- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
שטייענדיק אויף דער ברייטער רוזוועלט־עוועניו, וווּ די אויטאָס, געפּאַקט מיט חסידים, זענען כּסדר פֿאַרבײַגעפֿאָרן, האָבן די דעמאָנסטראַנטן — סײַ פֿרומע, סײַ געוועזענע פֿרומע; סײַ די וועלכע זענען אַמאָל סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן, סײַ זייערע שטיצער — געהאַלטן שילדן אין די הענט אויף ענגליש, ייִדיש און העברעיִש, דערקלערנדיק: "הערט אויף צו שיצן מנוּוולים"; "באַשיצט די קינדער, נישט די באַלעסטיקער!", און "3 מיליאָן דאָלאַר אויסגעגעבן צו באַקעמפֿן די אינטערנעץ; 0$ אויסגעגעבן צו באַקעמפֿן די באַלעסטיקונג פֿון קינדער". דערבײַ האָבן זיי די לאָזונגען אויך אויסגערופֿן אויף אַ קול. בײַם אַרויסגאַנג פֿון דער באַן־סטאַנציע, וווּ שטראָמען פֿון חסידים זענען געגאַנגען צום סטאַדיאָן, האָבן עטלעכע דעמאָנסטראַנטן אויסגעטיילט הונדערטער בויגנס, מיט די פֿראַגעס: "צי ווייסט איר, אַז ס׳רובֿ רבנים דערציילן נישט דער פּאָליציי ווען עמעצער האָט באַלעסטיקט אַ קינד? צי ווייסט איר, אַז אַ סך פֿון די געליטענע פֿון די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס, און זייערע פֿאַרטיידיקער, ווערן באַדראָט, אויב זיי דערציילן וועגן דעם, בעת זייערע אַטאַקירער ווערן באַשיצט?"
פֿאַרקערט, אויב אַ חסיד טיילט יאָ מיט דער פּאָליציי, פֿאַררעכנט מען אים פֿאַר אַ מוסר; מע רודפֿט אים און זײַנע קרובֿים, און מע דראָט אַרויסצוּוואַרפֿן זײַנע קינדער פֿון דער שול אָדער ישיבֿה. טאַקע דערפֿאַר זענען כּמעט די איינציקע, וועלכע האָבן ביז איצט יאָ דערציילט דער פּאָליציי וועגן פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג געווען יענע, וועלכע זענען שוין "אַראָפּ פֿון דרך", און מוזן זיך מער נישט רעכענען מיט דער מיינונג פֿון דער קהילה. בײַ די ייִדן, וועלכע לעבן נאָך אין דער חסידישער געזעלשאַפֿט, איז די סכּנה און די שרעק פּשוט צו גרויס. מרדכי יונגרײַס האָט אָבער נישט קיין מורא. נאָכן דערוויסן זיך, אַז זײַן גײַסטיק צוריקגעשטאַנען קינד איז במשך פֿון אָנדערטהאַלבן־יאָר רעגלמעסיק סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן פֿון אַ 27־יאָריקן ייִד אין דער מיקווה, האָט דער 38־יאָריקער יונגרײַס באַשלאָסן צו דערציילן דער פּאָליציי, און הײַנט גיט ער בפֿרהסיא אָן זײַן אייגענעם נאָמען. מע האָט אים שוין אינטערוויויִרט אויף די נײַעס פֿון "סי־בי־עס", און די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט די "ניו־יאָרק טײַמס" דערציילט זײַן ביטערע געשיכטע אין אַ פּרטימדיקן אַרטיקל וועגן די רדיפֿות, וואָס די חסידישע עסקנים פֿירן דורך קעגן די חסידים, וואָס דערציילן דער פּאָליציי וועגן די פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג אין די חרדישע קרײַזן.
"עסט געזונטערהייט!"
Eat In Good Health!
