געזעלשאַפֿט

רות וועסטהײַמער (אין מיטן) מיט אַ גרופּע פֿרײַנד, אויף איר געבוירן־טאָג־שׂימחה. לינקס: די אַקטריסע דעבראַ דזשאָו ראָפּ, וועלכע שפּילט די ראָלע פֿון ד״ר רות אין אַ נײַער פּיעסע אין פּיטספֿילד, מאַסאַטשוסעטס
רות וועסטהײַמער (אין מיטן) מיט אַ גרופּע פֿרײַנד, אויף איר געבוירן־טאָג־שׂימחה. לינקס: די אַקטריסע דעבראַ דזשאָו ראָפּ, וועלכע שפּילט די ראָלע פֿון ד״ר רות אין אַ נײַער פּיעסע אין פּיטספֿילד, מאַסאַטשוסעטס
ד״ר רות וועסטהײַמער, די וועלט־באַרימטע סעקס־טעראַפּעווטין און מעדיאַ־פּערזענלעכקייט — צום בעסטן באַקאַנט ווי ד״ר רות — האָט לעצטנס געפּראַוועט איר 84סטן געבוירן־טאָג מיט אַ גרויסער שׂימחה, וווּ מע האָט געמאָלדן, אַז אין אַ חודש אַרום וועט אַרויסגעלאָזט ווערן אַן אַלקאָהאָלישער געטראַנק אויף איר נאָמען.
די שׂימחה איז פֿאָרגעקומען אינעם "מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה" — אַן אָנגעזעענער חורבן־מוזיי אויפֿן דרומדיקן שפּיץ פֿון מאַנהעטן, און אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר דער שׂימחה, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז ד״ר רות איז אַליין אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה, און איז הײַנט אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם מוזיי.
לכתּחילה, ווען מע האָט איר געהאַט פֿאָרגעלייגט אַ בראַנזשע פֿון ווײַן־פּראָדוקטן אויף איר נאָמען, האָט זי זיך אָפּגעזאָגט, פּונקט אַזוי ווי זי האָט פֿריִער זיך אָפּגעזאָגט אַרויסצולאָזן אַ בראַנזשע פֿון קאָקאָשעס אָדער אונטערוועש אויף איר נאָמען. דעם צווייטן טאָג האָט זי זיך אָבער באַרעכנט. זי האָט אָנגעהויבן צו קלערן, אַז אויב זי וועט אַנטוויקלען אַ ווײַן מיט אַ נידעריקן פּראָצענט אַלקאָהאָל, וועט עס אפֿשר העלפֿן פּאָרפֿעלקער זיך פֿילן באַקוועמער אין שלאָפֿצימער, און דערבײַ פֿאַרבעסערן זייער ליבן זיך. אַזוי איז געגרינדעט געוואָרן דער נײַער ווײַן, מיטן נאָמען "ווען ד׳אַמור׳" (דער ווײַן פֿון ליבע, אויף פֿראַנצויזיש). פֿאַר יעדן פֿלאַש וואָס מע וועט פֿאַרקויפֿן, וועט דער "מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה" באַקומען אַ פּראָצענט.
די קליינטשיקע סעקס־טעראַפּעווטין — זי איז נישט העכער ווי 4 פֿוס 7 אינטשעס (1.4 מעטער) — האָט אָבער געזאָגט פֿאַרן עולם פֿון בערך אַכציק געסט, אַז די פּאָרפֿעלקער, וועלכע טרינקען דעם ווײַן, זאָלן נישט איבערכאַפּן די מאָס. "אויב די פֿרוי וועט טרינקען צו פֿיל, וועט זי אַנטשלאָפֿן ווערן, און אויב ער (דער מאַן) וועט טרינקען צו פֿיל, וועט ער נישט קאָנען דורכפֿירן דעם סעקסועלן אַקט," האָט זי דערקלערט מיט איר געוויינטלעכער אָפֿנהאַרציקייט.
ס׳איז שוין כּמעט 32 יאָר זינט וועסטהײַמער האָט אָנגעהויבן גיבן סעקסועלע עצות אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם — Sexually Speaking — וווּ זי איז אין גיכן געוואָרן אַ באַליבטע עצה־געבערין פֿאַר די אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן, אַ פּנים, זיך גענייטיקט אין אויסדריקן זייערע סעקסועלע ספֿקות און זאָרגן. איר דײַטשער אַקצענט און וואַרעמע נאַטור האָבן איר געמאַכט קלינגען ווי אַ געמיש פֿון ד״ר זיגמונד פֿרויד און אַ היימישער באָבען, און דאָס האָט אויך צוגעהאָלפֿן, אַז זי זאָל ווערן אַזוי פּאָפּולער.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע פֿרויען אין איר עלטער, וואָס האָבן שוין לאַנג פּענסיאָנירט, איז ד״ר רות נאָך זייער ווײַט דערפֿון. זי פֿאָרט איבער דער וועלט געבן רעפֿעראַטן (דעם צווייטן טאָג נאָך דער שׂימחה, איז זי געפֿאָרן קיין ישׂראל, כּדי אָפּצוהאַלטן אַ לעקציע אויף דער טעמע, "די צוקונפֿט פֿון סעקס"); אין עטלעכע חדשים אַרום וועט פּובליקירט ווערן איר 36סטע בוך — אַ וועגווײַזער פֿון סעקסועלן געזונט פֿאַר פֿרויען; זי שרײַבט אַ רובריק, וואָס דערשײַנט אין צײַטונגען איבער דער וועלט; דינט ווי אַן עקזעקוטיוו־פּראָדוצירערין פֿון דאָקומענטאַר־פֿילמען; און אין האַרבסט וועט זי לערנען אַ קלאַס וועגן משפּחות און טעלעוויזיע אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. אַחוץ דעם האָט די "בי־בי־סי" לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ דאָקומענטאַר וועגן איר לעבן פֿאַר דער טעלעוויזיע־סעריע Extraordinary Women (אויסערגעוויינטלעכע פֿרויען), און די וואָך איז אין פּיטספֿילד, מאַסאַטשוסעטס, פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿון אַ פּיעסע וועגן איר לעבן, וווּ איר פּערסאָנאַזש ווערט געשפּילט פֿון דער באַרימטע אַקטריסע, דעבראַ דזשאָ ראָפּ.
