- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איין מאָל, אין גיכן נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם שטאַרק־געלויבטן "ייִדיש־פֿראַנצייזישן ווערטערבוך" אין 2002, וואָס ניבאָרסקי האָט געהאַט צונויפֿגעשטעלט מיט בערל ווײַסבראָט, האָט ביינפֿעלד זיך צערעדט מיט ניבאָרסקין וועגן דעם בוך, און געזאָגט: "דו ווייסט, יצחק, אַז אײַער ווערטערבוך האָט געמאַכט אַ רושם נישט בלויז אין פֿראַנקרײַך. ס׳וואָלט געווען כּדאַי צו מאַכן אַן ענגלישן נוסח. מע דאַרף נאָר געפֿינען אַ מענטש, וואָס קען ייִדיש, ענגליש און פֿראַנצייזיש." ניבאָרסקי האָט אים אָנגעקוקט און געשטעלט אַ פּשוטע פֿראַגע: "נו?" ביינפֿעלד האָט זיך פֿאַרטראַכט אַ רגע. צי וואָלט ער אַליין טאַקע געקאָנט דורכפֿירן אַזאַ פּראָיעקט? ער האָט געוווּסט, אַז דאָס וועט נישט זײַן גרינג, ווײַל ער האָט נישט הינטער זיך אַזאַ אָרגאַניזאַציע, ווי די מעדעם־ביבליאָטעק. פֿון דעסטוועגן האָט ער געענטפֿערט: "לאָמיך זען וואָס איך קען טאָן." נאָכן אַהיימפֿאָרן קיין באָסטאָן, האָט ער בעת אַ טרעפֿונג פֿון "די כאַליאַסטרע" (אַ ייִדיש־קלוב אויפֿן נאָמען פֿון די אַוואַנגאַרדיסטישע ייִדישע שרײַבער אין וואַרשע אין די 1920ער יאָרן) פֿאַרפֿירט אַ שמועס וועגן די מעגלעכקייטן פֿון צונויפֿשטעלן אַ ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך, ניצנדיק ניבאָרסקיס און ווײַסבראָטס אינפֿאָרמאַציע־באַזע. צו זײַן איבערראַשונג, האָט חיים באָכנער — אַ לינגוויסט און קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירער, וועלכער האָט לעצטנס געהאַט פֿאַרלוירן זײַן שטעלע — דערקלערט: "איך וואָלט געוואָלט אַרבעטן מיט דיר." 2 לעפֿל איילבערט־בוימל 4 זוקיניס פֿון אַ מיטעלן גרייס, צעשניטן אויף דינע רעפֿטלעך 2—3 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 1 לעפֿל פֿרישער קריפּ, צעשניטן 1/2 לעפֿעלע זאַלץ 1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער הייצט אָן אַ העלפֿט פֿונעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטל־הויכן פֿײַער. שיט אַרײַן אַ העלפֿט פֿון די זוקיני־רעפֿטלעך און קאָכט זיי, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט, ביז זיי ווערן גאָלדן־ברוין, 10־12 מינוט. שיט די זוקיני־רעפֿטלעך אַרײַן אין אַ טעלער. גיסט אַרײַן דעם איבעריקן בוימל, און ווען די פּאַטעלניע איז הייס, שיט אַרײַן די איבעריקע זוקיני־רעפֿטלעך, און מישט ביז זיי ווערן אויך גאָלדן־ברוין. גיט צוריק אַרײַן די פֿריִערדיקע זוקיני אין דער פּאַטעלניע, און מישט עס אַלץ צונויף אין איינעם מיטן קנאָבל, קריפּ, זאַלץ און פֿעפֿער. מישט עס ווײַטער צוויי‘ מינוט און דערלאַנגט צום טיש. צווישן די פּראָיעקטן, וואָס די יונגע לײַט האָבן דורכגעפֿירט: אַ פּראָגראַם וואָס ברענגט כּישוף־מאַכער צו שפּיטאָלן, רעהאַביליטיר־צענטערס און דירות־הײַזער פֿאַר עלטערע לײַט; אַ יערלעכע מאָדע־אויסשטעלונג, וואָס זאַמלט געלט פֿאַר די ישׂראלדיקע צדקה־צוועקן, און אַ קוריקולום, וואָס לערנט סטודענטן איבערן לאַנד ווי אַזוי בעסער צו פֿאַרשטיין און העלפֿן אויטיסטישע תּלמידים אין זייערע קלאַסן. הײַיאָר איז דאָס זעקסטע יאָר, וואָס מע האָט אויסגעטיילט די "תּיקון־עולם" פּרעמיעס (Diller Teen Tikkun Olam Awards); ביז איצט האָט מען שוין אויסגעטיילט מער ווי 1 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר 30 צענערלינגען אין קאַליפֿאָרניע. אַחוץ די "תּיקון־עולם פּרעמיעס", שטיצט די "דילער־פֿונדאַציע" אויך אַ צווייטע פּראָגראַם, Diller Teen Fellows, וואָס ברענגט צונויף פֿעיִקע ייִדישע צענערלינגען אין 18 שטעט אין צפֿון־אַמעריקע און ישׂראל, און טרענירט זיי, במשך פֿון אַ יאָר און אַ האַלב, ווי זיי קענען ווערן צוקונפֿטיקע פֿירער, איבערגעגעבן דעם ייִדישן פֿאָלק, ישׂראל און געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט.
"עסט געזונטערהייט!"
Eat In Good Health! 4 צעהאַקטע פּאָמידאָרן בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור 1/2 טעפּל צעשניטענע באַזיליק־בלעטער 2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 2 לעפֿל איילבערט־בוימל 3 לעפֿל באַלזאַמישער עסיק זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַקט 8 אונצן (226 גראַם) ראַזעווע דינע ספּאַגעטי 1/2 טעפּל פֿריש־צעמאָלענע פּאַרמעזשאַנער קעז מישט צונויף די פּאָמידאָרן, באַזיליק און קנאָבל אין אַ גרויסער שיסל. גיסט צונויף אין אַ טעפּל דעם בוימל און עסיק, און באַגיסט דאָס פּאָמידאָרן־געמיש מיט דעם. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט עס און מישט עס גוט אויס. קאָכט אָפּ די לאָקשן, און גיסט אָפּ דאָס וואַסער. מישט די הייסע לאָקשן אַרײַן אינעם פּאָמידאָרן־געמיש; באַשיט עס מיטן פּאַרמעזשאַנער קעז, ביז דער קעז צעלאָזט זיך, און דערלאַנגט צום טיש. ALS, וואָס איז מער באַקאַנט ווי "לו געריגס קראַנקייט", איז אַ זעלטענע קראַנקייט פֿון די נערוון־קעמערלעך אינעם מוח און חוט־השדרה, וועלכע קאָנטראָלירן די באַוועגונג פֿון די מוסקלען. לו געריג, דער באַרימטער בייסבאָל־שפּילער פֿון די "יענקיס", איז געשטאָרבן דערפֿון אין 1941 צו 37 יאָר. די אויסזיכטן פֿאַר ALS-פּאַציענטן זענען, בדרך־כּלל, נישט קיין גוטע: די מוסקלען ווערן בײַ זיי אַלץ מער און מער אײַנגעשרומפּן, און ווי אַ פּועל־יוצא, ווערט זיי אַלץ שווערער צו גיין, רעדן, אַראָפּצושלינגען און אַפֿילו צו אָטעמען. מיט דער צײַט ווערן זיי פּאַראַליזירט און ס׳רובֿ פֿון זיי שטאַרבן. אַן אויסנאַם איז דער באַקאַנטער פֿיזיקער, סטיווען האָקינג, וועלכער לײַדט פֿון זייער אַ פּאַמעלעך־פּראָגרעסירנדיקן פֿאַל פֿון ALS, שוין כּמעט 50 יאָר. הגם ער איז פּאַראַליזירט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, פֿונקציאָנירט זײַן מוח ווי פֿריִער, און אין 2009 האָט ער באַקומען דעם "פּרעזידענטישן פֿרײַהייט־מעדאַל" — די בכּבֿודיקסטע פּרעמיע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. צווישן 20,000 און 30,000 מענטשן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן לײַדן הײַנט פֿון ALS, און יעדעס יאָר באַקומען 5,600 מענטשן אַזאַ דיאַגנאָז. די וויסנשאַפֿטלער ווייסן נאָך נישט, צי די סיבות פֿון דער קראַנקייט זענען גענעטישע, צי באַווירקט פֿון דער סבֿיבֿה. ביז איצט האָבן די דאָקטוירים נישט געקאָנט אויסהיילן אָדער אָפּשטעלן די אַנטוויקלונג פֿון דער געפֿערלעכער קראַנקייט. דאָס איינציקע וואָס זיי האָבן יאָ געקאָנט טאָן איז פֿאַרפּאַמעלעכן די קראַנקייט און פֿאַרגרינגערן די ווייטיקן דורך פֿאַרשידענע מעדיקאַמענטן. אין דער הקדמה צו דער אויסשטעלונג, וואָס הייסט Trail of the Magic Bullet: The Jewish Encounter with Modern Medicine 1860-1960 [דער וועג פֿון דער כּישוף־קויל: די ייִדישע באַגעגעניש