רעצעפּטן

קאַרטאָפֿל און קנאָבל זענען אַזוי געשמאַק צוזאַמען, אַז דאָס ווײַטערדיקער מאכל קען מען אַפֿילו עסן קאַלטערהייט. דערלאַנגט עס מיט פֿיש און אַ סאַלאַט, האָט איר אַ פֿאַרטיקע מאָלצײַט.

1/2־1 פֿונט (0.68 קילאָ) רויטע קאַרטאָפֿל
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
2 טעפּלעך קאַרש־פּאָמידאָרעלעך, צעשניטן
3 צווײַגעלעך ראָזמאַרין
3 ציינדלעך קנאָבל, צעשניטן
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

הייצט אָן דעם אויוון אויף 450 גראַד (232 צעלזיוס) און לייגט אַ בלעך אַרײַן אין אויוון, ביז ער ווערט הייס.

צעשנײַדט די קאַרטאָפֿליעס אין דער לענג אויף אַכטלעך. מישט צונויף מיטן איילבערט־בוימל, די פּאָמידאָרעלעך, דעם ראָזמאַרין, קנאָבל, זאַלץ און פֿעפֿער.

לייגט די קאַרטאָפֿל־שטיקלעך אויפֿן בלעך, מיטן פּנים אַראָפּ, און בראָט עס אינעם אויוון 15 מינוט. מישט אויס דאָס קאַרטאָפֿל־געמיש און בראָט עס נאָך 10 מינוט.