מײַן חבֿרטע האָט אונדז לעצטנס געבראַכט אַ קאַווע־קוכן מיט מאַרציפּאַן, וואָס איז געווען אַזוי געשמאַק, אַז ביזן סוף פֿון טאָג איז קיין ברעקל נישט געבליבן. אויב איר געפֿינט נישט קיין מאַרציפּאַן אין געשעפֿט, קענט איר ניצן מאַנדל־פּאַסטע (almond paste).
שפּריצבוימל
1/2 טעפּל פּוטער
1/2 טעפּל צוקער
1/2 טעפּל ברוינער צוקער
2 אייער
1/2־2 טעפּלעך מעל
1 לעפֿעלע באַקסאָדע
1/2־1 לעפֿעלע באַקפּראָשיק
1 לעפֿעלע וואַניל אָדער ווישניאַק
1/4 לעפֿעלע זאַלץ
1/2־1 טעפּל נישט־פֿעטיקע סמעטענע
1 טעפּל מאַרציפּאַן, צעשניטן אויף שטיקלעך
1/2 טעפּל פּעקאַנען־ניס
1/2 טעפּל צוקער
הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (176 צעלזיוס). באַשפּריצט אַ בעקן מיט שפּריצבוימל.
צעשלאָגט די פּוטער מיטן צוקער. גיט צו די אייער און וואַניל.
אין אַ באַזונדערער שיסל זיפּט אָפּ דאָס מעל, באַקסאָדע, באַקפּראָשיק און זאַלץ. שיט צו־ביסלעך דאָס מעל־געמיש און די סמעטענע אַרײַן אינעם טייג, און מישט גוט אויס. גיסט דאָס טייג אינעם בעקן.
מישט צונויף דעם מאַרציפּאַן, צוקער און ניס אין אַ שפּײַזמאַשין, ביז די ניס ווערן פּולוועריזירט. באַשיט דאָס טייג מיט דעם מאַרציפּאַן־געמיש. באַקט 45־50 מינוט.