געזעלשאַפֿט

סעלין יוסעפֿזאַדע, די אָרגאַניזירערין פֿון די מאָדע־אויסשטעלונגען, דערלאַנגט דעם טשעק פֿאַר $5,000 דעם געהילף־בירגער־מײַסטער פֿון שׂדרות, יאַנואַר 2009
סעלין יוסעפֿזאַדע, די אָרגאַניזירערין פֿון די מאָדע־אויסשטעלונגען, דערלאַנגט דעם טשעק פֿאַר $5,000 דעם געהילף־בירגער־מײַסטער פֿון שׂדרות, יאַנואַר 2009
Credit: Michael York
ס׳איז נישט אָפֿט, וואָס אַ פֿונדאַציע אָדער אַ פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציע טיילט אויס אַ פּרעמיע צו צענערלינגען (קינדער צווישן 13 און 19 יאָר אַלט), און אויב יאָ, באַטרעפֿט עס נישט מער ווי $1,000 אָדער $5,000. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט די "משפּחה־פֿונדאַציע פֿון העלען דילער" אָבער אויסגעטיילט פּרעמיעס צו פֿינף ייִדישע קאַליפֿאָרניער צענערלינגען, וועלכע האָבן, לויט די מיטגלידער פֿון דער פֿונדאַציע, מקיים געווען די מיצווה פֿון תּיקון העולם; יעדער איינער פֿון זיי האָט באַקומען $36,000.
צווישן די פּראָיעקטן, וואָס די יונגע לײַט האָבן דורכגעפֿירט: אַ פּראָגראַם וואָס ברענגט כּישוף־מאַכער צו שפּיטאָלן, רעהאַביליטיר־צענטערס און דירות־הײַזער פֿאַר עלטערע לײַט; אַ יערלעכע מאָדע־אויסשטעלונג, וואָס זאַמלט געלט פֿאַר די ישׂראלדיקע צדקה־צוועקן, און אַ קוריקולום, וואָס לערנט סטודענטן איבערן לאַנד ווי אַזוי בעסער צו פֿאַרשטיין און העלפֿן אויטיסטישע תּלמידים אין זייערע קלאַסן.
הײַיאָר איז דאָס זעקסטע יאָר, וואָס מע האָט אויסגעטיילט די "תּיקון־עולם" פּרעמיעס (Diller Teen Tikkun Olam Awards); ביז איצט האָט מען שוין אויסגעטיילט מער ווי 1 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר 30 צענערלינגען אין קאַליפֿאָרניע.
אַחוץ די "תּיקון־עולם פּרעמיעס", שטיצט די "דילער־פֿונדאַציע" אויך אַ צווייטע פּראָגראַם, Diller Teen Fellows, וואָס ברענגט צונויף פֿעיִקע ייִדישע צענערלינגען אין 18 שטעט אין צפֿון־אַמעריקע און ישׂראל, און טרענירט זיי, במשך פֿון אַ יאָר און אַ האַלב, ווי זיי קענען ווערן צוקונפֿטיקע פֿירער, איבערגעגעבן דעם ייִדישן פֿאָלק, ישׂראל און געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט.
די סיבה פֿאַר וואָס די פֿונדאַציע האָט באַשלאָסן צו געבן די סטיפּענדיאַנטן אַזאַ גרויסע סומע איז, צו דערמעגלעכן זיי צו פֿאַרגרעסערן זייער פּראָיעקט אָדער אָנצוהייבן אַ צווייטן "תּיקון־עולם"־פּראָיעקט, האָט אָדם ווײַסבערג, דער דירעקטאָר פֿון Diller Teen Initiatives, דערקלערט פֿאַרן "פֿאָרווערטס". "אַזאַ סומע דערלויבט זיי צו באַטראַכטן זייער אַרבעט אויף אַ סך אַ גרעסערן פֿאַרנעם."
די געווינער מעגן אָבער אויך ניצן דאָס געלט פֿאַר זייער דערציִונג, אויב זיי ווילן, האָט ווײַסבערג צוגעגעבן.
סעלין יוסעפֿזאַדע, איינע פֿון די פֿינף געווינער, איז אַ 19־יאָריק מיידל פֿון אַ פּערסיש־ייִדישער משפּחה אין לאָס־אַנדזשעלעס, וואָס האָט געגרינדעט Fashion with Compassion (מאָדע־פּראָגראַמען מיט מיטגעפֿיל) אינעם זומער פֿון 2008, נאָכן זען ווי די ישׂראלדיקע שטאָט שׂדרות האָט שטאַרק געליטן פֿון די ראַקעט־אַטאַקן פֿון עזה. "ווען אַ ראַקעט האָט אויפֿגעריסן אַ מיטלשול אין שׂדרות, האָב איך דערפֿילט, אַז איך מוז העלפֿן," האָט סעלין געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "כ׳האָב דעמאָלט שוין געהאַט געזען עטלעכע מאָדע־אויסשטעלונגען אין די מיטלשולן אין לאָס־אַנדזשעלעס, און ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז דאָס איז אַן אויסערגעוויינטלעכער מיטל צו אינפֿאָרמירן די תּלמידים וועגן די ליידן פֿון די אײַנוווינער פֿון שׂדרות."
