געזעלשאַפֿט

אָפֿט מאָל זענען די וואָלונטירן פֿון Meals on Wheels (די מאָלצײַט־טרעגער) די איינציקע, וואָס זעען די עלטערע לײַט אויף אַ רעגלמעסיקן אופֿן, און דערפֿאַר לערנט מען די וואָלונטירן איצט, ווי אַזוי צו דערקענען די סימנים פֿון באַלעסטיקונג
אָפֿט מאָל זענען די וואָלונטירן פֿון Meals on Wheels (די מאָלצײַט־טרעגער) די איינציקע, וואָס זעען די עלטערע לײַט אויף אַ רעגלמעסיקן אופֿן, און דערפֿאַר לערנט מען די וואָלונטירן איצט, ווי אַזוי צו דערקענען די סימנים פֿון באַלעסטיקונג
Credit: Getty Images
מיט צוויי יאָר צוריק איז דער זון פֿון דער לאַנג־יאָריקער פֿילאַנטראָפּין און באַליבטער "דאַמע" פֿון די ניו־יאָרקער "הויכע פֿענצטער", ברוק אַסטאָר, פֿאַרמישפּט געוואָרן צו איינס ביז דרײַ יאָר תּפֿיסה פֿאַר האָבן באַרויבט זײַן מאַמעס 185 מיליאָן־דאָלאַרדיקן פֿאַרמעגן, איידער זי איז נפֿטר געוואָרן.
דער ענין האָט אַטפּלעקט אַ פֿאַרשפּרייטן פֿענאָמען, וואָס מע האָט ביז איצט וועגן דעם ווייניק געשריבן: די באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט. לויט אַ שטודיע פֿונעם "נאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿון יוסטיץ" פֿון 2009, האָבן כּמעט 11% פֿון מענטשן 60 יאָר און עלטער — בערך 5.7 מיליאָן מענטשן — געליטן פֿון אַ מין באַלעסטיקונג אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר.
די באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט — בפֿרט די וועלכע זענען קרענקלעך און שוואַך — קומט אין פֿאַרשידענע פֿאָרמען: 1) עמעצער ניצט אויס פֿיזישן כּוח קעגן זיי אָדער וואָרנט זיי אַז מע וועט עס טאָן; 2) מע באַליידיקט אָדער מע שרײַט אויף זיי, אָדער מע איזאָלירט זיי פֿונעם אַרום; 3) מע העלפֿט זיי נישט בײַ זייערע פֿיזישע און עמאָציאָנעלע באַדערפֿענישן; 4) מע באַגנבֿעט זיי, אָדער מע נעמט איבער דעם קאָנטראָל פֿון זייער געלט אָדער פֿאַרמעגן, אָן זייער וויסן אָדער דערלויבעניש. פֿון צײַט צו צײַט הערט מען אויך וועגן אינצידענטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, אָבער נישט אויפֿן זעלבן פֿאַרנעם ווי אין די אַנדערע פֿיר קאַטעגאָריעס.
הגם דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם מאַרץ, צום ערשטן מאָל, אָנגענומען אַ כּוללדיק געזעץ צו פֿאַרהיטן די באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט, האָט דאָס געזעץ עד־היום נישט באַקומען קיין פֿאָנדן.
פֿון דעסטוועגן, זענען אין די לעצטע יאָרן איבערן לאַנד אויפֿגעקומען אַ צאָל קריזיס־צענטערס, וואָס באַזאָרגן באַלעסטיקטע עלטערע לײַט מיט אַ מקום־מיקלט, פּאַסן אויף אויף זיי, און העלפֿן זיי באַשליסן וואָס צו טאָן וועגן זייער מצבֿ. דער ערשטער פֿון די צענטערס, און מסתּמא דער באַקאַנטסטער, איז דער "ווײַנבערג־צענטער צו פֿאַרהיטן די באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט" אין ריווערדייל, נ״י — אַ טייל פֿון דער אָנגעזעענער "היברו האָום". הגם דער "ווײַנבערג־צענטער" ווערט געשטיצט פֿון אַ ייִדישן קוואַל, "די האַרי און דזשענעט ווײַנבערג־פֿונדאַציע", באַדינט דער צענטער מענטשן פֿון אַלע רעליגיעס, ראַסעס און עטנישע גרופּעס.
