4 צעהאַקטע פּאָמידאָרן בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור
1/2 טעפּל צעשניטענע באַזיליק־בלעטער
2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
3 לעפֿל באַלזאַמישער עסיק
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַקט
8 אונצן (226 גראַם) ראַזעווע דינע ספּאַגעטי
1/2 טעפּל פֿריש־צעמאָלענע פּאַרמעזשאַנער קעז
מישט צונויף די פּאָמידאָרן, באַזיליק און קנאָבל אין אַ גרויסער שיסל. גיסט צונויף אין אַ טעפּל דעם בוימל און עסיק, און באַגיסט דאָס פּאָמידאָרן־געמיש מיט דעם. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט עס און מישט עס גוט אויס.
קאָכט אָפּ די לאָקשן, און גיסט אָפּ דאָס וואַסער. מישט די הייסע לאָקשן אַרײַן אינעם פּאָמידאָרן־געמיש; באַשיט עס מיטן פּאַרמעזשאַנער קעז, ביז דער קעז צעלאָזט זיך, און דערלאַנגט צום טיש.