|
צירל וואַלעצקי ע"ה |
|
יעדעס יאָר, ווען עס קומט דער יום־טובֿ פּורים, הייבן אָן קלינגען בײַ מיר אין קאָפּ די שורות פֿונעם מוזיקאַלישן פּורים־שפּיל, "פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ", וואָס מיר, תּלמידים פֿון דער שלום־עליכם פֿאָלקשול 21, האָבן אויפֿגעפֿירט אויף דער בינע פֿון דער שול, אין 1968:
פּורים שפּילער קומען אָן, קומען פֿון דער ווײַטן
אַ גאַס אַרײַן, אַ גאַס אַרויס, פֿון אַלטע, אַלטע צײַטן;
אַ קונץ, אַ וויץ, אַ שפּיל, אַ שפּאַס, פֿון אַזוי פֿיל יאָרן,
מאַכט אויף! מאַכט אויף! און לאָזט אַרײַן די פֿריילעכע אַקטיאָרן...
די קורצע אָפּערעטע איז געשאַפֿן און אַרויסגעגעבן געוואָרן, באַגלייט מיט אילוסטראַציעס און נאָטן, דורך "אויפֿגאַנג" — אַ גרופּע פֿון פֿיר יונגע, ייִדיש־רעדנדיקע מאַמעס, וועלכע האָבן זיך אונטערגענומען אין 1965 צו שאַפֿן נײַע ייִדישע קינדער־ביכלעך, וואָס קאָנען אַפּעלירן צו די אַמעריקאַנער געבוירענע קינדער, און בתוכם — זייערע אייגענע זין און טעכטער.
הגם די פֿרויען — געלע שווײַד־פֿישמאַן, מירל האָפֿמאַן, צירל וואַלעצקי ע״ה און מלכּה גאָטליב ע״ה (די שוועסטער פֿון חנה מלאָטעק) — האָבן נישט געהאַט קיין דערפֿאַרונג צו פּובליקירן ביכער, און הגם די ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס האָבן זיי נישט געגעבן קיין געלט אָדער שטיצע דערפֿאַר, האָבן זיי באַוויזן אַרויסצוגעבן פֿינף קינדער־ביכלעך און אַ סעריע ווינטשקאַרטלעך — פֿול מיט חן און כאַראַקטער. מירל האָט געשריבן דעם טעקסט; צירל האָט זיי אילוסטרירט, און געלע האָט אָנגעפֿירט מיט דער אַדמיניסטראַטיווער אַרבעט. די מוזיק פֿאַר "פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ" האָט מלכּה קאָמפּאָנירט.
אַחוץ דעם פּורים־שפּיל, האָבן זיי אַרויסגעגעבן לידער־ביכלעך, ווי "פֿייגל וואָס נישט זינגען" און "בולבעס"; יום־טובֿ־ביכעלעך לכּבֿוד ראָש־השנה, סוכּות און חנוכּה, ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, "די קינדער פֿון טערעזין" — ייִדישע איבערזעצונגען פֿון אַ קראַנץ רירנדיקע לידער, אָנגעשריבן פֿון ייִדישע קינדער אין דער טערעזינער געטאָ. יאָרן לאַנג האָבן די ייִדישע פֿאָלקשולן און זומער־לאַגערן אַרײַנגענומען די לידער אין זייערע יערלעכע געטאָ־הזכּרה־צערעמאָניעס.
"אויפֿגאַנג" האָט אויך אַרויסגעגעבן ווינטשקאַרטלעך, וווּ צירל האָט אילוסטרירט אַלטע וועלטסווערטלעך אויף אַ מאָדערנעם, הומאָריסטישן אופֿן, האָט איבערגעגעבן צירלס זון, דזשאַש וואַלעצקי: "בײַם וועלטסווערטל, ׳מיט אַ נאָדל, אָן אַ נאָדל׳, האָט די מאַמע געצייכנט אַ בילד פֿון אַ גראַמאָפֿאָן, ווײַל זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דער הײַנטיקער דור ווייסט מער וועגן דער נאָדל פֿון אַ גראַמאָפֿאָן, איידער דער נאָדל פֿון אַ שנײַדער!"
|
מירל האָפֿמאַן |
|
פֿון וואַנען איז צו זיי געקומען דער נאָמען "אויפֿגאַנג"? לכתּחילה, האָט מרים האָפֿמאַן געהאַט פֿירגעלייגט אַ צווייטן נאָמען — "פּאַפּירענע בריקן", לויט דער אַלטער ייִדישער לעגענדע, אַז ווען משיח וועט קומען, וועלן אַלע ייִדן גיין קיין ארץ־ישׂראל אויף פּאַפּירענע בריקן, בעת די גויים, וואָס גייען אויף אײַזערנע בריקן, וועלן אַרײַנפֿאַלן אין וואַסער. די אַנדערע פֿרויען פֿון דער גרופּע האָבן זיך אָבער געוואָלט האַלטן אַן עצה מיט עמעצן מחוץ דער גרופּע, האָבן זיי זיך געוואָנדן צום קולטור־קאָנגרעס.
