געזעלשאַפֿט
אַ גרופּע פּאָליציאַנטן און מעדיאַ־לײַט פֿאַרן בנין וווּ עס וווינט די משפּחה קלעצקי, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין באָראָ־פּאַרק
אַ גרופּע פּאָליציאַנטן און מעדיאַ־לײַט פֿאַרן בנין וווּ עס וווינט די משפּחה קלעצקי, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין באָראָ־פּאַרק

אַ מאָרד פֿון אַ קינד שאָקירט און רופֿט אַרויס אַ גרויל אין יעדער געזעלשאַפֿט. פֿון דעסטוועגן, איז די הריגה פֿונעם 8־יאָריקן חסידישן ייִנגל, לייבי קלעצקי, אין ברוקלין פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק, געווען אַ יחיד־במינו: ערשטנס, וואָס דער מערדער, לוי אַהרן, האָט נאָכן דערשטיקן דאָס קינד געטאָן אַ שוידערלעכע זאַך — צעשניטן דעם קערפּער — און צווייטנס, ווײַל דער 35־יאָריקער אַהרן איז אַליין אַ פֿרומער ייִד, "אַן אייגענער", אַזוי צו זאָגן.

יענעם מאָנטיק נאָכמיטאָג איז קלעצקי אַהיימגעגאַנגען פֿונעם "בויאַנער טאָג־לאַגער" אויף 44סטער גאַס און 12טער עוועניו אין קענסינגטאָן, אַ געגנט האַרט לעבן באָראָ־פּאַרק. דאָס ייִנגל האָט געהאַט זיך געבעטן בײַ טאַטע־מאַמע צו לאָזן אים אַהיימגיין אַליין, און מע האָט געהאַט אָפּגערעדט, אַז זיי וועלן אים טרעפֿן אין מיטן וועג, אויף 50סטער גאַס און 13טער עוועניו.

ווען דאָס קינד איז נישט געקומען צום באַשטימטן אָרט, האָט די משפּחה געקלונגען דעם באָראָ־פּאַרק־צווײַג פֿון "שומרים" — אַ פּאַטראָל־אָרגאַניזאַציע פֿון 150 פֿרומע וואָלונטירן, וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דעם ראַיאָן, זוכנדיק דאָס קינד. אַז מע האָט נאָך צוויי שעה און אַ האַלב נאָך אַלץ עס נישט געפֿונען, האָט מען אינפֿאָרמירט די פּאָליציי. במשך פֿונעם קומענדיקן מעת־לעת האָבן טויזנטער מענטשן געהאָלפֿן מיטן אויפֿהענגען מעלדונגען און זוכן רמזים, וווּ דאָס קינד קאָן זײַן.

מיטוואָך פֿאַרטאָג האָט די פּאָליציי געפֿונען אַ טייל פֿון קלעצקיס אבֿרים אין אַהרנס פֿריזער. ווען מע האָט געפֿרעגט אים, פֿאַר וואָס האָט ער דערהרגעט דאָס קינד, האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט זיך איבערגעשראָקן, ווען ער האָט דערזען ווי מאַסן מענטשן זוכן עס. אויף דער פֿראַגע, וווּ איז דאָס איבעריקע געביין פֿונעם קינד, האָט ער זיי געבראַכט צו אַ מיסטפּלאַץ אין דער שכנותדיקער געגנט, פּאַרק סלאָופּ, וווּ דער מת איז געלעגן אין אַ רויטער וואַליזע.

לויט אַהרנס באַריכט אין דער פּאָליציי, האָט קלעצקי אים געהאַט אָפּגעשטעלט אויף דער גאַס, פֿרעגנדיק ווי אַזוי צו קומען צו דעם אָרט, וואָס ער האָט געהאַט אָפּגערעדט מיט די עלטערן. אַהרן האָט אים אַרײַנגענומען אין אויטאָ און איז אָפּגעפֿאָרן. אויפֿן פֿאַרהער האָט אַהרן געזאָגט דער פּאָליציי, אַז ער האָט געבראַכט קלעצקי צו אַ חתונה אין מאָנסי, נ״י, אָבער קיינער האָט בײַ דער חתונה נישט געזען דאָס קינד.