מיט דרײַ וואָכן צוריק האָט זיך געעפֿנט נאָך אַ ייִדישער מקום־מיקלט לעבן סינסינאַטי, אָהײַאָ, אויפֿן זעלבן מוסטער וואָס דער "ווײַנבערג־צענטער". די נײַע אײַנריכטונג הייסט "דער שלום־צענטער צו פֿאַרהיטן די באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט" און איז אַ טייל פֿונעם פּענסיאָנערן־קאָמפּלעקס, "סידער ווילעדזש". אַ דריטער ייִדישער מקום־מיקלט פֿאַר באַלעסטיקטע עלטערע לײַט געפֿינט זיך אין פֿערפֿילד, קאָנעטיקאָט.
הגם ס׳רובֿ מענטשן מיינען, אַז די באַלעסטיקער פֿון עלטערע לײַט זענען, בדרך־כּלל, אַרבעטער אין אַ מושבֿ־זקנים אָדער אַן אָנגעשטעלטער אויפֿפּאַסער אין דער היים, גיט איבער דער "נאַציאָנאַלער צענטער פֿון באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט" (NCEA), אַז כּמעט 90% פֿון די אינצידענטן פֿון באַלעסטיקונג ווערן דורכגעפֿירט פֿון אַ נאָענטן קרובֿ; און צוויי־דריטל פֿון די 90% — פֿון די אייגענע קינדער, אָדער פֿונעם מאַן אָדער ווײַב.
ווען דער באַלעסטיקער איז אַ דערוואַקסן קינד, איז עס אָפֿט מאָל צוליב דעם, וואָס דער זון אָדער טאָכטער איז בכלל נישט מסוגל אויפֿצופּאַסן אויף די עלטערן, האָט מערי טומיי, די מיט־דירעקטאָרין פֿונעם NCEA, דערקלערט דעם "פֿאָרווערטס". "ביז מיט צען יאָר צוריק, האָט מען געגלייבט, אַז די גרעסטע סכּנה פֿון באַלעסטיקונג באַדראָט יענע עלטערע לײַט, וואָס פֿאָדערן די מערסטע מעדיצינישע הילף. הײַנט פֿאַרשטייען מיר, אַז די הויפּט־סיבה פֿון באַלעסטיקונג איז ווען דער אויפֿפּאַסער — געוויינטלעך דער זון אָדער טאָכטער — איז אַליין אַן אַלקאָהאָליקער אָדער נאַרקאָמאַן; אָדער לײַדט פֿון אַ גײַסטיקער קראַנקייט. געוויינטלעך, האָט ער נישט קיין אַרבעט, און איז עמאָציאָנעל און פֿינאַנציעל זייער אָפּהענגיק פֿון די עלטערן.
"לאָמיר נעמען אַ פֿאַל פֿון אַן עלטערער פֿרוי און איר גײַסטיק קראַנקן זון אין די 40ער," האָט טומיי געזאָגט. "ווען זי איז נאָך געזונט, קאָן דאָס קינד זיך אַן עצה געבן, אָבער נאָך דעם ווי די מאַמע ווערט קראַנק און הייבט אָן ווערן עובֿר־בטל, פֿאַלט דאָס קינד אַרײַן אין אַ דעפּרעסיע, אָדער האָט פֿאַראיבל, וואָס די מאַמע האָט אים ׳פֿאַרלאָזט׳, און דערבײַ דריקט ער אויס זײַן כּעס אויף פֿאַרשידענע אופֿנים."
אויב די מאַמע איז אַליין אַגרעסיוו צום קינד — אָדער פֿיזיש, אָדער דורך ווערטער (אַ מעגלעכער רעזולטאַט פֿון דעם וואָס זי איז עובֿר־בטל), זענען די שאַנסן נאָך גרעסער, אַז דער זון וועט זי באַלעסטיקן.
