(turmeric), קען מען הײַנט קויפֿן אין ס׳רובֿ שפּײַזקראָמען.
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 ציבעלע, צעשניטן
1 מער, צעהאַקט
2 גרויסע ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
1/2 לעפֿל "קאָרי"־פּודער (curry powder)
1 טעפּל גרינע לינדזן
4-1/2 טעפּלעך וואַסער
1 פּושקע נאַהיט (chickpeas)
1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק)
הייצט 1 לעפֿל בוימל אין אַ טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. פּרעגלט די ציבעלע און מער, ביז די ציבעלע ווערט דורכזיכטיק, בערך 4 מינוט. מישט אַרײַן אַ העלפֿט פֿונעם צעהאַקטן קנאָבל, ביז די גרינסן ווערן ווייך, בערך 3 מינוט. גיט צו דעם "קאָרי"־פּודער. מישט 1 מינוט. גיסט אַרײַן די לינדזן און 4 טעפּלעך וואַסער. ווען עס הייבט אָן זידן, מאַכט אַ קליינעם פֿײַער און לאָזט די זופּ מליִען, ביז די לינדזן ווערן ווייך, אַרום 30 מינוט.
זיפּט אָפּ די נאַהיט און צעמאָלט עס מיטן לימענע־זאַפֿט, 1/4 טעפּל וואַסער, 2 לעפֿל בוימל און דעם איבעריקן קנאָבל אין אַ מישמאַשין. גיסט עס אַרײַן אין דער זופּ, גיט צו זאַלץ און פֿעפֿער, און דערלאַנגט צום טיש.