לויט די קראַץ־צייכנס וואָס מע האָט געפֿונען אויף אַהרנס הענט, זעט אויס, אַז לייבי האָט זיך, אַ פּנים, געראַנגלט מיט אים, בשעת אַהרן האָט אים דערשטיקט. נישט געקוקט אויף אַלע רמזים, אַז אַהרן איז דער מערדער, האָט ער אָבער שפּעטער דערקלערט, אַז ער איז נישט שולדיק אינעם מאָרד.

לויט אַ באַריכט פֿון דער "ניו־יאָרק פּאָסט" (New York Post), איז דאָס נישט געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַהרן האָט געפּרוּווט פֿאַרכאַפּן אַ ייִנגל. אַ פֿרוי וואָס וווינט די דריטע טיר פֿון אים האָט בעת אַן אינטערוויו איבערגעגעבן, אַז ער האָט איין מאָל געפּרוּווט צורעדן איר זון זיך זעצן מיט אים אין זײַן אויטאָ, אָבער זי האָט אָנגעהויבן שרײַען און, זעט אויס, אים איבערגעשראָקן. איז ער תּיכּף אַוועקגעפֿאָרן.

"די דיילי" (The Daily), אַ נײַעס־פּובליקאַציע פֿון iPad, האָט איבערגעגעבן, אַז אַהרן האָט געפּרוּווט פֿאַרכאַפּן אַ צווייט ייִנגל אַ וואָך פֿאַרן קלעצקי־מאָרד, אָבער ס׳איז אים דעמאָלט אויך נישט געלונגען.

ריקי קאָפּאָלאָוויטש, אַ 33־יאָריקע ישׂראלדיקע פֿרוי, וואָס אַרבעט טייל־צײַטיק ווי אַ פֿאָרשול־לערערין, איז הײַיאָר אַרויסגעגאַנגען מיט לוי אַהרן אויף עטלעכע ראַנדקעס, און האָט, בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", דערציילט, אַז זי האָט זיך באַקענט מיט אים מיט 10 חדשים צוריק דורך אַ ייִדישער שדכנות־וועבזײַט. זיי האָבן באַשלאָסן זיך צו טרעפֿן אינעם "סאָנפֿלאַוער קאַפֿע", לעבן קינגס־הײַוויי, אין ברוקלין.

"ער האָט אויסגעזען ווי פֿאַרטשאַדעט, ר׳האָט נישט גלײַך געענטפֿערט אויף מײַנע פֿראַגעס, געשוויגן אַ סך," האָט קאָפּאָלאָוויטש באַמערקט. "אַחוץ דעם, האָט ער נישט געוווּסט די פּשוטסטע ׳ייִדישע׳ זאַכן. ער האָט קיין מאָל נישט געהערט פֿון שלמה קאַרלעבאַך, נישט אַפֿילו געוווּסט, ווער ס׳זענען געווען שמשון און דלילה."

בעת אַ צווייטער ראַנדקע, האָט זי אים באַקענט מיט אירע גוטע פֿרײַנד, אָבער ער האָט נישט אָנטיילגענומען אינעם שמועס, און נישט אַרויסגעוויזן צו אים קיין אינטערעס. "אויף אַן אמת איז ער נישט געווען זייער פֿרײַנדלעך," האָט זי געזאָגט. פֿון דעסטוועגן, האָט זי ווײַטער געענטפֿערט אויף זײַנע בליצבריוולעך און זיי האָבן קאָמוניקירט דורכן "סקײַפּ".

כּדי בעסער זיך צו באַקענען מיט אַהרן, האָט זי מסכּים געווען צו פֿאַרברענגען אַ שבת מיט אים און זײַן משפּחה (ער וווינט בײַ זײַנע עלטערן, אויפֿן דריטן שטאָק). "זײַן טאַטע און שטיף־מאַמע האָבן געפֿירט דעם שמועס, מיר האָבן גערעדט וועגן אַן אַרטיקל אין דער ׳דזשויִש פּרעס׳, אָבער לווי און זײַן ברודער האָבן נישט געזאָגט קיין וואָרט," האָט קאָפּאָלאָוויטש באַמערקט.