1 קוסע 3 לעפֿל איילבערט־בוימל זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק) 1 גרויסע ציבעלע, צעשניטן 4 טעפּלעך פּאַרעווע יויך 1 לעפֿעלע קאָרי־געווירץ (curry powder) הייצט דעם אויוון ביז 375 גראַד (190 צעלסיוס). שנײַדט די קוסע אין דער לענג און וואַרפֿט אַרויס די קערעלעך. באַשמירט די ראַנדן פֿון ביידע העלפֿטן מיט 1 לעפֿל איילבערט־בוימל און לייגט זיי, מיטן פּנים אַראָפּ, אויף אַ בלעך. בראָט זיי ביז זיי ווערן זייער ווייך, אַרום 1 שעה. לאָזט די קוסע־העלפֿטן זיך אָפּקילן. ניצנדיק אַ לעפֿל, שאָבט אויס דאָס פֿליישיקע פֿון דער פֿרוכט און גיט עס אַרײַן אין אַ שיסל. הייצט די איבעריקע 2 לעפֿל איילבערט־בוימל אין אַ זופּטאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די צעשניטענע ציבעלע און קאָכט זי ביז זי ווערט ווייך, אַרום 6 מינוט. גיט אַרײַן דאָס פֿליישיקע פֿון דער קוסע, מיט דער יויך און קאָרי־געווירץ, און העכערט דאָס פֿײַער ביז דאָס געמיש הייבט אָן צו זידן. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט עס מליִען 10 מינוט. קילט אָפּ דאָס געמיש 5 מינוט. גיט עס אַרײַן אין אַ שפּײַזמאַשין, מאַכט אַ פּירע, און גיסט עס אַרײַן אין באַזונדערע שיסלען.
רעאַגירנדיק אויף דער מעלדונג פֿון אַ גרופּע ניו־יאָרקער חסידישע פֿירער, אַז מע פּלאַנירט אַ מאַסן־דעמאָנסטראַציע קעגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ אין דרײַ וואָכן אַרום, האָט אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן דערצויגן אין דער חסידישער וועלט באַשלאָסן גלײַכצײַטיק דורכצופֿירן אַ קאָנטער־פּראָטעסט מיטן נאָמען The Internet is NOT the Problem, וועגן "די אמתע סכּנות וואָס באַדראָען די חסידישע באַפֿעלקערונג"; בפֿרט, דאָס באַשיצן די פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער. לויט אַן אַרטיקל אין דער חסידישער צײַטונג, "אידישע טעגליכע נײַעס", וועלן צענדליקער טויזנטער מענטשן זיך באַטייליקן אין דער אַנטי־אינטערנעץ־מאַניפֿעסטאַציע, דעם 20סטן מײַ, אין "סיטיפֿילד", דער בייסבאָל־סטאַדיאָן פֿון דער ניו־יאָרקער בייסבאָל־מאַנשאַפֿט, די "מעטס", אין קווינז. די צײַטונג גיט צו, אַז די אָרגאַניזירער האָבן שוין געזאַמלט 1.5 מיליאָן דאָלאַר דערפֿאַר.
1 טעפּל ראַזעווע מעל 1/2 טעפּל האָבער־פֿאַרפֿל (rolled oats) 1/4 טעפּל צעהאַקטע מאַנדלען, וועלשענע ניס אָדער פּעקאַנניס 2 לעפֿעלעך באַקפּודער 1/2 לעפֿעלע צימערינג 2 באַנאַנעס 1 טעפּל אָפּגעשעפּטע מילך אָדער מאַנדלמילך 1 איי 1 לעפֿעלע מאַנדל-סענץ (almond extract) 1 טעפּל געמישטע פֿאַרפֿרויענע יאַגדעס שפּריצבוימל קליאָן־סירופּ (אויב איר ווילט) אין אַ גרויסער שיסל, מישט צונויף די ערשטע פֿינף באַשטאַנדטיילן. אין אַ קלענערער שיסל, צעקוועטשט 1 באַנאַנע מיט דער מילך, איי און מאַנדל־סענץ. גיסט די פֿליסיקע אינגרעדיענטן אַרײַן אין די טרוקענע, און מישט גוט אויס. צעשנײַדט אויף רעפֿטלעך די צווייטע באַנאַנע און מישט זיי אַרײַן אינעם טייג, צוזאַמען מיט די יאַגדעס. באַשפּריצט אַ פּאַטעלניע מיט שפּריצבוימל און הייצט זי אָן איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיסט אַ פֿערטל טעפּל פֿונעם טייג אין דער פּאַטעלניע און קאָכט זי 2—3 מינוט אויף יעדער זײַט, ביז זי ווערט דערפֿון אַ גאָלדן־ברוינע לאַטקע. טוט דאָס זעלבע מיטן איבעריקן טייג. דאָס וועט מסתּמא קלעקן אויף אַכט לאַטקעס. שטעלט צום טיש מיטן קליאָן־סירופּ.