אין יענע יאָרן האָט דער קולטור־קאָנגרעס זיך געפֿונען אינעם אַטראַן־הויז אויף 77סטער גאַס און מעדיסאָן־עוועניו. אינעם אונטערשטן שטאָק איז געווען אַ קאַפֿעטעריע, וווּ די באַלעבאַטים, אַ פּאָרפֿאָלק פֿון דער שארית־הפּליטה, האָבן צוגעגרייט היימישע ייִדישע מאכלים. די קאַפֿעטעריע איז געווען אַ פּאָפּולער זאַמל־אָרט פֿאַר ייִדישע שרײַבער און כּלל־טוער. מירל, וועלכע איז געקומען אין אַטראַן־הויז יעדן טאָג נאָך די קלאַסן צו אַרבעטן ווי אַן אַסיסטענט צום כּלל־טוער י. י. שוואַרץ, פֿלעג אויך אָפֿט עסן דאָרט, ווײַל דאָס עסן איז געווען זייער באַטעמט. "אַפֿילו די גויים פֿלעגן קומען אַהין, ווײַל די געשמאַקע ריחות האָבן געשוועבט איבער מעדיסאָן־עוועניו," האָט מירל באַמערקט.
|
געלע שווײַד־פֿישמאַן |
|
איין מאָל זענען די פֿיר פֿרויען געזעסן אין קאַפֿעטעריע, און ס׳האָט זיך צו זייער טישל צוגעזעצט דער פּאָעט, יעקבֿ גלאַטשטיין. די פֿרויען האָבן אים געזאָגט וועגן זייערע פּלענער אַרויסצוגעבן יום־טובֿ־ און לידער־ביכעלעך פֿאַר דער ייִדישער שול־סיסטעם, און אים געפֿרעגט, וואָס לייגט ער פֿאָר פֿאַר אַ נאָמען? האָט ער געקלערט אַ רגע, און געענטפֿערט: "אויפֿגאַנג". ווען זיי האָבן געפֿרעגט חיים בעז, דער דירעקטאָר פֿון "קולטור־קאָנגרעס", וועלכער נאָמען געפֿעלט אים בעסער — "פּאַפּירענע בריקן" צי "אויפֿגאַנג" — האָט ער אויסגעקליבן דעם צווייטן, און אַזוי איז עס געבליבן.
ווי באַלד זיי האָבן געהאַט אַ נאָמען, האָבן זיי זיך גענומען צו דער אַרבעט. מע פֿלעג זיך טרעפֿן אין זייערע היימען. "מיר האָבן שטאַרק הנאה געהאַט צו אַרבעטן צוזאַמען," האָט געלע געזאָגט. "יעדע איינע האָט צוגעגעבן איר טאַלאַנט, און דערפֿאַר איז די אַרבעט געווען פֿול מיט שעפֿערישקייט."
די קינסטלערישקייט פֿון זייער בשותּפֿותדיקער אַרבעט זעט מען בולט אָן אין די ביכלעך. אין "פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ", למשל, האָבן זיי זיך באַמיט צו דערציילן די פּורים־מעשׂה אויף אַן אופֿן, וואָס קינדער קענען פֿאַרשטיין: ווען המן הרשע דערזעט, למשל, ווי מרדכי הצדיק, אַ ייִד, ווערט אַן אָפֿטער גאַסט בײַם מלך אין פּאַלאַץ, וואָרנט המן דעם מלך, אַז מרדכי "וועט מאַכן האָקוס־פּאָקוס" און פֿאַרוואַנדלען אַחשורוש אין אַ קוקו־פֿויגל:
ווי ער זאָגט אַרויס דאָס וואָרט,
ווערט אַ קוקו אויפֿן אָרט.
זעצט מען אים אַרײַן אין שטײַג
און מע זאָגט אים: זיץ און שווײַג!