פֿיר מיטגלידער פֿון די "באָראָ־פּאַרק שומרים" ווערן באַערט
פֿונעם ניו־יאָרקער שטאָטראַט, דעם 13טן אָקטאָבער
פֿיר מיטגלידער פֿון די "באָראָ־פּאַרק שומרים" ווערן באַערט פֿונעם ניו־יאָרקער שטאָטראַט, דעם 13טן אָקטאָבער
Dee Voch via VosIzNeias.com

"במשך פֿון דער גאַנצער מאָלצײַט האָט זײַן ברודער בלויז געשאָקלט מיטן קאָפּ, ווען מע האָט אים געפֿרעגט אַ פֿראַגע, און לוי האָט אויך געשוויגן; פֿון צײַט צו צײַט האָט ער געלאַכט בײַ נישט־פּאַסיקע מאָמענטן. נאָך מיטאָג, זעענדיק אַז כ׳האָב דאָ מער נישט וואָס צו טאָן, בין איך אַהיימגעגאַנגען. ער האָט מיך טאַקע אָפּגעפֿירט, ווי מע דאַרף, אָבער איך האָב שוין באַשלאָסן מער נישט צו בלײַבן מיט אים. גלייב מיר, אויב איך וואָלט געמיינט, אַז ער איז בסדר, וואָלט איך געווען גרייט מיט אים חתונה צו האָבן. אָבער איך האָב אויך פֿאַרשטאַנען, אַז אויב איך זע סימנים פֿון אַ מאָדנעם אויפֿפֿיר, טאָר איך עס נישט איגנאָרירן, כ׳טאָר נישט זאָגן: ׳ס׳דאַכט זיך מיר בלויז׳..."

איידער אַהרן האָט זיך באַקענט מיט קאָפּאָלאָוויטש, האָט ער זיך שוין געהאַט געגט צוויי מאָל: אין 2004 מיט אַ פֿרוי, דײַאַנע דיונאָוו (שפּעטער האָט מען זי אַרעסטירט און פֿאַרמישפּט פֿאַר שווינדלערײַ, און זי זיצט נאָך אַלץ אין תּפֿיסה), און אין 2006 מיט דעבי קיוועל, אַ מאַמע פֿון צוויי קינדער. מיט איר האָט ער זיך געגט אין 2007.

אַרהנס שכנים און זײַנע מיטאַרבעטער אינעם אינסטאַלאַטאָר־געשעפֿט, וווּ ער האָט געאַרבעט, האָבן אויך געזאָגט, אַז אַהרן האָט זיך אויפֿגעפֿירט מאָדנע. אינעם "ניו־יאָרק פּאָסט"־באַריכט, האָבן געוויסע שכנים זיך געזאָרגט, וואָס ער פֿאַרבעט די קינדער אין געגנט צו פֿאָרן מיט אים אין זײַן "האָנדאַ", און וואָס ער פֿאַרקוקט זיך אויף די קינדער פֿון דער אָרטיקער עלעמענטאַר־שול, בעת זיי שפּילן זיך אויפֿן שפּילפּלאַץ. חיים לעפֿקאָוויץ, אַ 39־יאָריקער שכן, האָט דערציילט, אַז די עלטערן אויף זײַן גאַס האָבן נישט געוואָלט, אַז זייערע קינדער זאָלן זיך אומדרייען אַרום אים.

"אַ מאָל פֿלעגט ער ווערן אין כּעס אָן שום סיבה," האָט לעפֿקאָוויץ געזאָגט. "אַלע האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז געווען פֿון יענע מענטשן, וואָס מע דאַרף אויסמײַדן."

שטעלט זיך די פֿראַגע: אויב אַהרן האָט שוין טאַקע אַרויסגעוויזן סימנים, אַז ער פּרוּווט פֿאַרנאַרן ייִנגלעך, און אַז ער פֿירט זיך אויף מאָדנע, פֿאַר וואָס האָט ער נישט פֿיגורירט אויף קיין וואַך־רשימה בײַ דער פּאָליציי? דער איינציקער רעקאָרד וואָס מע האָט וועגן אים געהאַט איז, אַז ער האָט אַמאָל באַקומען אַ שטראָפֿקוויטל פֿאַר אורינירן אויף אַן עפֿנטלעך אָרט.