(אַן איבערבליק פֿון דער פֿרויען־זײַט צווישן 1919 און 1979) במשך פֿון די ערשטע פֿופֿציק יאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס", איז דער ציל פֿונעם רעדאַקטאָר, אַב קאַהאַן, געווען זייער קלאָר: נישט בלויז איבערגעבן די נײַעס צו די ייִדישע אימיגראַנטן אויף אַ שפּראַך וואָס זיי האָבן געקענט, אָבער אויך העלפֿן זיי אַרײַנצופּאַסן זיך אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט; בפֿרט — צו ווערן אַקטיווע מיטגלידער פֿון דער אַלגעמיינער אַרבעטער־באַוועגונג.
2 לעפֿל איילבערט־בוימל 1 ציבעלע, צעהאַקט 1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט 2 טעפּלעך צעהאַקטע שוועמלעך 1/2 טעפּל טרוקענער ווײַסער ווײַן 1/4 טעפּל פֿרישער טימיאַן 1 טעפּל צעמאָלענע מאַנדלען 8—12 גרויסע בלעטער נאַפּאַ־קרויט הייצט דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע, און פּרעגלט די ציבעלע און קנאָבל איבער אַ קליינעם פֿײַער, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט, בערך 3 מינוט. גיט צו די שוועמלעך און קאָכט ביז זיי ווערן ווייך. גיסט אַרײַן דעם ווײַן און טימיאַן, העכערט דאָס פֿײַער, און קאָכט ביז ס׳רובֿ פֿונעם גיסעכץ ווערט אויסגעוועפּט. מישט אַרײַן די צעמאָלענע מאַנדלען. גיט דאָס געמיש אַרײַן אין אַ שיסל. קאָכט די קרויטבלעטער 3־4 מינוט ביז זיי ווערן אַ ביסל ווייכער. לייגט אַ לעפֿל פֿונעם שוועמל־געמיש אין יעדן בלעטל און וויקלט צונויף.
"רעד נישט וועגן דײַן פֿריִערדיקן געליבטן!" האָט געענטפֿערט איין דיקלעכע פֿרוי, מיט אַ שמייכל. "זאָג זיי נישט, וואָס דו האָסט נישט ליב וועגן זיי," האָט פֿאָרגעלייגט אַ הויכער מאַן מיט געקרײַזלטע האָר. "זאָג נישט: ׳מיר געפֿעלט נישט דײַן נערוועזער טיק!׳". די אַנדערע אין קרײַז האָבן מיט אָנערקענונג אויסגעשאָסן אין אַ געלעכטער, צושאָקלענדיק מיטן קאָפּ. דער וואַרשטאַט איז איינער פֿון אַ צאָל אַקטיוויטעטן און באַדינונגען פֿון Adaptations (צופּאַסונג) — אַ פּראָגראַם, וואָס באַמיט זיך צו העלפֿן אויטיסטישע יונגע לײַט אין די 20ער און 30ער צו פֿאַרבעסערן זייערע געזעלשאַפֿטלעכע פֿעיִקייטן, כּדי צו העלפֿן זיי מאַכן פֿרײַנד, אָנקניפּן ראָמאַנטישע באַציִונגען און קריגן אַ שטעלע. ביז איצט האָט די פּראָגראַם שוין צוגעצויגן 300 מיטגלידער, האָט אַליסאָן קלײַנמאַן, די דירעקטאָרין פֿון Adaptations, געזאָגט. אויטיזם איז אַ גײַסטיקע קראַנקייט — אַ רעזולטאַט פֿון אַ נעווראָלאָגישער שטערונג, כאַראַקטעריזירט דורך שוועריקייטן בײַם קאָמוניקירן און אויסקומען מיט אַנדערע מענטשן, ווי אויך אַנדערע אומגעוויינטלעכע מינים אויפֿפֿיר און אינטערעסן. Adaptations איז אַ טייל פֿון אַ כּוללדיקער פּראָגראַם, "דער צענטער פֿאַר ספּעציעלע באַדערפֿענישן", וואָס געפֿינט זיך אין דער "דזשיי־סי־סי" (ייִדישער קהילה־צענטער) פֿון מאַנהעטן.
