איך האָב די וואָך געמאַכט אַ זופּ פֿון אַ קוסע (butternut squash, בלע״ז), וואָס האָט אַ הויכן פּראָצענט וויטאַמין C, A און קאַליום (potassium). ס׳איז גרינג צו מאַכן, און זייער באַטעמט.
1 קוסע
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק)
1 גרויסע ציבעלע, צעשניטן
4 טעפּלעך פּאַרעווע יויך
1 לעפֿעלע קאָרי־געווירץ (curry powder)
הייצט דעם אויוון ביז 375 גראַד (190 צעלסיוס). שנײַדט די קוסע אין דער לענג און וואַרפֿט אַרויס די קערעלעך. באַשמירט די ראַנדן פֿון ביידע העלפֿטן מיט 1 לעפֿל איילבערט־בוימל און לייגט זיי, מיטן פּנים אַראָפּ, אויף אַ בלעך. בראָט זיי ביז זיי ווערן זייער ווייך, אַרום 1 שעה.
לאָזט די קוסע־העלפֿטן זיך אָפּקילן. ניצנדיק אַ לעפֿל, שאָבט אויס דאָס פֿליישיקע פֿון דער פֿרוכט און גיט עס אַרײַן אין אַ שיסל.
הייצט די איבעריקע 2 לעפֿל איילבערט־בוימל אין אַ זופּטאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די צעשניטענע ציבעלע און קאָכט זי ביז זי ווערט ווייך, אַרום 6 מינוט. גיט אַרײַן דאָס פֿליישיקע פֿון דער קוסע, מיט דער יויך און קאָרי־געווירץ, און העכערט דאָס פֿײַער ביז דאָס געמיש הייבט אָן צו זידן. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט עס מליִען 10 מינוט.
קילט אָפּ דאָס געמיש 5 מינוט. גיט עס אַרײַן אין אַ שפּײַזמאַשין, מאַכט אַ פּירע, און גיסט עס אַרײַן אין באַזונדערע שיסלען.