"ס׳איז תּמיד שווער, ווען אַ קינד ווערט דער אויפֿפּאַסער פֿון אַן אַלטן מענטשן," האָט טומיי באַטאָנט. "עס זענען נישטאָ קיין קלאַסן, וווּ מע קען זיך לערנען, ווי אַזוי צו באַהאַנדלען אַ מאַמע, וואָס לײַדט פֿון ׳פּאַרקינסאָנס׳. אַמעריקע האָט בכלל נישט קיין פּראָגראַם פֿון לאַנג־יאָריקער באַהאַנדלונג, וואָס זאָל אָנערקענען דעם עול פֿון די קינדער, וועלכע מוזן אויפֿפּאַסן אויף זייערע עלטערן."
די פֿינאַנציעלע עקספּלואַטאַציע פֿון עלטערע לײַט איז ספּעציעל שאָקירנדיק. אַ באַריכט דורכגעפֿירט פֿון MetLife און פֿונעם "נאַציאָנאַלן קאָמיטעט צו פֿאַרהיטן באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט" (NCPEA) שאַצט, אַז די עלטערע לײַט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿאַרלירן יעדעס יאָר, צום ווייניקסטן, 2.5 ביליאָן דאָלאַר.
"פֿינאַנציעלע באַלעסטיקונג איז דער פֿאַרברעכן פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט, בפֿרט אַז מע נעמט אין באַטראַכט, אַז 70% פֿון אַמעריקעס געלט געפֿינט זיך בײַ מענטשן עלטער פֿון 50 יאָר," האָט טומיי געזאָגט.
אַ זון אָדער טאָכטער וואָס לעבט אין אָרעמקייט, קאָן אויסניצן דעם שוואַכן געזונט־מצבֿ פֿונעם טאַטן אָדער מאַמען צו לקחענען אַ טייל פֿונעם פֿאַרמעגן. "כ׳האָב שוין געהערט פֿון פֿאַלן, וווּ די קינדער האָבן פֿאַרקויפֿט דער מאַמעס הויז אָן איר וויסן," האָט באַמערקט קאַראָל סילווער עליאָט, די דירעקטאָרין פֿונעם "שלום־צענטער". "געוויסע דערוואַקסענע קינדער, וואָס זענען אָן אַרבעט, באַטראַכטן זייערע עלטערן ווי אַ ׳שמאַלצגרוב׳. זיי האַלטן, אַז זיי האָבן די רעכט צו דער ירושה. עס פֿאַלט זיי אַפֿילו נישט אײַן, אַז דאָס הייסט, עקספּלואַטאַציע און באַלעסטיקונג."
"ווי עס זעט אויס, וועט דער מצבֿ ווערן ווײַטער אַ סך שווערער," האָט ריסאַ ברעקמאַן, די וויצע־דירעקטאָרין פֿונעם "ניו־יאָרקער צענטער פֿון באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט" (NYCEAC), געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "הײַנט לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן 40 מיליאָן מענטשן וואָס זענען אַלט 65 יאָר און עלטער, און אינעם יאָר 2030 וועט עס דערגרייכן ביז 73 מיליאָן. אין יאָר 2000 האָבן די עלטערע לײַט באַטראָפֿן 12.5% פֿון דער באַפֿעלקערונג; אין 2030 וועלן זיי באַטרעפֿן 19%."
פֿאַראַיאָרן האָט מען פּובליקירט אַ פֿולשטענדיקן באַריכט וועגן דער סטאַטיסטיק פֿון דער באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט אינעם שטאַט ניו־יאָרק. די שטודיע, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָט־רעגירונג, בשותּפֿות מיטן "ווײַל־קאָרנעל מעדיצינישן צענטער", און Lifespan of Greater Rochester, האָט אַנטפּלעקט, אַז די צאָל פֿאַלן פֿון באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט איז כּמעט 24 מאָל מער ווי די צאָל פֿאַלן, וואָס מע האָט איבערגעגעבן די וווילפֿאַרזאָרג־אינסטאַנצן אָדער דער פּאָליציי.
