5 רויטע זיסע פֿעפֿערלעך, צעשניטן
4 ציינדלעך קנאָבל, אָפּגעשיילט
1/2־1 לעפֿל איילבערט־בוימל
2 לעפֿעלעך צעשניטענער טימיאַן
3/4 לעפֿעלע זאַלץ
1/2־1 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1 פֿונט (454 גראַם) פֿלאַנקען (flank steak)
1/2 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל
1/2 טעפּל יויך
2 לעפֿעלעך רויטער ווײַן־עסיק
הייצט אָן דעם אויוון ביז 500 גראַד (260 צעלזיוס).
מישט צונויף דעם קאַלעפֿיאָר, די פֿעפֿערלעך, קנאָבל, איילבערט־בוימל, 1 לעפֿעלע טימיאַן, 1/2 לעפֿעלע זאַלץ און 1/2 לעפֿעלע שוואַרצן פֿעפֿער. צעשפּרייט זיי אויף אַ בלעך און בראָט זיי אין אויוון, איבערדרייענדיק זיי פֿון צײַט צו צײַט, ביז די גרינסן ברוינען זיך צו, אַרום 30 מינוט.
בשעת איר הייצט אָן אַ גרויסע פּאַטעלניע איבער אַ הויכן פֿײַער, מישט צונויף אין אַ שיסעלע 1 לעפֿעלע טימיאַן, 1 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער און 1/4 לעפֿעלע זאַלץ. צעשנײַדט דעם פֿלאַנקען אויף דער העלפֿט, און רײַבט אײַן אין ביידע זײַטן דעם טימיאַן־געמיש.
גיסט דעם קאַנאָלאַ־בוימל אין דער הייסער פּאַטעלניע, און פּרעגלט דעם פֿלאַנקען 4 מינוט. דרייט עס איבער און פּרעגלט נאָך 3 מינוט. (אויב איר ווילט עס גוט־דורכגעקאָכט, פּרעגלט עס נאָך אַ צוויי מינוט.) לייגט דעם פֿלאַנקען אויף אַ שנײַדברעט; איבער דעם — אַ שטיקל זילבער־פּאַפּיר, און לאָזט עס שטיין 5 מינוט. צעמאָלט אין אַ שפּײַז־מאַשין דעם קנאָבל, די פֿעפֿערלעך, יויך און עסיק, ביז עס ווערט דערפֿון אַ סאָוס.
צעשנײַדט דאָס פֿלייש אויף דינע רעפֿטלעך און לייגט זיי אין אַ טאַץ, מיט די גרינסן, און דערלאַנגט צום טיש מיטן סאָוס.