אָט איז איינער פֿון די געזונטע לאַטקע־רעצעפּטן פֿונעם בלאָגער פֿון כּשרער קאָכקונסט, שעיה קלעטשעווסקי:
איילבערט־שפּריצבוימל
6 טעפּלעך אָפּגעשיילטע צעמאָלענע מערן
3 לעפֿל מעל
3 לעפֿל ראַזעווע מעל
1/2־1 לעפֿעלעך זאַלץ
3/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
7 לעפֿעלעך צעמאָלענער אָפּגעשיילטער אינגבער
3 אייער, צעשלאָגן
איילבערט־בוימל
הייצט דעם אויוון ביז 425 גראַד (218 צעלזיוס). באַלייגט אַ בעקן מיט זילבער־פּאַפּיר און באַשפּריצט עס מיט שפּריצבוימל.
גיט די צעמאָלענע מערן אַרײַן אין אַ שיסל. זאַפּט אָפּ די פֿײַכטקייט מיט פּאַפּירענע האַנטעכלעך.
אין אַ צווייטער שיסל מישט צונויף ביידע מינים מעל, זאַלץ, באַקפּולווער און פֿעפֿער. מישט אַרײַן די מערן, אינגבער און אייער. לאָזט דאָס געמיש שטיין 10־12 מינוט.
מאַכט קאָטלעטן פֿונעם געמיש מיט די הענט. אויב ס׳איז צו נאַס, גיט צו אַ ביסל מעל; אויב צו טרוקן — נאָך אַ ביסל פֿון אַ צעקלאַפּט איי.
לייגט די קאָטלעטן אַרײַן אינעם באַשפּריצטן בעקן, און באַקט זיי 10־12 מינוט. דרייט זיי איבער און באַקט זיי נאָך 10 מינוט. סך־הכּל: בערך 15 לאַטקעס.