רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ מתּנה וואָס אײַער מאַמע וועט זיכער אָפּשאַצן איז ווען איר גרייט צו פֿאַר איר אַ מאכל, וואָס איז געשמאַק, אָבער נישט־פֿעטיק. די פֿרוכט־און־ניס לאַטקעס זענען געזונט, גרינג צו מאַכן, און וועלן אַלעמען שמעקן.
1 טעפּל ראַזעווע מעל
1/2 טעפּל האָבער־פֿאַרפֿל (rolled oats)
1/4 טעפּל צעהאַקטע מאַנדלען, וועלשענע ניס אָדער פּעקאַנניס
2 לעפֿעלעך באַקפּודער
1/2 לעפֿעלע צימערינג
2 באַנאַנעס
1 טעפּל אָפּגעשעפּטע מילך אָדער מאַנדלמילך
1 איי
1 לעפֿעלע מאַנדל-סענץ (almond extract)
1 טעפּל געמישטע פֿאַרפֿרויענע יאַגדעס
שפּריצבוימל
קליאָן־סירופּ (אויב איר ווילט)


אין אַ גרויסער שיסל, מישט צונויף די ערשטע פֿינף באַשטאַנדטיילן. אין אַ קלענערער שיסל, צעקוועטשט 1 באַנאַנע מיט דער מילך, איי און מאַנדל־סענץ.
גיסט די פֿליסיקע אינגרעדיענטן אַרײַן אין די טרוקענע, און מישט גוט אויס.
צעשנײַדט אויף רעפֿטלעך די צווייטע באַנאַנע און מישט זיי אַרײַן אינעם טייג, צוזאַמען מיט די יאַגדעס.
באַשפּריצט אַ פּאַטעלניע מיט שפּריצבוימל און הייצט זי אָן איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיסט אַ פֿערטל טעפּל פֿונעם טייג אין דער פּאַטעלניע און קאָכט זי 2—3 מינוט אויף יעדער זײַט, ביז זי ווערט דערפֿון אַ גאָלדן־ברוינע לאַטקע. טוט דאָס זעלבע מיטן איבעריקן טייג. דאָס וועט מסתּמא קלעקן אויף אַכט לאַטקעס. שטעלט צום טיש מיטן קליאָן־סירופּ.