווען גרייט."
איין מאָל, בעת די מאַנעווערס, זענען מילער, מאַנדעל און צוויי אַנדערע סאָלדאַטן געפֿאָרן אינעם "האָמווי" (מיליטערישן אויטאָ), כּדי אויסצוזוכן "אַפֿגאַנער". ווען איינער פֿון די "שׂונאים" האָט געטראָפֿן אַ סאָלדאַט, האָט בײַם סאָלדאַטס וועסטל אָנגעהויבן בליצן אַ רויט לעמפּל, און ער האָט געמוזט זיך אַוועקלייגן אויף דער ערד, ביז די מעדיקער האָבן אים אַוועקגעפֿירט.
"זוכנדיק דעם שׂונא, האָט מען אונדז פּלוצלינג באַשאָסן פֿון אַלע זײַטן, און אונדזער שיסער איז ׳פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן׳," האָט מילער דערציילט. "אין אַן אויגנבליק, האָט אַרי אַרויסגעשלעפּט דעם ׳קערפּער׳ פֿון שיס־טורעמל, זיך אַליין געשטעלט אויפֿן זײַן אָרט, און תּיכּף דערשאָסן פֿיר אַפֿגאַנער."
בײַ ס׳רובֿ סאָלדאַטן העכערט מען דעם ראַנג פֿון אַ פּרײַוועט במשך פֿון דער דינסט, אָבער מאַנדעל איז געבליבן אַ פּרײַוועט ביזן לעצטן טאָג — אַ פֿאַקט וואָס האָט מילערן שטאַרק פֿאַרדראָסן. "ווען איך וואָלט געדאַרפֿט אויסקלײַבן וועמען מיטצונעמען מיט זיך אויפֿן שלאַכטפֿעלד, וואָלט עס זיכער געווען אַרי, ווײַל ער האָט אַרויסגעוויזן אַ סך מער איניציאַטיוו און העלדישקייט ווי די אַנדערע. די אָפֿיצירן האָבן גוט געוווּסט, וואָס פֿאַר אַ גוטער אַרבעטער ער איז.
"אָבער אַנשטאָט צו מעסטן אַ סאָלדאַט לויט זײַנע פֿעיִקייטן, באַשטימט דאָס מיליטער אַ ראַנג־העכערונג לויט ווי גרויס, אָדער קליין איז די טאַליע פֿונעם סאָלדאַט," האָט מילער געזאָגט. "אַרי איז נישט געווען קיין פֿעטער, אָבער צוליב זײַן נידעריקן וווּקס האָט מען זיך געריכט, אַז זײַן טאַליע דאַרף זײַן פּונקט אַזוי דאַר, ווי בײַ אַנדערע פֿון זײַן וווּקס, און דאָס איז נישט יושרדיק. קוק אָן זײַנע חתונה־בילדער, וויפֿל פֿונט ער האָט פֿאַרלוירן, כּדי אַרײַנצוקומען אין מיליטער! דאָס אַליין ווײַזט, וויפֿל דיסציפּלין דער בחור האָט!"
בײַ די חסידים וואָס לייענען הײַנט מאַנדעלס בלאָג, איז ער אָבער פֿאָרט אַ העלד.
"כ׳ווייס נישט פֿון קיין אַנדער חסיד, וואָס איז געגאַנגען דינען אין אַמעריקאַנער מיליטער," האָט באַמערקט שלום דין, דער מחבר פֿון Unpious — אַ בלאָג, וווּ מאַנדעל האָט הײַיאָר אויך אָנגעהויבן שרײַבן. דער נאָמען איז אַ חנעוודיק ווערטערשפּיל — ווײַל unpious מיינט "נישט־פֿרום" אויף ענגליש, און אויף ייִדיש קלינגט עס ווי "אָן פּאות". "ער איז נישט סתּם אַ רעבעל קעגן דער חסידישער וועלט. ער ווייסט וואָס איז זײַן ציל אין לעבן, און אַרבעט שווער צו דערגייכן דעם ציל. איך האָב גרויס דרך־ארץ פֿאַר דעם."
"אַ סך מענטשן באַוווּנדערן מאַנדעל, אָבער וואַגן נישט צו טאָן, וואָס ער האָט געטאָן," זאָגט ליבי פּאָלאַק, אַ באַקאַנטער נאָמען אויף די ייִדישע "פֿייסבוק"־זײַטן, "חסידיש ייִדיש" און "קאַווע־שטיבל". פּאָלאַק, וועלכע קען מאַנדעלס שוועסטער, זאָגט אַז ער איז אַן אמתע אינספּיראַציע פֿאַר אַנדערע. "ער איז נישט קיין פּחדן, ער איז טאַקע נאָכגעגאַנגען זײַן חלום."
"יעדער איינער וואָס גייט אַ ביסל אַרויס פֿון אונדזער קאָמיוניטי, מאַכט מען פֿון זײַנע קינדער לעבעדיקע יתומים," האָט דערקלערט משה, אַ 36־יאָריקער חסידישער טאַטע פֿון זעקס קינדער. "מאַנדעל האָט אָבער גענומען זײַן פֿרוי און קינד, כּאילו ער וואָלט געזאָגט: ׳איך פֿײַף אײַך אַלע אָן!"
הײַנט שרײַבט מאַנדעל ווײַטער אין זײַן בלאָג און אויף "פֿייסבוק", אונטער די פּסעוודאָנימען "שעיה געצל", heathenhassid, און "רחמנא לצלן". אויף דער פֿראַגע, פֿון וואַנען קומט צו אים דער נאָמען "רחמנא־לצלן", ענטפֿערט ער מיט אַ שמייכל: "אָט אַזוי ענטפֿערט מען געוויינטלעך, ווען מע הערט וואָס ס׳איז פֿון מיר געוואָרן!" הגם ער ווייסט נאָך נישט וואָס ער וועט שטודירן אין קאָלעדזש, האָט ער שטאַרק ליב צו לייענען און שרײַבן וועגן פּאָליטיק און רעליגיע — זאַכן וואָס ער האָט נישט געקענט טאָן אין דער ישיבֿה.
נישט געקוקט אויף זײַן דערווײַטערונג פֿונעם חסידישן לעבן, איז ער צו איין זאַך נאָך אַלץ שטאַרק צוגעבונדן: די חסידישע זינגער — ליפּאַ שמעלצער, אַבֿרהם פֿריד און מרדכי בן־דוד. "אין דער אַרמיי האָט נישט איין לייטענאַנט מיך געפֿרעגט: ׳וואָס פֿאַר אַ משוגענע מוזיק איז דאָס?׳ איינער פֿון מײַנע נאָענטסטע פֿרײַנד אין דער אַרמיי, אַ מעקסיקאַנער, וואָס האָט אין זײַן לעבן נישט געטראָפֿן קיין חסיד, האָט זיך ממש פֿאַרליבט אינעם Yeshiva Boys Choir!"
"די גאַנצע צײַט פֿרעגט מיך מײַן פֿרוי: ׳ווי אַזוי קענסטו זיך צוהערן צו דעם?׳ און איך האָב נישט קיין גוטן ענטפֿער. כ׳בין שטאַרק קעגן דעם, וואָס די לידער דרשענען, און אָפֿט מאָל לאַך איך, ווען איך הער זיך צו צו די ווערטער וואָס איך זינג. דאָך — זינג איך ווײַטער."