לאַכן אַלע כאַ־כאַ־כאַ!
קוקט אים אָן — אַ נאַר אַזאַ!"
אַחשורוש, זעענדיק ווי מע מאַכט פֿון אים חוזק, שרײַט אויס מיט כּעס:
הענגט די ייִדן אויפֿן טורעם!
כ‘וועל פֿאַרשטערן זייער פּורים!
נישט געקוקט אויף דער פּרעכטיקער אַרבעט, וואָס "אויפֿגאַנג" האָט געטאָן, האָט קיין איין ייִדישע קולטור־אינסטיטוציע — אַרײַנגערעכנט דעם קולטור־קאָנגרעס און דעם אַרבעטער־רינג — נישט געוואָלט פֿאַרשפּרייטן אָדער פֿאַרקויפֿן די ביכלעך.
"די צײַט איז נישט געווען קיין גוטע," האָט געלע געזאָגט. "די ייִדישע שולן זענען שוין דעמאָלט געגאַנגען באַרג־אַראָפּ און די סבֿיבֿה איז געווען זייער אַ דערשלאָגענע. מיר האָבן זיך אָבער נישט אונטערגעגעבן. מיר זענען געווען אידעאַליסטן, און זייער נאַיִוו."
|
מלכּה גאָטליב ע"ה |
|
"דער צוגאַנג פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס איז געווען ׳אַפּרע מואַ לאַ דעלוזש׳ (נאָך מיר — דער מבול)," האָט מירל געזאָגט.
אַ טייל פֿון דער סיבה פֿאַר וואָס די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן נישט געשטיצט "אויפֿגאַנג" איז, אַז די פֿירער פֿון די ייִדישע אינסטיטוציעס זענען, בדרך־כּלל, געווען אייראָפּעיִשע ייִדן פֿונעם עלטערן דור, צווישן זיי — די לעבן געבליבענע פֿונעם חורבן, וואָס האָבן בכלל נישט פֿאַרשטאַנען די אַמעריקאַנער יוגנט. זיי האָבן פּשוט נישט געזען ווי אַזוי מע קען, אָדער אַפֿילו פֿאַר וואָס מע דאַרף, צופּאַסן די ייִדישע קולטור צו די נײַע צײַטן.
אָבער אפֿשר די גרעסטע מניעה פֿאַר "אויפֿגאַנג" איז געווען, פּראָסט־און־פּשוט, וואָס די מיטאַרבעטער זענען געווען פֿרויען. "די באַציִונג צו די לערערינס מצד די מענער איז דעמאָלט געווען זייער נישט קיין בכּבֿודיקע," האָט געלע געזאָגט. "בעת די לערער־זיצונגען פֿון שלום־עליכם־אינסטיטוט, למשל, ווען אַ לערערין האָט זיך אויפֿגעשטעלט זאָגן אַ וואָרט, האָבן די מענער גלײַך אָנגעהויבן צו שמועסן צווישן זיך. די לערערין אסתּר קאָדער, פֿון שול 45, האָט אָפֿט מאָל אויסגעדריקט איר מיינונג. זי האָט געוווּסט, אַז די מענער הערן זיך נישט צו, אָבער זי האָט זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק, און גערעדט ווײַטער."
טאַקע צוליב דעם נעגאַטיוון צוגאַנג צו פֿרויען, האָט מירל, די מחברטע פֿון "פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ", באַשלאָסן, אַז בײַם אָפּדרוקן דאָס ביכל, וועט זי אָננעמען אַ מענערישן פּסעוודאָנים. "מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז קיינער וועט דאָס ביכל נישט אויפֿנעמען ערנסט, אויב מע דערוויסט זיך, אַז דאָס האָבן פֿיר פֿרויען אַרויסגעגעבן. האָב איך גענומען מײַן מאַמעס נאָמען, טאָליע, און געמאַכט דערפֿון: גבֿריאל טאָליעס." אויפֿן שער־בלאַט שטייט טאַקע אָנגעשריבן: "פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ", באַאַרבעט לויט אַ פּורים־קאַרנאַוואַל פֿון גבֿריאל טאָליעס; מוזיק פֿון מלכּה גאָטליב; אילוסטרירט פֿון צירל וואַלעצקי.
