רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

כ׳האָב הײַיאָר געמאַכט די האָלאָבצעס צום סדר, צוליב מײַנע וועגעטאַרישע געסט, אָבער זיי זענען אַזוי באַטעמט, אַז איך וועל עס שוין מאַכן אַ גאַנץ יאָר!

2 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 ציבעלע, צעהאַקט
1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט
2 טעפּלעך צעהאַקטע שוועמלעך
1/2 טעפּל טרוקענער ווײַסער ווײַן
1/4 טעפּל פֿרישער טימיאַן
1 טעפּל צעמאָלענע מאַנדלען
8—12 גרויסע בלעטער נאַפּאַ־קרויט


הייצט דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע, און פּרעגלט די ציבעלע און קנאָבל איבער אַ קליינעם פֿײַער, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט, בערך 3 מינוט. גיט צו די שוועמלעך און קאָכט ביז זיי ווערן ווייך. גיסט אַרײַן דעם ווײַן און טימיאַן, העכערט דאָס פֿײַער, און קאָכט ביז ס׳רובֿ פֿונעם גיסעכץ ווערט אויסגעוועפּט. מישט אַרײַן די צעמאָלענע מאַנדלען. גיט דאָס געמיש אַרײַן אין אַ שיסל.
קאָכט די קרויטבלעטער 3־4 מינוט ביז זיי ווערן אַ ביסל ווייכער. לייגט אַ לעפֿל פֿונעם שוועמל־געמיש אין יעדן בלעטל און וויקלט צונויף.

סאָוס:
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 טעפּל צעהאַקטע ווײַסע ציבעלע
1/2־1 טעפּלעך טרוקענער ווײַסער ווײַן
1 טעפּל פּאַרעווע יויך
3/4 טעפּל פּאָמידאָרן־פּאַסטע
2 לעפֿל צוקער
2 לעפֿעלעך געטריקנטע געווירצן (אָריגאַן און/אָדער באַזיליק)
זאַלץ און פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

הייצט דעם בוימל און קאָכט די ציבעלע 5 מינוט. גיסט אַרײַן דעם ווײַן, העכערט דאָס פֿײַער און קאָכט 3 מינוט, ביז אַ דריטל פֿונעם סאָוס וועפּט זיך אויס. מישט אַרײַן די יויך, פּאָמידאָרן־פּאַסטע, צוקער און געווירצן. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און לאָזט מליִען 5 מינוט.
גיסט אַ ביסל פֿונעם סאָוס אין אַ גרויסן טאָפּ, לייגט אַרײַן די האָלאָבצעס, און באַגיסט זיי מיטן איבעריקן סאָוס. דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט מליִען אויף אַ קליינעם פֿײַער אַ האַלבע שעה.