2 טעפּלעך צוקער 2 לעפֿל כּשרער, זיסער ווײַן 1 לעפֿל האָניק 1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט 4 טעפּלעך אָפּגעשיילטע, צעהאַקטע עפּל 1 שטענגל צימערינג (cinnamon stick) 1/4 טעפּל צעהאַקטע ניס הייצט אָן דעם אויוון אויף 350 גראַד (176 צעלזיוס). לייגט די ניס אין אַ בעקן און שטעלט עס אַרײַן אין אויוון בערך אויף 5—10 מינוט, ביז עס באַקומט זיך פֿון די ניס אַ זיסלעכער ריח און זיי הייבן זיך אָן צוצוברוינען. מישט צונויף דעם צוקער, וואַסער, ווײַן, האָניק, לימענע־זאַפֿט און צימערינג־שטענגל אין אַ טאָפּ איבער אַ מיטל־הויכן פֿײַער, ביז עס הייבט אָן ווערן דערפֿון אַ סירופּ, בערך 10 מינוט. מישט אַרײַן די עפּל און קאָכט איבער אַ מיטעלן פֿײַער, ביז די עפּל ווערן אַ ביסל ווייכער. העכערט דאָס פֿײַער און קאָכט ווײַטער ביז דער סירופּ ווערט געדיכטער. נעמט אַרויס דאָס צימערינג־שטענגל, און מישט אַרײַן די ניס. גיסט עס אַרײַן אין 4—5 סלויען און האַלט זיי אין פֿרידזשידער. מנחם דאַום, דער פּראָדוצענט און רעזשיסאָר פֿון Hiding and Seeking — אַ שטאַרק געלויבטער פֿילם וועגן זײַן פּערזענלעכער רײַזע קיין פּוילן, צו געפֿינען די פּויערישע משפּחה, וואָס האָט געראַטעוועט זײַן שווער — האַלט אין מיטן צונויפֿשטעלן אַ נײַעם פֿילם וועגן הרבֿ שלמה קאַרלעבאַכס היסטאָרישן קאָנצערט־טור אין פּוילן אין 1989 — אַ געשעעניש, וואָס האָט געמאַכט אַ טיפֿן רושם אויפֿן פּוילישן פּובליקום, בפֿרט צוליב דעם וואַרעמען אופֿן ווי אַזוי קאַרלעבאַך האָט זיך באַצויגן צו זיי.
4 ווײַסלעך 1/4 לעפֿעלע ווײַנשטײַן (cream of tartar) 1/4 לעפֿעלע זאַלץ 1/3 טעפּל צוקער 2 געלעכלעך 1 לעפֿעלע שאָקאָלאַד־ליקער 1/4 טעפּל מעל 1/4 טעפּל קאַקאַו הייצט אָן דעם אויוון אויף 325 גראַד (162 צעלזיוס). באַדעקט אַ בעקן מיט וואַקס־פּאַפּיר. אין אַ שיסל, מישט צונויף די ווײַסלעך, ווײַנשטיין און זאַלץ מיט אַן עלעקטרישן שניי־שלאָגער, ביז עס ווערט שוימיק. קלאַפּט, צו־ביסלעך, אַרײַן דעם צוקער, ביז עס ווערט דערפֿון אַ שניי. מישט אַרײַן די געלעכלעך און שאָקאָלאַד־ליקער. אין אַ באַזונדערער שיסל קאָמבינירט די מעל און קאַקאַו, און מישט עס פּאַוואָליע אַרײַן אינעם אייער־געמיש. גיסט די טייג אַרײַן אינעם בעקן און באַקט עס אָפּ 25־30 מינוט. |