געזעלשאַפֿט

אַ טייל פֿון די באַטייליקטע, זונטיק
אַ טייל פֿון די באַטייליקטע, זונטיק
Credit: Mo Gelber
בעת צענדליקער טויזנטער חסידים האָבן זונטיק זיך פֿאַרזאַמלט אין "סיטי־פֿילד", דער בייסבאָל־סטאַדיאָן פֿון די "מעטס", צו וואָרענען קעגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ, האָבן עטלעכע הונדערט מענטשן, אַריבער דער גאַס, זיך באַטייליקט אין אַ קאָנטער־דעמאָנסטראַציע, טענהנדיק, אַז די אמתע סכּנה פֿאַר די חרדישע קרײַזן, און די סיבה פֿאַר וואָס אַזוי פֿיל פֿונעם ייִנגערן דור זענען אַראָפּ פֿון דרך, איז נישט צוליב דער אינטערנעץ, נאָר צוליב דער אָנגעווייטיקטער פּראָבלעם פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, און די באַמיִונגען פֿון די קהילה־עסקנים צו באַשיצן די באַלעסטיקער, אַנשטאָט די געליטענע.
שטייענדיק אויף דער ברייטער רוזוועלט־עוועניו, וווּ די אויטאָס, געפּאַקט מיט חסידים, זענען כּסדר פֿאַרבײַגעפֿאָרן, האָבן די דעמאָנסטראַנטן — סײַ פֿרומע, סײַ געוועזענע פֿרומע; סײַ די וועלכע זענען אַמאָל סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן, סײַ זייערע שטיצער — געהאַלטן שילדן אין די הענט אויף ענגליש, ייִדיש און העברעיִש, דערקלערנדיק: "הערט אויף צו שיצן מנוּוולים"; "באַשיצט די קינדער, נישט די באַלעסטיקער!", און "3 מיליאָן דאָלאַר אויסגעגעבן צו באַקעמפֿן די אינטערנעץ; 0$ אויסגעגעבן צו באַקעמפֿן די באַלעסטיקונג פֿון קינדער". דערבײַ האָבן זיי די לאָזונגען אויך אויסגערופֿן אויף אַ קול.
בײַם אַרויסגאַנג פֿון דער באַן־סטאַנציע, וווּ שטראָמען פֿון חסידים זענען געגאַנגען צום סטאַדיאָן, האָבן עטלעכע דעמאָנסטראַנטן אויסגעטיילט הונדערטער בויגנס, מיט די פֿראַגעס: "צי ווייסט איר, אַז ס׳רובֿ רבנים דערציילן נישט דער פּאָליציי ווען עמעצער האָט באַלעסטיקט אַ קינד? צי ווייסט איר, אַז אַ סך פֿון די געליטענע פֿון די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס, און זייערע פֿאַרטיידיקער, ווערן באַדראָט, אויב זיי דערציילן וועגן דעם, בעת זייערע אַטאַקירער ווערן באַשיצט?"
איין דעמאָנסטראַנט איז אַפֿילו אַרײַן אין די ליידיקע אויטאָבוסן, וואָס האָבן געפֿירט די חסידים צו דער אַסיפֿה, און אַרײַנגעלייגט די בויגנס אין די ספֿרים, וואָס די פּאַסאַזשירן האָבן דאָרט געהאַט איבערגעלאָזט, האָט אַרי מאַנדעל, איינער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנטער־דעמאָנסטראַציע, דערציילט דעם "פֿאָרווערטס".
די חרדישע ייִדן וואָס זענען פֿאַרבײַגעפֿאָרן די דעמאָנסטראַנטן אויפֿן וועג צו דער אַסיפֿה, האָבן רעאַגירט אויף פֿאַרשידענע אופֿנים. אַ טייל פֿון זיי האָבן זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק און ווײַטער געפֿאָרן. אַנדערע האָבן אויסגעדריקט זייער אָפּאָזיציע: געוויזן די דעמאָנסראַנטן אַ "פֿײַג"; אויסגעשריגן "נעבעך!", "וואָס מאַכסטו אַ חילול־השם?", אָדער "דו ביסט צו מיאוס, אַז עמעצער זאָל דיך ׳מאָלעסטן׳!". ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן אָבער אויסגעזען פּשוט צעטומלט איבער דער סיבה פֿאַרן פּראָטעסט, און האָבן גענומען פֿאָרן אַ ביסל פּאַמעלעכער — אַ פּנים, כּדי איבערצולייענען די שילדן.
"איך קען אײַך נישט איבערגעבן וויפֿל אָנזאָגן און טעלעפֿאָנען כ׳האָב שוין באַקומען פֿון פֿרומע לײַט, מיט ווערטער פֿון שטיצע," האָט מאַנדעל דערקלערט. "אַלע זאָגן זיי אַן ענלעכע זאַך: ׳אויב איך וואָלט נישט מורא געהאַט צו פֿאַרלירן מײַן שטעלע, אָדער אַז מע וואָלט מײַנע קינדער אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער שול, וואָלט איך געשטאַנען מיט אײַך׳. איינער, וואָס איז יאָ צוגעקומען צו אונדז, האָט געטראָגן אַ קאָסטיום, כּדי קיינער זאָל אים נישט דערקענען, און אַ פֿרומע פֿרוי איז געשטאַנען די גאַנצע צײַט, פֿאַרדעקנדיק איר פּנים מיט איינער פֿון אונדזערע שילדן."
