רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ דאַנק דער סמעטענע אין דעם רעצעפּט, דערמאָנט מיר דער קוכן אין די געשמאַקע געבעקסן פֿון דער "אַלטער היים". ווען איר גרייט עס צו, וואַרט ביז די פּוטער, אייער און סמעטענע זענען בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור.

שפּריצבוימל

1/2 טעפּל פּוטער

1/2־1 טעפּלעך צוקער

2 אייער

1 טעפּל ווייניק־פֿעטיקע סמעטענע

1 לעפֿעלע וואַניל

2 טעפּלעך מעל

1 לעפֿעלע באַקסאָדע

1 לעפֿעלע באַקפּודער

1/2 לעפֿעלע זאַלץ

1 לעפֿעלע צימערינג

3 צײַטיקע פֿערשקעס

1/2 טעפּל צעהאַקטע פּעקאַנען

הייצט אָן דעם אויוון אויף 350 גראַד (177 צעלזיוס). באַשפּריצט אַ בעקן מיט שפּריצבוימל.

מישט צונויף די פּוטער מיט 1 טעפּל פֿונעם צוקער מיט אַן עלעקטרישן מישער 3—5 מינוט, ביז עס ווערט לופֿטיק און ליכטיק־געל. מישט אַרײַן די אייער, איינס מיט אַ מאָל, דערנאָך די סמעטענע און וואַניל, ביז דאָס פֿליסיקע געמיש ווערט גלאַטיק.

אין אַ באַזונדערער שיסל זיפּט אָפּ און מישט צונויף דאָס מעל, באַקסאָדע, באַקפּולווער און זאַלץ. שיט צו־ביסלעך אַרײַן דאָס מעל־געמיש אינעם פֿליסיקן געמיש, און גיסט אַ העלפֿט פֿונעם טייג אַרײַן אין בעקן. צעשנײַדט די פֿערשקעס אויף רעפֿטלעך און לייגט אַ העלפֿט פֿון זיי אויפֿן טייג.

אין אַ שיסעלע מישט צונויף דאָס איבעריקע האַלב־טעפּל צוקער מיטן צימערינג. באַשפּרענקלט די פֿערשקעס מיט צוויי־דריטל פֿונעם צימערינג־צוקער. גיסט אַרײַן דאָס איבעריקע מעל־און־אייער געמיש, און באַדעקט עס מיטן איבעריקן צימערינג־צוקער און די פּעקאַנען. באַקט דעם קוכן 45—55 מינוט, און דערלאַנגט עס צום טיש וואַרעמערהייט, אָדער בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור.