רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דער לעקעך האָט ווייניקער צוקער אָדער מעל ווי געוויינטלעכע שאָקאָלאַד־טאָרטן (און דערפֿאַר ווערט ער רעקאָמענדירט דורך דער "קאַנאַדער אַסאָציאָציע פֿון דיאַבעטיקער"), אָבער איז פֿאָרט זייער באַטעמט. ער איז אויך אַ סך לופֿטיקער, צוליב די צעשלאָגענע ווײַסלעך, און האָט, דאַכט זיך, אַ מער אייראָפּעיִשן טעם.


4 ווײַסלעך
1/4 לעפֿעלע ווײַנשטײַן (cream of tartar)
1/4 לעפֿעלע זאַלץ
1/3 טעפּל צוקער
2 געלעכלעך
1 לעפֿעלע שאָקאָלאַד־ליקער
1/4 טעפּל מעל
1/4 טעפּל קאַקאַו



הייצט אָן דעם אויוון אויף 325 גראַד (162 צעלזיוס).
באַדעקט אַ בעקן מיט וואַקס־פּאַפּיר.
אין אַ שיסל, מישט צונויף די ווײַסלעך, ווײַנשטיין און זאַלץ מיט אַן עלעקטרישן שניי־שלאָגער, ביז עס ווערט שוימיק. קלאַפּט, צו־ביסלעך, אַרײַן דעם צוקער, ביז עס ווערט דערפֿון אַ שניי. מישט אַרײַן די געלעכלעך און שאָקאָלאַד־ליקער.
אין אַ באַזונדערער שיסל קאָמבינירט די מעל און קאַקאַו, און מישט עס פּאַוואָליע אַרײַן אינעם אייער־געמיש. גיסט די טייג אַרײַן אינעם בעקן און באַקט עס אָפּ 25־30 מינוט.
אין אַ באַזונדערער שיסל, מישט צונויף די מעל, קאַקאַו־פּודער, באַקפּודער און זאַלץ, ביז דער לעקעך ווערט פּוכקע. קילט עס אָפּ 2 מינוט. טיילט אָפּ דעם לעקעך פֿונעם בעקן מיט אַ שאַרפֿן מעסער, און לייגט דעם לעקעך, איבערגעקערט, אויף אַ געשטעל, כּדי ווײַטער זיך אָפּצוקילן.