דער ציל פֿונעם "ניו־יאָרקער צענטער פֿון באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט", וואָס געפֿינט זיך אין "ווײַל־קאָרנעל מעדיצינישן קאָלעדזש", איז צונויפֿצוברענגען די פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון פֿאַרשידענע געביטן צו העלפֿן די באַעוולטע עלטערע לײַט. איין מאַנשאַפֿט, וואָס טרעפֿט זיך דרײַ מאָל אַ חודש אין ברוקלין, באַשטייט פֿון רעגירונג־באַאַמטע, פֿאָרשטייער פֿון דער פּאָליציי און געזונט־פּראָפֿעסיאָנאַלן, און צוזאַמען דיסקוטירן זיי באַזונדערע פֿאַלן פֿון באַלעסטיקטע עלטערע לײַט, און שטעלן צונויף אַ פּלאַן ווי אַזוי זיי צו העלפֿן.
אין איין פֿאַל, למשל, האָט דער זון פֿון אַן עלטערער פֿרוי מער נישט דערלויבט דער אָרגאַניזאַציע, Meals on Wheels, וואָס ברענגט גרייטע מאָלצײַטן צו אַלטע לײַט, וואָס קענען נישט אַרויס פֿון שטוב — צו ברענגען עסן פֿאַר זײַן מאַמען.
"די באַאַמטע פֿון Meals on Wheels האָבן זיך געזאָרגט, אַז די קרענקלעכע מאַמע געפֿינט זיך אין אַן ערנסטער סכּנה, האָבן זיי זיך פֿאַרבונדן מיט אונדזער מאַנשאַפֿט," האָט ברעקמאַן דערציילט. "מיר האָבן גערופֿן Adult Protection Services (אַ שטאַט־פּראָגראַם וואָס העלפֿט פֿיזיש־ אָדער גײַסטיק־באַדערפֿטיקע דערוואַקסענע, וואָס געפֿינען זיך אין אַ סכּנה) צו פֿאָרן צו איר אַהיים. כאָטש דער זון האָט זיי נישט אַרײַנגעלאָזט, האָבן זיי אים איבערצײַגט, אַז זיי מוזן אַרײַנגיין, און די פֿרוי געפֿונען ליגן אויף ד׳רערד."
די אַרבעטער האָבן זי געבראַכט אין שפּיטאָל, וווּ מע האָט זי געהאָדעוועט, געגעבן די געהעריקע מעדיקאַמענטן, און ווען ס׳איז איר בעסער געוואָרן, האָט מען איר פֿאָרגעלייגט פֿאַרשידענע ברירות וואָס צו טאָן. זי האָט באַשלאָסן, אַז זי וויל מער נישט וווינען אין דער היים, און מע האָט איר געהאָלפֿן זיך אַרײַנציִען אין אַ וווינאָרט מיט געהילף־באַדינונג.
צוליב דעם וואָס די באַלעסטיקטע עלטערע לײַט זוכן זעלטן הילף, איז וויכטיק, אַז אַלע פּראָפֿעסיאָנאַלן, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער דאָזיקער באַפֿעלקערונג, זאָלן האָבן אַן אַדרעס וווּ זיי קענען זיך ווענדן וועגן מעגלעכע פֿאַלן פֿון באַלעסטיקונג. איינע פֿון די זאַכן וואָס NYCEAC טוט איז צו טרענירן פּראָפֿעסיאָנאַלן, וואָס האָבן צוטריט צו עלטערע לײַט צו וויסן ווי אַזוי צו דערקענען די סימנים פֿון באַלעסטיקונג.
"דער דירעקטאָר פֿון אַ טאָג־צענטער פֿאַר עלטערע לײַט וועט אפֿשר באַמערקן, אַז אַ געוויסע פֿרוי, וואָס פֿלעג קומען יעדן טאָג אין צענטער האָט אויפֿגעהערט צו קומען; אפֿשר האָט איר זון אָדער טאָכטער פֿאַרווערט צו געפֿינען זיך צווישן מענטשן? אָדער אַ דאָקטער, וואָס איז אפֿשר דער איינציקער, וואָס זעט דעם אַלטן אָן די קליידער, וועט באַמערקן סיניקעס און אַנדערע מעגלעכע סימנים פֿון קלעפּ. אויב יעדער פֿון זיי וועט האָבן אַן אָרט וווּ איבערצוגעבן זייער חשד, וועט מען קענען אַ סך בעסער העלפֿן די געליטענע."