דערצו דאַרף מען שטעלן אַ צווייטע פֿראַגע: קלעצקי האָט געדאַרפֿט אַהיימקומען פֿון זומער־לאַגער יענעם מאָנטיק 5:00. 6:00 איז ער נאָך אַלץ נישט געווען בנימצא. פֿון דעסטוועגן, האָט די פּאָליציי נישט אָנגעהויבן אים זוכן ביז מיט צוויי און אַ האַלב שעה שפּעטער, 8:30. פֿאַר וואָס?

צום גרויסן טייל איז עס, ווײַל די פֿרומע קהילה אין ברוקלין, ווי אין אַלע חסידישע און שטאַרק פֿרומע קהילות איבער דער וועלט, האָבן שוין אײַנגעפֿירט, אַז צו ערשט, קלינגט מען צום אייגענעם פּאַטראָל, און דערנאָך, אויב דער פּאַטראָל קען נישט אַליין לייזן די פּראָבלעם, אינפֿאָרמירט מען די אַלגעמיינע נויטפֿאַל־ליניע, 911. אַזוי האָט אויך קלעצקיס משפּחה געטאָן.

די סיבה דערפֿאַר איז, זאָגן די פֿרומע ייִדן, ווײַל די "שומרים" זענען "ווי משפּחה"; זיי קענען גוט די גאַסן, ווי אויך די אײַנוווינער, און צוליב דעם וואָס זיי זענען "אייגענע", געטרויט מען זיי גיכער ווי די רעגירונג־אינסטאַנצן. פּונקט אַזוי ווי די אָרטיקע אָרגאַניזאַציע, "מתעסקים", וואָס באַזאָרגט נײַע אָבֿלים מיט אַלץ וואָס זיי דאַרפֿן — ספֿרי־תּורה, שבֿעה־בענקלעך, ליכטלעך, אַפֿילו אַ לופֿט־קילער — פֿרײַ פֿון אָפּצאָל; און אַזוי ווי די אַמבולאַנס־דינסט "הצלה", וואָס קומט אָפֿט מאָל גיכער ווי אַ געוויינטלעכער אַמבולאַנס, און וואָס לאָזט דעם פּאַציענט באַשליסן, אין וועלכן שפּיטאָל אים צו פֿירן (אין פֿאַרגלײַך מיט די געוויינטלעכע אַמבולאַנסן, וואָס פֿירן אים בלויז צום נאָענטסטן שפּיטאָל), ווערן די "שומרים" באַטראַכט ווי דאָס פֿאַרלאָזלעכסטע אָרט צו קלינגען, ווען אַ קינד, אַן אַלטער אָדער קראַנקער מענטש פֿון דער קהילה ווערט פֿאַרפֿאַלן.

"די שומרים זענען אויסערגעוויינטלעך," האָט דער אַסעמבלימאַן פֿון באָראָ־פּאַרק, דבֿ הײַקינד, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "זיי טוען אַ סך אויף פֿאַר דער קהילה, און די אײַנוווינער פֿילן זיך מער באַקוועם מיט זיי, ווי מיט דער פּאָליציי."

דעם פֿאַרגאַנגענעם אָקטאָבער האָט דער ניו־יאָרקער שטאָטראַט טאַקע באַערט פֿיר מיטגלידער פֿון די "באָראָ פּאַרק שומרים", וואָס זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, בעת זיי האָבן געכאַפּט אַ פֿאַרדעכטיקן באַלעסטיקער פֿון קינדער, דייוויד פֿלאָרעס.

בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער פּאָליציי־קאָמיסיאָנער, ריימאָנד קעלי, אויך געלויבט די "שומרים", זאָגנדיק, אַז ער פֿאַרשטייט, אַז אין דער חסידישער קהילה לאָזט מען, צו ערשט, וויסן דעם אייגענעם בירגער־פּאַטראָל. ער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז ס׳איז אַ שאָד, וואָס די משפּחה קלעצקי האָט גלײַכצײַטיק נישט אָנגעקלונגען 911. "מיר האַלטן, אַז ס׳איז נישט קיין גוטער געדאַנק צו וואַרטן און נישט קלינגען גלײַך דער פּאָליציי, אַפֿילו אויב איך אַליין האַלט, אַז די ׳שומרים׳ טוען אַ גוטע אַרבעט."