מיט דער מאָדערנער מעדיצין פֿון 1860 ביז 1960], דערוויסט מען זיך, אַז הגם די ייִדן זענען שוין לאַנג פֿאַרבונדן מיט דער מעדיצינישער פּראָפֿעסיע, איז נישטאָ קיין ספּעציפֿישע "ייִדישע מעדיצין", אַזוי ווי די גריכישע, כינעזישע אָדער אינדישע מעדיצין. די ייִדישע דאָקטוירים האָבן תּמיד באַהאַנדלט זייערע פּאַציענטן אויפֿן סמך פֿון די אָנגענומענע טעאָריעס און הייל־מיטלען פֿון די לענדער און צײַטן, אין וועלכע זיי האָבן געלעבט. אין מיטל־עלטער האָט די קריסטלעכע קירך אַרויסגעלאָזט אַ גזירה, וואָס פֿאַרווערט ייִדישע דאָקטוירים צו באַהאַנדלען נישט־ייִדן, און פֿאַרווערט די קריסטן פֿון גיין צו ייִדישע דאָקטוירים. פֿון דעסטוועגן, האָבן אַ סך פּויפּסטן און קריסטלעכע פֿירער געזוכט מעדיצינישע באַהאַנדלונג דווקא בײַ ייִדישע דאָקטוירים. די ייִדן, וועלכע האָבן געוואָלט שטודירן אויף דאָקטער, האָבן עס געמוזט טאָן מיט אַ פּריוואַטן לערער ווײַל מע האָט זיי נישט אַרײַנגעלאָזט אין אוניווערסיטעט, אָדער מע האָט זיי געהייסן באַצאָלן גרויסע סומעס פֿאַר דער רעכט צו שטודירן. 5 לעפֿל איילבערט־בוימל 1 לעפֿל + 1 לעפֿעלע רויטער ווײַן־עסיק 1 לעפֿל האָניק 1/4 לעפֿעלע רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך כּשרער זאַלץ 4 לאַקס־פֿילעען 1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט 1/2 טעפּל צעשניטענע שוואַרצע מאַסלינעס, אָן קערעלעך 2 גרויסע, צײַטיקע פּאָמידאָרן, צעשניטן 1 טעפּל סעלעריע, צעשניטן 1/4 טעפּל צעשניטענע מינץ־בלעטער הייצט אָן דעם בראָט־אויוון. באַדעקט דעם בעקן מיט זילבער־פּאַפּיר און באַשמירט מיט אַ ביסל איילבערט־בוימל. אין אַ קליינער שיסל מישט צונויף 2 לעפֿל איילבערט־בוימל, 1 לעפֿעלע עסיק, דעם האָניק, די רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך און 1 לעפֿעלע זאַלץ. לייגט די לאַקס־פֿילעען אינעם בעקן און בערשט זיי פֿון אויבן און אויף די זײַטן מיטן האָניק־סאָוס. בראָט זיי ביז זיי ווערן גאָלדן־ברוין, 4—6 מינוט. דערווײַל הייצט אָן די איבעריקע 3 לעפֿל איילבערט־בוימל, 1 לעפֿל עסיק און די מאַסלינעס אין אַ קליינעם טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. נאָך 30 סעקונדעס גיט אַרײַן דעם צעהאַקטן קנאָבל און קאָכט עס ביז עס באַווײַזן זיך בולבעלעך, בערך 3 מינוט. מישט עס אויס מיט די פּאָמידאָרן, סעלעריע און מינץ. דערלאַנגט צום טיש מיטן לאַקס. די שׂימחה איז פֿאָרגעקומען אינעם "מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה" — אַן אָנגעזעענער חורבן־מוזיי אויפֿן דרומדיקן שפּיץ פֿון מאַנהעטן, און אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר דער שׂימחה, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז ד״ר רות איז אַליין אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה, און איז הײַנט אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם מוזיי. לכתּחילה, ווען מע האָט איר געהאַט פֿאָרגעלייגט אַ בראַנזשע פֿון ווײַן־פּראָדוקטן אויף איר נאָמען, האָט זי זיך אָפּגעזאָגט, פּונקט אַזוי ווי זי האָט פֿריִער זיך אָפּגעזאָגט אַרויסצולאָזן אַ בראַנזשע פֿון קאָקאָשעס אָדער אונטערוועש אויף איר נאָמען. דעם צווייטן טאָג האָט זי זיך אָבער באַרעכנט. זי האָט אָנגעהויבן צו קלערן, אַז אויב זי וועט אַנטוויקלען אַ ווײַן מיט אַ נידעריקן פּראָצענט אַלקאָהאָל, וועט עס אפֿשר העלפֿן פּאָרפֿעלקער