דער "ווײַנבערג־צענטער" האָט אײַנגעפֿירט אַן ענלעכע פּראָגראַם: זיי טרענירן די וואָלונטירן פֿון Meals on Wheels צו דערקענען די סימנים פֿון באַלעסטיקונג, פֿאַקטיש, צו זײַן "די אויגן און אויערן" פֿונעם צענטער, ווײַל אָפֿט מאָל זענען די וואָלונטירן די איינציקע מענטשן, וואָס זעען די עלטערע לײַט אויף אַ רעגלמעסיקן אופֿן. דער צענטער טרענירט אויך דעם פּאָרטיעען (doormen‘s)־יוניאָן צו האַלטן אַן אויג, ווײַל דער פּאָרטיע איז אויך איינער פֿון די איינציקע מענטשן, וואָס זעען דעם אַלטן כּמעט יעדן טאָג.
לינדאַ לעווין, אַ ספּעציאַליסט אין באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט, וואָס אַרבעט אינעם "ווײַנבערג־צענטער", זאָגט, אַז מע וואָלט אויך געדאַרפֿט טרענירן די באַנק־אַרבעטער צו דערקענען פֿאַלן, וווּ אַ קינד עקספּלואַטירט פֿינאַנציעל דעם טאַטן אָדער די מאַמע. אין איין פֿאַל, האָט דער צענטער געראַטעוועט אַ פֿרוי וואָס איז פֿיזיש באַלעסטיקט געוואָרן פֿון איר זון, און בעת זי האָט זיך "אויסבאַהאַלטן" אינעם "ווײַנבערג־צענטער", האָבן די סאָציאַלע אַרבעטער באַמערקט, אַז דער זון האָט געהאַט אַרויסגענומען אַ היפּשע סומע פֿון זייער באַנקקאָנטע. זיי האָבן תּיכּף זיך פֿאַרבונדן מיט דער באַנק און געביטן דעם צוטריט־קאָד צו דער קאָנטע.
"די באַנק־אַרבעטער האָבן אפֿשר אויך געהאַט אַ חשד אָבער קיינער לערנט זיי נישט, ווי אַזוי צו באַהאַנדלען פֿינאַנציעלע עקספּלואַטאַציע," האָט לעווין געזאָגט.
די פּראָבלעם איז נישט בלויז צווישן עלטערן און קינדער. דזשוי סאָלאָמאָן, די פּירסום־דירעקטאָרין פֿון דער "היברו האָום", האָט דערציילט וועגן אַן עלטערן מאַן, וואָס זײַן ווײַב פֿלעג אים "אײַנשלעפֿערן" דורך געבן אים אַן איבערדאָזע פֿון זײַן מעדיקאַמענט, און דערנאָך צונעמען זײַן שטעקן, כּדי ער זאָל בלײַבן אין בעט, בשעת זי איז אַרויסגעגאַנגען אײַנקויפֿן זאַכן, וואָס זענען געווען אַ סך טײַערער ווי זיי האָבן געקענט זיך דערלויבן.
צוליב דעם וואָס די אינצידענטן קומען פֿאָר מיט נאָענטע קרובֿים, שעמט זיך דער געליטענער צו דערציילן וואָס ס׳קומט פֿאָר, און דערפֿאַר, זאָגן די עקספּערטן, אַז אַלע וואָס קענען עלטערע לײַט — צי זיי זענען שכנים, דאָקטוירים, וואָלונטערן אָדער סתּם אַרבעטער — זאָלן באַמערקן, אויב די אַלטע זעען אויס באַזאָרגט, אָדער אויב זיי גייען מער נישט אַרויס פֿון שטוב.
"אַוודאי, זענען זיי נישט קיין קינדער, און מיר ווילן זיי נישט באַהאַנדלען ווי קינדער," האָט סאָלאָמאָן געזאָגט. "דער עיקר איז, זיי צו ווײַזן, אויף אַ דרך־ארצדיקן אופֿן, אַז זיי קענען זיך ווענדן צו אונדז, אויב זיי נייטיקן זיך אין הילף."