אַ צווייטער קוואַל פֿונעם ניו־יאָרקער פּאָליציי־אָפּטייל האָט אָבער געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז הגם די "שומרים" און "הצלה" זענען וווּנדערלעכע חסד־אָרגאַניזאַציעס, באַהאַנדלען זיי די נויטפֿאַלן אָפֿט מאָל נישט אויף דעם אופֿן, ווי די רעגירונג וואָלט עס געטאָן.

"ווען ׳הצלה׳, למשל, פֿירט אַ פֿרוי אין שפּיטאָל, נאָך דעם ווי איר מאַן האָט איר, אַ פּנים, אָנגעשלאָגן, וועט די אָרגאַניזאַציע נישט אָנקלינגען דער פּאָליציי, ווײַל דערנאָך וואָלט מען דעם מאַן אַרעסטירט," האָט דער קוואַל באַמערקט. דאָס זעלבע געשעט, ווען די "שומרים" זענען חושד אַ מענטש אין באַלעסטיקן קינדער, אָדער ווען ׳מתעסקים׳ האָבן גלײַך נאָך דער אַנטדעקונג פֿון קלעצקיס געביין, פֿאַראָרדנט אַן אײַליקע אויספֿאָרשונג, כּדי אים מקבר צו זײַן אַזוי גיך ווי מעגלעך. דערפֿאַר האָט מען טאַקע דורכגעפֿירט די לוויה בלויז עטלעכע שעה נאָך דעם ווי מע האָט געפֿונען זײַן צעגלידערטן קערפּער. "כ׳האָף, אַז דאָס גיכע באַערדיקן אים, וועט נישט שאַטן דער אויספֿאָרשונג," האָט דער קוואַל באַמערקט.

דער קוואַל האָט אויך געשטעלט אַ ריי אַנדערע פֿראַגעס: וואָס האָבן די "שומרים" געטאָן במשך פֿון די צוויי און אַ האַלב שעה, איידער זיי האָבן אָנגעקלונגען דער פּאָליציי? "אינעם פּאָליציי־אָפּטייל, ווען מיר דערוויסן זיך, אַז אַ קינד איז פֿאַרלוירן געגאַנגען, פֿאָלגן מיר אַ געוויסן פּראָטאָקאָל. איך וואָלט געוואָלט פֿרעגן די ׳שומרים׳: וואָס איז אײַער פּראָטאָקאָל? ווי אַזוי ווערט אײַער אויספֿאָרשונג אָרגאַניזירט?"

דער קוואַל האָט אויך איבערגעגעבן, אַז עס פֿיגורירט בײַ די "שומרים" אַ רשימה פֿון פֿרומע ייִדן, וואָס ווערן פֿאַרדעכטיקט אין באַלעסטיקן קינדער. "עקזיסטירט עס טאַקע?" האָט ער געפֿרעגט. "און אויב יאָ, ווער זענען די נעמען אויף דער רשימה? ווער זענען די קינדער? וועגן וויפֿל קינדער רעדט זיך? מיר אין דער פּאָליציי ווייסן גאָרנישט."

הגם הײַקינד האָט געזאָגט, אַז די "שומרים" טיילן זיך מיט זייער אינפֿאָרמאַציע מיט דער פּאָליציי, האָט בען הירש, דער פּרעזידענט פֿון "סורווײַוואָרס פֿאָר דזשאָסטיס" (Survivors for Justice, אָדער SFJ) — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס קעמפֿט קעגן סעקסועלער באַלעסטיקונג אין די פֿרומע קרײַזן, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז דאָס איז פּשוט נישט אמת. "אין באָראָ־פּאַרק זענען לעצטנס פֿאָרגעקומען צוויי אינצידענטן, וווּ מע האָט צוגערעדט אַ חסידיש קינד אַרײַנצוגיין אין אַן אויטאָ און דערנאָך האָט מען אים פֿאַרכאַפּט," האָט הירש דערציילט. "אין ביידע פֿאַלן האָט מען אָנגעקלונגען דער פּאָליציי, וואָס האָט שעהען שפּעטער געפֿונען די קינדער, וואַנדערנדיק אין די גאַסן; ביידע האָט מען זיי געהאַט סעקסועל באַלעסטיקט."