דער עולם ווינטשט ד״ר רות אַ פֿריילעכן געבוירן־טאָג
דער עולם ווינטשט ד״ר רות אַ פֿריילעכן געבוירן־טאָג
אויף דער שׂימחה האָט מען טאַקע געוויזן דעם "בי־בי־סי"־פֿילם, וואָס שילדערט אויף אַ רירנדיקן אופֿן ד״ר וועסטהײַמערס שווער לעבן. זי איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען קאַראָלאַ רות סיגל, אין וויזנפֿעלד (קאַרלשטאַדט), דײַטשלאַנד — אַ בת־יחידה בײַ פֿרומע טאַטע־מאַמע. אין יאַנואַר 1939, נאָך דעם ווי די נאַציס האָבן פֿאַרשיקט דעם טאַטן, האָבן איר מאַמע און באָבע זי אַוועקגעזעצט אויף אַ באַן, וואָס האָט זי געבראַכט צו אַ בית־יתומים אין דער שווייץ. אין סעפּטעמבער 1941 האָבן אויפֿגעהערט קומען די בריוו פֿון אירע עלטערן, און אין 1945 האָט זי זיך דערוווּסט, אַז זיי זענען דערהרגעט געוואָרן בעתן חורבן, מסתּמא אין אוישוויץ.
די יתומה האָט באַשלאָסן זיך צו באַזעצן אין ארץ־ישׂראל, וווּ זי האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער "הגנה" און געדינט ווי אַ שאַרפֿצילערין. "צום גליק האָב איך קיינעם נישט דערהרגעט," האָט זי אינעם פֿילם געזאָגט. בעת דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה אין 1948, איז זי ערנסט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, און עס האָט געדויערט עטלעכע חדשים ביז זי האָט ווידער געקענט גיין.
מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט זי זיך אַריבערגעצויגן קיין פֿראַנקרײַך, וווּ זי האָט שטודירט פּסיכאָלאָגיע אינעם "סאָרבאָן"־אוניווערסיטעט און געוואָרן אַ קינדערגאָרטן־לערערין. אין 1956 האָט זי עמיגרירט קיין ניו־יאָרק און זיך באַזעצט אין וואַשינגטאָן־הײַטס — אַ באַקאַנטע געגנט פֿון דײַטשישע ייִדן. זי האָט חתונה געהאַט, געהאַט צוויי קינדער און באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט.
דער פֿילם וועבט צונויף פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון רות וועסטהײַמערס יוגנט, נײַעס־אָפּשניטן, און הײַנטיקע שמועסן מיט איר, וווּ זי רעדט מיט איר געוויינטלעכן חן און דערפֿרישנדיקער דירעקטקייט. ווען דער אינטערוויוער פֿרעגט זי, למשל, צי זי האַלט זיך פֿאַר אַ רעכטער אָדער אַ לינקער ציוניסטקע, ענטפֿערט זי קורץ און שאַרף: "איך רעד נישט וועגן פּאָליטיק, איך רעד וועגן סעקס."
נאָכן פֿילם האָט איינער פֿונעם עולם זי געפֿרעגט: "וואָס מאָטיווירט אײַך צו זײַן אַזוי אַקטיוו אין די עלטערע יאָרן?"
"מײַן מאָטיוו איז צו פּרוּוון פֿאַרבעסערן די וועלט ווי ווײַט איך קען," האָט זי געענטפֿערט. "1 מיליאָן 500 קינדער זענען אומגעקומען אינעם חורבן, און דאָך, האָב איך עס יאָ איבערגעלעבט. יעדעס מאָל וואָס איך גיי אויף אַ חורבן־אויסשטעלונג, און איך זע אַ פּאָר קינדער־שיך אָדער אַן אַלט רענצל, צעוויין איך זיך, ווײַל איך ווייס, אַז דאָס האָט גרינג געקאָנט זײַן מײַן גורל."
דערנאָך האָט ד״ר רות געגעבן אַ שמייכל און דערציילט, אַז איר טאָכטער, מרים, האָט איר לעצטנס געשאָנקען אַ קאָלדרע מיט די בילדער פֿון אירע אייניקלעך — אַ מתּנה וואָס איז איר זייער נאָענט צום האַרצן. "ווען איך קוק אָן די קאָלדרע מיט אַלע מײַנע אייניקלעך, ווערט מיר קלאָר ווי דער טאָג, אַז היטלער האָט פֿאַרשפּילט, און מיר האָבן געוווּנען."