2 טעפּלעך צוקער
2 לעפֿל כּשרער, זיסער ווײַן
1 לעפֿל האָניק
1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
4 טעפּלעך אָפּגעשיילטע, צעהאַקטע עפּל
1 שטענגל צימערינג (cinnamon stick)
1/4 טעפּל צעהאַקטע ניס
הייצט אָן דעם אויוון אויף 350 גראַד (176 צעלזיוס). לייגט די ניס אין אַ בעקן און שטעלט עס אַרײַן אין אויוון בערך אויף 5—10 מינוט, ביז עס באַקומט זיך פֿון די ניס אַ זיסלעכער ריח און זיי הייבן זיך אָן צוצוברוינען.
מישט צונויף דעם צוקער, וואַסער, ווײַן, האָניק, לימענע־זאַפֿט און צימערינג־שטענגל אין אַ טאָפּ איבער אַ מיטל־הויכן פֿײַער, ביז עס הייבט אָן ווערן דערפֿון אַ סירופּ, בערך 10 מינוט.
מישט אַרײַן די עפּל און קאָכט איבער אַ מיטעלן פֿײַער, ביז די עפּל ווערן אַ ביסל ווייכער. העכערט דאָס פֿײַער און קאָכט ווײַטער ביז דער סירופּ ווערט געדיכטער. נעמט אַרויס דאָס צימערינג־שטענגל, און מישט אַרײַן די ניס. גיסט עס אַרײַן אין 4—5 סלויען און האַלט זיי אין פֿרידזשידער.