בעת איר צווייטן יאָר אין דער "מילקען מיטלשול" — אַ ייִדישע טאָגשול אין לאָס־אַנדזשעלעס — האָט זי צוגעצויגן אַ גרופּע תּלמידים צו העלפֿן איר אָרגאַניזירן די אונטערנעמונג. "מיר האָבן זיך פֿאַרבונדן מיט מאָדע־דיזײַנער און קליידער־געוועלבן איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן," האָט סעלין דערקלערט. זי האָט אַראַנזשירט מיט זיי צו קומען צו דער אויסשטעלונג, פֿאַרקויפֿן זייער סחורה, און דערבײַ שענקען 20% פֿון זייער רווח צו סעלינס פּראָיעקט; מער ווי 20 פֿאַרקויפֿער האָבן זיך באַטייליקט אין דעם.
אַ דאַנק דעם גרויסן עולם בײַ דער אויסשטעלונג, וואָס איז באַשטאַנען נישט בלויז פֿון תּלמידים און שול־פּערסאָנאַל, אָבער אויך זייערע משפּחות און פֿרײַנד, האָט סעלין געזאַמלט $5,000. אין יאַנואַר 2009 האָט זי געבראַכט דעם טשעק קיין שׂדרות, און אים פּערזענלעך דערלאַנגט דעם געהילף־בירגער־מײַסטער.
הגם עס דאַכט זיך, אַז מאָדע־אויסשטעלונגען וואָלטן גיכער אַפּעלירט צו די מיידלעך ווי צו די בחורים, זאָגט סעלין, אַז אַ צאָל ייִנגלעך זענען געזעסן אויפֿן פּלאַניר־קאָמיטעט, און עטלעכע האָבן אַפֿילו מאָדעלירט קליידער אין דער פֿאָרשטעלונג. "האָסט געדאַרפֿט זען ווי די בחורים האָבן הנאה געהאַט דערפֿון, און געמאַכט קונצן פֿאַרן עולם," האָט סעלין געזאָגט מיט אַ שמייכל.
זאַק קוקאָף (רעכטס) מיט ד״ר גאַרי קאַץ, אַ וואָלונטיר־פּסיכאָלאָג, וועלכער האָט געהאָלפֿן צוגרייטן דעם קוריקולום צו העלפֿן אויטיסטישע קינדער
זאַק קוקאָף (רעכטס) מיט ד״ר גאַרי קאַץ, אַ וואָלונטיר־פּסיכאָלאָג, וועלכער האָט געהאָלפֿן צוגרייטן דעם קוריקולום צו העלפֿן אויטיסטישע קינדער
Credit: Dr. Gary Katz

מיט אַ יאָר שפּעטער האָט סעלין אָרגאַניזירט אַ מאָדע־אויסשטעלונג פֿאַר "עתּידים" — אַ פּראָגראַם וואָס העלפֿט די נויטבאַדערפֿטיקע אין ישׁראל. די אונטערנעמונג, וואָס האָט צוגעצויגן 300 מענטשן, האָט אַרײַנגעבראַכט $6,000. די דריטע מאָדע־אויסשטעלונג, לטובֿת Save a Child‘s Heart — אַ ישׂראלדיקער הומאַניטאַרער פּראָיעקט, וואָס באַזאָרגט קינדער מיט האַרץ־אָפּעראַציעס — האָט צוגעצויגן 600 מענטשן און פֿאַרדינט $10,000.
הײַנט איז סעלין אַ סטודענטקע אין בענטלי־קאָלעדזש, אַ געשעפֿט־שול אין מאַסאַטשוסעטס, אָבער די "מילקען הײַ־סקול" פֿירט ווײַטער אָן מיט דער יערלעכער טראַדיציע.
און וואָס האָט סעלין בדעה צו טאָן מיט די $36,000? "איך וויל ווײַזן די ייִדישע מיטלשולן אין אַמעריקע און איבער דער וועלט, ווי אַזוי זיי קענען אַליין אָרגאַניזירן מאָדע־אויסשטעלונגען, כּדי צו זאַמלען געלט פֿאַר אַזוינע צוועקן," האָט זי געזאָגט.
אַ צווייטער געווינער, זאַק קוקאָף, האָט געגרינדעט אַ גאָר אַנדער מין פּראָיעקט. Autism Ambassadors (אַמבאַסאַדאָרן פֿאַר אויטיזם) טרענירט קינדער ווי צו העלפֿן זייערע מיט־תּלמידים, וואָס לײַדן פֿון אויטיזם.