SFJ האָט שפּעטער געהערט פֿון דער פּאָליציי, אַז דער פֿאַרכאַפּער איז, אַ פּנים, געווען אַ פֿרומער ייִד, אָבער קיינער, אַרײַנגערעכנט די "שומרים", האָט נישט אויסגעזאָגט זײַן נאָמען.

"די אויספֿאָרשער פֿון דער NYPD (ניו־יאָרקער פּאָליציי־אָפּטייל) זענען געווען שאָקירט," האָט הירש געזאָגט, וואָס נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דאָס פֿאַרברעכן איז שוין פֿאָרגעקומען צוויי מאָל, און נישט געקוקט אויף דער קלאָרער סכּנה פֿון דעם מאַן צו די קינדער פֿון באָראָ־פּאַרק, האָבן די "שומרים" נישט איבערגעגעבן דער פּאָליציי די אינפֿאָרמאַציע.

בײַ די שטאַרק פֿרומע קרײַזן האַלט מען, אַז דאָס איבערגעבן דער פּאָליציי אַזאַ אינפֿאָרמאַציע באַטײַט אַ מסירה. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט "אַגודת־ישׂראל" טאַקע עפֿנטלעך באַשטעטיקט, אַז אויב מ׳איז חושד אַ פֿרומען ייִד אין סעקסועלער באַלעסטיקונג מוז מען זיך באַראַטן מיט אַ רבֿ, איידער מע גייט צו דער פּאָליציי.

אלעזר טווערסקי, דער 26־יאָריקער זון פֿונעם פֿאַלטינאַשער רבין, און אַ וואָלונטיר אין דער ניו־יאָרקער פּאָליציי, האָט אויך קריטיקירט די "שומרים" פֿאַר נישט לאָזן די פּאָליציי וויסן וועגן יענע פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער. טווערסקי, וואָס איז דרײַ יאָר לאַנג — צווישן 9 און 12 יאָר — אַליין באַלעסטיקט געוואָרן, זאָגט, אַז די קהילה "טוט גאָרנישט" ווען זי הערט, אַז אַ ייִד האָט זיך געטשעפּעט צו אַ קינד. "מע מאַכט זיך נישט וויסנדיק."

וואָס שייך דער טראַגעדיע מיט קלעצקי, טענהט טווערסקי, אַז די "שומרים" האָבן נישט דורכגעפֿירט די אויספֿאָרשונג אויף אַ פּראָפֿעסיאָנאַלן אופֿן. "די געזעלשאַפֿט האָט געמאַכט אַ גרויסן טראַסק, יעדער איינער וואָס איז אַ ליידיקגייער, האָט זיך אָנגעכאַפּט אין דעם און געפּרוּווט געפֿינען דאָס קינד.

"לוי האָט אַליין געזאָגט, אַז ער האָט זיך דערשראָקן, ווען ער האָט געהערט ווי טויזנטער מענטשן זוכן אים, און דערפֿאַר האָט ער דערהרגעט דאָס קינד. אפֿשר, ווען מענטשן וואָלטן געלאָזט, אַז די אַרבעט זאָל טאָן די פּאָליציי, וואָלט לייבי קלעצקי איצט געלעבט.

"חסידישע ייִדן, איר מוזט פֿאַרשטיין, אַז ס׳זענען דאָ פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿאַר אַזוינע זאַכן. ווען מ׳איז קראַנק, גייט מען צו דאָקטוירים, און ווען עמעצער ווערט סעקסועל באַלעסטיקט, גייט מען צו דעם special victims unit (דער אָפּטייל פֿאַר "ספּעציעלע" געליטענע) בײַ דער פּאָליציי. און אַז איר וואָלט טאַקע געפֿונען דעם קידנעפּער, ווייסט איר דען וואָס צו זאָגן צו אים? מע גייט נישט זוכן אַליין."