במשך פֿונעם טאָג זענען חסידים, וואָס זענען געפֿאָרן צו דער אַנטי־אינטערנעץ־אַסיפֿה, צוגעקומען, כּדי זיך צו באַגריסן מיט די דעמאָנסטראַנטן, אָבער זענען תּיכּף צוריקגעגאַנגען צו דער אַסיפֿה. דאָס איז, אַ פּנים, געווען דער איינציקער אופֿן ווי די מענטשן האָבן געקאָנט אַרויסווײַזן זייער מיטגעפֿיל.
אַ גרויסער פּראָצענט פֿון די דעמאָנסטראַנטן איז קינדווײַז אַליין באַלעסטיקט געוואָרן און איצט זענען די געליטענע געווען גרייט צו רעדן פֿאַר דער פּרעסע וועגן דעם, הגם זיי האָבן נישט געוואָלט אָנגעבן דעם גאַנצן נאָמען. מאָטי, אַ 37־יאָריקער יונגערמאַן פֿון אַ חסידישער משפּחה, איז געווען אַ 12־יאָריקער תּלמיד אין דער "ישיבה קטנה תולדות יעקב יוסף ד׳סקווער", ווען זײַן מלמד, אײַנהאָרן, האָט אים דרײַ מאָל פֿאַרגוואַלדיקט. די געשעעניש האָט אים אַזוי געמאַטערט, אַז מע האָט אים געדאַרפֿט כּסדר איבערפֿירן פֿון איין ישיבֿה צו אַ צווייטער. סוף־כּל־סוף, האָט ער בײַ 21 יאָר באַשלאָסן אין גאַנצן צו פֿאַרלאָזן די פֿרומע וועלט. ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ נישט־ייִדיש אירלענדיש מיידל, אָבער אַפֿילו איר האָט ער מורא געהאַט צו דערציילן וואָס דער מלמד האָט אים געטאָן.
אַ חסיד פֿון דער אַסיפֿה שטעלט פֿראַגעס פֿאַר איינעם פֿון די דעמאָנסטראַנטן
אַ חסיד פֿון דער אַסיפֿה שטעלט פֿראַגעס פֿאַר איינעם פֿון די דעמאָנסטראַנטן
"כ׳האָב געלעבט מיט מײַן פֿרוי אַכט יאָר, ביז איך האָב געפֿונען דעם כּוח איר צו דערציילן," האָט מאָטי געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "כ׳האָב מורא געהאַט, אַז זי וועט עס נישט אויפֿנעמען ערנסט, און דאָס וואָלט מיר שטאַרק וויי געטאָן."
"דאָס ערגסטע איז, אַז כאָטש מע האָט זינט דעמאָלט איבערגעפֿירט אײַנהאָרן אין אַ צווייטער ישיבֿה, איז ער פֿאַרבליבן אַ לערער פֿון קינדער," האָט מאָטי צוגעגעבן.
אַ צווייטער באַטייליקטער אין דער דעמאָנסטראַציע, אַ 34־יאָריקער מאַנספּאַרשוין, איז דערצויגן געוואָרן אינעם סאַטמערער שטעטל מאָנראָו, נ״י, און האָט דערציילט, אַז ווען ער איז געווען 6—7 יאָר אַלט, האָט אַ בחור פֿון 12—13 יאָר סעקסועל באַלעסטיקט סײַ אים, סײַ זײַן 10־יאָריקן ברודער. "די בחורים וואָס האָבן געטאָן אַזוינע זאַכן, האָבן זיך אַלע געקענט און געהאָלפֿן איינער דעם צווייטן," האָט ער דערציילט. "איינער האָט איבערגעגעבן דעם צווייטן, אַז איך בין אַ גרינגער קרבן. דערפֿאַר האָבן שפּעטער אויך אַנדערע בחורים זיך געטשעפּעט צו מיר."
יוסי, אַ 22־יאָריקער בחור פֿון אַ "היימישער" משפּחה, האָט דערציילט, אַז גלײַך נאָך זײַן בר־מיצווה האָט מען אים געהייסן אָנהייבן דאַווענען מעריבֿ מיט אַ מנין. "בין איך געגאַנגען, און איינער פֿון די מתפּללים האָט פֿאָרגעלייגט מיך אַהיימצופֿירן. און טאַקע דאָרט אין קאַר האָט ער זיך געטשעפּעט צו מיר, בשעת ער האָט געפֿירט דעם אויטאָ.