דער איינציקער אויסנאַם צווישן די מענער, האָט געלע געזאָגט, איז געווען מאַקס ווײַנרײַך. צוליב דעם וואָס איר מאַן, שיקל, און מאַקס האָבן נאָענט געאַרבעט צוזאַמען, האָט זי איין מאָל געפֿונען דעם קוראַזש אָנצוקלינגען צו מאַקס וועגן אַ געוויסער גראַמאַטישער פֿראַגע, וואָס שייך דעם טעקסט פֿון די ווינשטקאַרטלעך. "אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע ייִדישע כּלל־טוער, וואָס האָבן אַראָפּגעקוקט אויף אונדזער אַרבעט, האָט מאַקס זיך זייער דערפֿרייט, וואָס מיר שאַפֿן נײַע ייִדישע ביכלעך פֿאַר קינדער," האָט געלע געזאָגט. "ער האָט געהאַלטן, אַז מע דאַרף מוטיקן שעפֿערישקייט אויף ייִדיש."
|
אויבן: מרדכי הצדיק און אסתּר המלכּה אינעם ביכל, |
|
דרײַ יאָר האָבן די פֿרויען געאַרבעט צוזאַמען, אָבער דערנאָך האָט מען געמוזט זיך שיידן, ווײַל די פֿישמאַנס זענען, צוליב שיקלס אַ וויכטיקער פֿאָרש־אַרבעט, אַוועק קיין האַוואַיִ אויף אַ יאָר. די בענקשאַפֿט צווישן די פֿיר פֿרויען האָט זיך אָבער בולט אויסגעדריקט, דורך אַ צוויי־שפּראַכיקן בריוו, וואָס צירל, מירל און מלכּה האָבן אָנגעשריבן געלען אין האַוואַיִ. אינעם בריוו, פּרעכטיק אילוסטרירט פֿון צירלען, האָבן זיי געגעבן אָנצוהערעניש וועגן דער פֿרוסטרירונג פֿון שאַפֿן נײַע ווערק אויף ייִדיש אין אַ סבֿיבֿה, וואָס איז בכלל נישט פֿאַראינטערעסירט אין דעם:
צירל, מירל און מלכּה שיקן האַרציקע גרוסן עקספּרעס
צו אונדזער בלוט־שוועסטער געלען, פֿון אינסטיטוט אַרבעטער־רינג און קאָנגרעס...
We are marching close together, three quarters of the Oyfgang Fleet
Full speed ahead on the Oyfgang dead end street.
[מיר מאַרשירן נאָענט צוזאַמען, דרײַ־פֿערטל פֿון דער "אויפֿגאַנג"־קאָמאַנדע,
מיר מאַרשירן דרייסט און מונטער, כאָטש די גאַס פֿון "אויפֿגאַנג" איז, נעבעך, אַ בלינדע.]
הײַנט, ווען דער צוגאַנג צו ייִדיש, און צו פֿרויען, איז אַ סך פּאָזיטיווער ווי ס׳איז געווען אין די 1960ער יאָרן, איז אפֿשר שווער זיך פֿאָרצושטעלן די געדריקטע שטימונג, וואָס די פֿרויען פֿון "אויפֿגאַנג" האָבן דעמאָלט געמוזט באַקעמפֿן. אָבער ווען געלע און מירל דערציילן וועגן דעם, קאָן מען ממש דערפֿילן סײַ זייער קעמפֿערישקייט פֿון יענע יאָרן, סײַ זייער אומזיכערקייט, בײַם פּרוּוון אָפּוואַרפֿן דעם פּעסימיזם פֿון די ייִדישע קולטור־פֿירער און, אויף זייער באַשיידענעם אופֿן, שאַפֿן אַ צוקונפֿט פֿאַר ייִדיש אין אַמעריקע.
ביידע פֿרויען האָבן זיך געפֿרייט, בײַם הערן, אַז די קינדער פֿון דרײַ ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות אין באָלטימאָר — די קאַפּלאַנס, מאָסעס און בערגערס — וועלן הײַיאָר אויפֿפֿירן זייער מוזיקאַלישע פּורים־שפּיל.
נאָך די אַלע יאָרן, האָט מירל אָבער באַשלאָסן צו מאַכן אַ קליינע ענדערונג אויפֿן שער־בלאַט פֿונעם פּורים־שפּיל. איידער זי האָט מיר דערלאַנגט איר עקזעמפּלאַר פֿונעם ביכל, האָט זי דעם נאָמען "גבֿריאל טאָליעס" אויסגעשטראָכן, און אויף זײַן אָרט אָנגעשריבן — מרים האָפֿמאַן.