די מיטללענדישע מאכלים פּאַסן זיך גוט צו צו דער הײַנטיקער דיעטע ווײַל זיי באַשטייען, געוויינטלעך, פֿון ווייניק פֿעטס. אין דעם רעצעפּט מאַרינירט מען פֿיש אויף 2־3 שעה, און דערנאָך באַקט מען עס אין אויוון. די געשמאַקע ריחות פֿון די געווירצן וועלן זיך פֿאַרשפּרייטן אין אַלע ווינקלען פֿון הויז.
2־3 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
2 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע
1 לעפֿעלע קמיניק
1 לעפֿעלע פּאַפּריקע
1/2 לעפֿעלע זאַפֿרען, צעקוועטשט מיט די פֿינגער
2 לעפֿל ווײַסער ווײַן־עסיק
זאַפֿט פֿון 1 לימענע
1 לעפֿל פּאָמידאָרן־פּאַסטע
4 באַס־פֿילעען
4 גרויסע גאָלדענע קאַרטאָפֿל, אָפּגעשיילט
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער
1 רויטער זיסער פֿעפֿער, צעשניטן אין דינע רעפֿטלעך
2 טעפּלעך קאַרש־פּאָמידאָרן, צעשניטן אויף דער העלפֿט
1/2 טעפּל שוואַרצע מאַסלינעס
מישט צונויף דעם קנאָבל, פּעטרישקע, קמיניק, פּאַפּריקע און זאַפֿרען אין אַ גרויסן טעלער.
אין אַ באַזונדער שיסעלע קאָמבינירט דעם עסיק, לימענע־זאַפֿט און פּאָמידאָרן־פּאַסטע, און דערנאָך מישט עס אַרײַן מיט די אַנדערע באַשטאַנדטיילן אין טעלער. לייגט די פֿיש־פֿילעען אינעם סאָוס, און דרייט זיי איבער, כּדי צו באַדעקן זיי אויף אַלע זײַטן מיטן סאָוס.
דעקט צו דעם טעלער און מאַרינירט 2 שעה אין דער שטוב־טעמפּעראַטור, אָדער 3 שעה אין אײַזקאַסטן.
צעשנײַדט די קאַרטאָפֿל אויף רעפֿטלעך מיט אַ געדיכטקייט פֿון 1/2 אינטש (1.2 צענטימעטער) און קאָכט זיי 15 מינוט. גיסט אָפּ דאָס וואַסער.
באַשמירט אַ גרויסן בעקן מיט אַ ביסל איילבערט־בוימל. לייגט אַרײַן די קאַרטאָפֿל־רעפֿטלעך, באַזאַלצט און בעפֿעפֿערט זיי, און איבער דעם — די פֿילעען. צעשפּרייט די פֿעפֿער־רעפֿטלעך און קאַרש־פּאָמידאָרן. באַגיסט זיי מיטן איבערגעבליבענעם מאַרינאַד, די מאַסלינעס און דעם איבעריקן בוימל. באַקט עס אַ האַלבע שעה.
(פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס")