רעצעפּטן

אַנשטאָט איין גרויסן קוגל איז שיין אַ מאָל צו געבן יעדן בײַם טיש זײַן אייגן קוגעלע. כּדי דאָס צו מאַכן, וועט איר דאַרפֿן אַ בלעך מיט 12 גריבעלעך, וואָס מע רופֿט בלע״ז אַ muffin tin.
6 אונץ (170 גראַם) ברייטע אייער־לאָקשן
1/2 טעפּל נישט־געזאַלצענע פּוטער
3 טעפּלעך צעשניטענע ציבעלע
1/4־1 טעפּל סמעטענע
1/4־1 טעפּל צוואָרעך
1 לעפֿל מאָן
4 אייער
1 לעפֿעלע זאַלץ
1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער

הייצט אָן דעם אויוון ביז 425 גראַד (220 צעלזיוס).
קאָכט די לאָקשן אין אַ טאָפּ געזאַלצן וואַסער 5 מינוט לאַנג. גיסט אָפּ דאָס וואַסער.
צעלאָזט די פּוטער אין אַ פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער און פּרעגלט די ציבעלע, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט, ביז זיי ברוינען זיך צו, בערך 20 מינוט. מישט די ציבעלע אויס מיט די לאָקשן, סמעטענע, צוואָרעך און מאָן.
צעקלאַפּט די אייער מיטן זאַלץ און פֿעפֿער און מישט עס אויס מיט די לאָקשן.
גיסט דאָס געמיש אַרײַן אין די 12 גריבעלעך פֿונעם בלעך און באַקט ביז זיי ווערן גאָלדן ברוין און אָנגעבלאָזן, 20־25 מינוט. קילט די קוגעלעך אָפּ 5 מינוט, איידער איר דערלאַנגט זיי צום טיש.