רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

די טעג פֿאַרקויפֿט מען סײַ גרינע, סײַ געלע זוקיני; איז אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו מאַכן דאָס ווײַטערדיקע פֿיל־קאָליריקע בײַ־געריכט, וואָס פּאָרט זיך גוט צונויף מיט פֿיש, פֿלייש, הינדל — אָדער ווי אַ טייל פֿון אַ וועגעטאַרישער מאָלצײַט. ס׳איז גרינג צוצוגרייטן — און זייער געשמאַק...

2 לעפֿל איילבערט־בוימל
4 זוקיניס פֿון אַ מיטעלן גרייס, צעשניטן אויף דינע רעפֿטלעך
2—3 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
1 לעפֿל פֿרישער קריפּ, צעשניטן
1/2 לעפֿעלע זאַלץ
1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער

הייצט אָן אַ העלפֿט פֿונעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטל־הויכן פֿײַער. שיט אַרײַן אַ העלפֿט פֿון די זוקיני־רעפֿטלעך און קאָכט זיי, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט, ביז זיי ווערן גאָלדן־ברוין, 10־12 מינוט. שיט די זוקיני־רעפֿטלעך אַרײַן אין אַ טעלער.
גיסט אַרײַן דעם איבעריקן בוימל, און ווען די פּאַטעלניע איז הייס, שיט אַרײַן די איבעריקע זוקיני־רעפֿטלעך, און מישט ביז זיי ווערן אויך גאָלדן־ברוין. גיט צוריק אַרײַן די פֿריִערדיקע זוקיני אין דער פּאַטעלניע, און מישט עס אַלץ צונויף אין איינעם מיטן קנאָבל, קריפּ, זאַלץ און פֿעפֿער. מישט עס ווײַטער צוויי‘ מינוט און דערלאַנגט צום טיש.