זיך פֿילן באַקוועמער אין שלאָפֿצימער, און דערבײַ פֿאַרבעסערן זייער ליבן זיך. אַזוי איז געגרינדעט געוואָרן דער נײַער ווײַן, מיטן נאָמען "ווען ד׳אַמור׳" (דער ווײַן פֿון ליבע, אויף פֿראַנצויזיש). פֿאַר יעדן פֿלאַש וואָס מע וועט פֿאַרקויפֿן, וועט דער "מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה" באַקומען אַ פּראָצענט. 2 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע 2 לעפֿל רויטער ווײַן־עסיק 2 לעפֿעלעך פֿרישע טימיאַן־בלעטעלעך זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער 1/3 טעפּל איילבערט־בוימל 2 טעפּלעך געקאָכטע רײַז, אָפּגעקילט 1/2 טעפּל צעשניטענע פּאָמידאָרן 1/2 טעפּל געקאָכטע גרינע אַרבעס 1/2 טעפּל צעשניטענע זומער־קאַבאַק 1/2 טעפּל רעפֿטלעך רעטעכער 3/4 טעפּל צעשניטענע שאַלאַט־בלעטער 1/3 טעפּל צעשניטענע גרינע אָדער רויטע ציבעלע צעמאָלט די ערשטע פֿיר באַשטאַנדטיילן אין אַ שפּײַז־מאַשין ביז ס׳איז גוט אויסגעמישט. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט דעם סאָוס. דרייט ווידער אָן די שפּײַז־מאַשין, און גיסט, בשעת־מעשׂה, צו־ביסלעך אַרײַן דעם בוימל. דער ראַבינער — האַרי ראָזענפֿעלד, פֿונעם רעפֿאָרם־טעמפּל "קהילת אַלבערט" אין אַלבוקערקי, ניו־מעקסיקע — און דזשאָנסאָן דעניסאָן, אַ נאַוואַהאָ "מעדיצין־מאַן", האָבן גערעדט פֿאַר אַן עולם פֿון 40 ייִדן און נאַוואַהאָ-לײַט, אינעם Navajo Nation Museum (דער מוזיי פֿונעם נאַוואַהאָ־פֿאָלק), אין דער קרוינשטאָט פֿון די נאַוואַהאָ־אינדיאַנער — ווינדאָו־ראָק, אַריזאָנע. דאָס איז געווען די צווייטע אין אַ סעריע פֿון דרײַ דיסקוסיעס צווישן ייִדישע און נאַוואַהאָ־רעדנער. די ערשטע דיסקוסיע, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער, אין ראַבינער ראָזענפֿעלדס טעמפּל, האָט אַרומגערעדט די פֿראַגע, ווי אַזוי ביידע פֿעלקער גיבן זיך אַן עצה אין צוויי וועלטן — די טראַדיציאָנעלע און די הײַנטצײַטיקע. דעם קומענדיקן האַרבסט וועט פֿאָרקומען דער לעצטער שמועס: די פּאַראַלעלן צווישן דעם "לאַנגן וועג" (די אַקציע אין 1864—1866 צו פֿאַרטרײַבן די נאַוואַהאָס פֿון זייער אור־אַלטער היים) און דעם חורבן. גאָרדאָן בראָניצקי — דער ייִדישער אַנטראָפּאָלאָג, וואָס האָט אָרגאַניזירט די סעריע דיאַלאָגן — האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער האָט תּמיד געפֿילט אַ שײַכות מיט די אַמעריקאַנער אינדיאַנער: ערשטנס, ווײַל זײַן טאַטע, אַ דאָקטער בײַם אָרטיקן וועטעראַנען־שפּיטאָל, פֿלעגט אַרבעטן מיט זיי; און צווייטנס, ווײַל בעת זײַן אייגענער וואָלונטיר־אַרבעט איבערצוצײַגן די אינדיאַנער זיך צו רעגיסטרירן צו שטימען אין 1987, האָט ער זיך דערוווּסט וועגן געוויסע ענלעכקייטן צווישן די ייִדן און די אינדיאַנער. 2־3 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 2 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע 1 לעפֿעלע קמיניק 1 לעפֿעלע פּאַפּריקע 1/2 לעפֿעלע זאַפֿרען, צעקוועטשט מיט די פֿינגער 2 לעפֿל ווײַסער ווײַן־עסיק זאַפֿט פֿון 1 לימענע 1 לעפֿל פּאָמידאָרן־פּאַסטע 4 באַס־פֿילעען 4 גרויסע גאָלדענע קאַרטאָפֿל, אָפּגעשיילט 3 לעפֿל איילבערט־בוימל זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער 1 רויטער זיסער פֿעפֿער, צעשניטן אין דינע רעפֿטלעך 2 טעפּלעך קאַרש־פּאָמידאָרן, צעשניטן אויף דער העלפֿט 1/2 טעפּל שוואַרצע מאַסלינעס |