"כ׳האָב עס קיינעם נישט געזאָגט, ווײַל כ׳האָב געמיינט, אַז מע וועט מיר ענטפֿערן: ׳ס׳איז דײַן פּראָבלעם׳" — מיט אַנדערע ווערטער, אַז יוסי איז אַליין שולדיק אין דעם. הײַנט ווייסן שוין זײַנע עלטערן וואָס ער האָט געליטן, און זײַן מאַמע גלייבט אים אין גאַנצן.
עס זענען אויך בײַגעווען פֿרויען, וועלכע זענען קינדווײַז באַלעסטיקט געוואָרן. איינע, אַ 35־יאָריקע בוכהאַלטערין, וועלכע איז דערצויגן געוואָרן אין אַ חסידישער משפּחה אין ירושלים און שפּעטער אין ניו־יאָרק, האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז בעת אירע קינדער־יאָרן, האָבן געוויסע מענער, בפֿרט שכנים און פֿעטערס, זיך געטשעפּעט צו איר און צו אַנדערע מיידלעך, וואָס זי האָט געקענט. "מײַן מאַמע האָט אונדז נישט אַרויסגעוויזן קיין סך וואַרעמקייט, האָב איך געזוכט ליבשאַפֿט בײַ יעדן איינעם, וואָס האָט געשמייכלט צו מיר," האָט זי געזאָגט. ווען זי האָט אָבער אָנגעהויבן דערציילן מענטשן וואָס מע טוט מיט איר, האָט דער "ועד הצניעות" (באַשיידנקייט־פֿאַרוואַלטונג) געשיקט איינעם צו איר מיט אַ וואָרענונג.
"ער האָט מיך געסטראַשעט, אַז אויב איך וועל רעדן וועגן דעם, וועט מען מיך שלאָגן," האָט די פֿרוי געזאָגט. "האָב איך אים געענטפֿערט: ׳קענסט מיך נישט שלאָגן, ווײַל כ׳בין אַ פֿרוי.׳ האָט ער געזאָגט: ׳וועל איך שיקן אַ פֿרוי.׳"
מיט צוויי יאָר צוריק האָט די בוכהאַלטערין, וואָס וווינט הײַנט אין ניו־יאָרק, געגט איר מאַן און אויפֿגעהערט צו זײַן פֿרום, כאָטש זי שיקט אירע זין, אַלט 16 און 13 יאָר, אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער ישיבֿה. צוליב דעם וואָס די ייִנגלעך פֿאָרן אָפֿט אַוועק אויף שבת, וווּ זי קען נישט האַלטן קיין אויג אויף זיי, דערמאָנט זי זיי תּמיד, מיט קלאָרע דיבורים, ווי אַזוי זיך צו באַשיצן קעגן סעקסועלע באַלעסטיקער. "איך זאָג זיי: ׳דײַן גוף באַלאַנגט בלויז צו דיר. קיינער טאָר נישט אָנרירן דײַן פּעניס. נישט קיין פֿרעמדער און אַפֿילו נישט די מענטשן פֿון דער משפּחה; קיינער טאָר דיך דאָרט נישט אָנרירן.׳"
במשך פֿונעם לעצטן חודש איז דער ענין, סעקסועלע באַלעסטיקונג אין די פֿרומע קרײַזן און די באַמיִונגען פֿון די רבנים צו באַשיצן די באַלעסטיקער, אַרויסגעקומען אין דער עפֿנטלעכקייט, נישט בלויז אין די ייִדישע צײַטונגען, נאָר אויך אין די אַלגעמיינע צײַטשריפֿטן, אַרײַנגערעכנט דער "ניו־יאָרק טײַמס" און דעם "וואָל־סטריט דזשורנאַל". "וווּהין איך גיי אין דער פֿרומער וועלט די לעצטע דרײַ וואָכן, הער איך ווי מע רעדט וועגן ׳סעקשועל אַביוס׳ [סעקסועלע באַלעסטיקונג]," האָט מאַנדעל באַמערקט. "אַזוי פֿיל מענטשן האָבן מיר שוין געזאָגט: ׳מײַן משפּחה האָט גערעדט וועגן דעם בײַם שבתדיקן טיש׳."
"מײַן טאַטע איז הײַנט דאָרט," האָט יוסי געזאָגט, ווײַזנדיק מיטן פֿינגער אויף דער אַסיפֿה אינעם סטאַדיאָן. "ווען ער האָט געהערט וועגן דעם כּינוס האָט ער געזאָגט: ׳אויב ס׳איז דאָ אַן אַסיפֿה פֿון ייִדן, גיי איך מיט. ברובֿ עם הדרת מלך [וואָס גרעסער די פֿאַרזאַמלונג, אַלץ גרעסער דער כּבֿוד פֿאַרן מלך, דעם אייבערשטן].׳
"אָבער מײַן מאַמע האָט געהאַט אַן ענטפֿער פֿאַר דעם," האָט יוסי צוגעגעבן. "נו — האָט זי געזאָגט — בײַם עגל זענען אויך געווען אַלע ייִדן."