דער געדאַנק צו שאַפֿן אַזאַ פּראָגראַם איז אים אײַנגעפֿאַלן נאָך דעם ווי ער האָט באַמערקט, אַז זײַנע אַ קרובֿה, וואָס לײַדט פֿון אויטיזם, האָט נישט געקענט געפֿינען קיין אָרט אין דער שול־סיסטעם. אויטיזם איז אַ גײַסטיקע קראַנקייט, אַ רעזולטאַט פֿון אַ נעווראָלאָגישער שטערונג, כאַראַקטעריזירט דורך שוועריקייטן בײַם קאָמוניקירן און אויסקומען מיט אַנדערע מענטשן, ווי אויך אַנדערע אומגעוויינטלעכע מינים אויפֿפֿיר און אינטערעסן.
"אַפֿילו די תּלמידים, וואָס האָבן שוין געוואָלט זיך חבֿרן מיט איר האָבן נישט געוווּסט ווי דאָס צו טאָן," האָט זאַק באַמערקט. "קיין איין חבֿרטע האָט זי נישט געהאַט."
ער האָט זיך געוואָנדן צו אַ פֿרײַנד פֿון דער משפּחה, אַ פּסיכאָלאָג, וואָס האָט אים געהאָלפֿן צונויפֿצושטעלן אַ קוריקולום, וואָס ווײַזט די קינדער, ווי אַזוי צו לערנען די אויטיסטישע קינדער אין קלאַס פֿאַרשידענע זאַכן; למשל, ווי אַזוי אָנצוהאַלטן אַ שמועס בעתן מיטאָג, אָדער ווי אַזוי צו פֿירן אַ טעלעפֿאָנישן שמועס.
"אָפֿט מאָל, רעדנדיק אויפֿן טעלעפֿאָן, וועט אַן אויטיסטיש קינד זיך צעלאַכן אין נישט־פּאַסיקע מאָמענטן, אָדער איבערהאַקן אַ שמועס, כּדי צו רעדן אויף אַ צווייטער טעמע," האָט זאַק דערקלערט. "מיר ווילן, אַז זייערע מיט־תּלמידים זאָלן זיי ווײַזן, ווי אַזוי צו פֿירן אַ לײַטישן שמועס, אַפֿילו וועגן די פּשוטסטע זאַכן ווי, למשל, ספּאָרט."
ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז דער קוריקולום שטאַרק מצליח געווען. זײַן פּראָיעקט ווערט הײַנט דורכגעפֿירט אין מער ווי 25 שולן איבערן לאַנד, און אַ סך עלטערן פֿון די אויטיסטישע קינדער קענען זיך נישט אָפּוווּנדערן פֿון די ענדערונגען אין זייער קינדס לעבן. דער טאַטע פֿון איינעם אַזאַ ייִנגל, דזשיימס, האָט, נאָך עטלעכע חדשים וואָס די שול האָט דורכגעפֿירט די פּראָגראַם, געשריבן אין אַ בליצבריוו: "ס׳איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס מײַן זון האָט אַ קרײַז גוטע פֿרײַנד, און לעצטנס איז ער מיטגעפֿאָרן מיט זיי אויף זײַן ערשטן בייסבאָל־שפּיל, און אויף זײַן ערשטער געבוירן־טאָג־שׁימחה."
די סומע, $36,000, איז נישט קיין צופֿאַל, האָט באַמערקט פֿיליס קוק, אַ פֿילאַנטראָפּישע קאָנסולטאַנטין פֿאַר דער "דילער משפּחה־פֿונדאַציע". "די פֿונדאַציע האָט בפֿירוש געזוכט אַ ציפֿער, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טראַדיציע." 36 איז נישט בלויז צוויי מאָל "חי" (לעבן), אָבער אויך פֿאַרבונדן מיט דער לעגענדע פֿון די "למד־וואָווניקעס" — די 36 באַהאַלטענע צדיקים פֿון יעדן דור, וואָס אָן זיי וואָלט די וועלט נישט געהאַט קיין קיום.
"מיר האָבן געוואָלט אײַנפֿירן אַ מין ׳מאַק׳אַרטור־פּריז׳ פֿאַר ייִדישע צענערלינגען, וועלכע דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר אַנדערע יונגע לײַט," האָט קוק געזאָגט. "מיר האַלטן, אַז ס׳איז וויכטיק צו שטיצן יענע קינדער, וואָס טוען אויף וווּנדערלעכע זאַכן, און באַווירקן זייערע מיטצײַטלער צו טאָן דאָס זעלבע."
די פֿינף געווינער זענען אויסגעקליבן געוואָרן פֿון אַ רשימה פֿון 142 אַפּליקאַנטן. הגם ביז איצט איז דער פֿאַרמעסט בלויז געווען אָפֿן פֿאַר יונגע ייִדן פֿון קאַליפֿאָרניע, האָט די "העלען דילער משפּחה־פֿונדאַציע" לעצטנס באַשלאָסן צו פֿאַרברייטערן דעם "תּיקון־עולם"־פֿאַרמעסט פֿאַר צענערלינגען איבערן גאַנצן לאַנד, און וועלן מעלדן וועגן דעם דעם קומעדיקן האַרבסט. מענטשן וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין נאָמינירן קאַנדידאַטן פֿאַר די פּרעמיעס פֿאַרן יאָר 2013 זאָלן זיך פֿאַרבינדן מיט http://www.jewishfed.org/diller.