2 לעפֿעלעך איילבערט־בוימל
1/2־1 טעפּלעך צעהאַקטע ציבעלע
3/4 טעפּל צעהאַקטע מערן
1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט
1/2 טעפּל נישט־געקאָכטע רײַז
1/2־2 טעפּלעך וואַסער
1 לעפֿעלע איטאַליענישע געווירצן
28 אונץ (794 גראַם) צעהאַקטע פּאָמידאָרן
2 טעפּלעך זוקיני־רעפֿטלעך
1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1/2־1 טעפּל פּאַרעווע יויך
1/2־15 אונץ (440 גראַם) ווײַסע בעבלעך פֿון אַ פּושקע
10 אונץ (283 גראַם) פֿאַרפֿרוירענער שפּינאַט, צעטאָפּעט
פֿריש־צעריבענער פּאַרמעזשאַנער קעז
הייצט דעם בוימל אין אַ זופּטאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די ציבעלע, מערן און קנאָבל, און מישט 3 מינוט. שיט אַרײַן דעם רײַז, וואַסער, געווירצן, פּאָמידאָרן, זוקיני, שוואַרצן פֿעפֿער און יויך, און העכערט דאָס פֿײַער ביז דאָס געמיש הייבט אָן זידן.
דעקט צו דעם טאָפּ, פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און לאָזט מליִען 20 מינוט. שווענקט אויס די בעבלעך און זיפּט אָפּ דאָס וואַסער. גיט צו די בעבלעך און שפּינאַט צו דער זופּ און קאָכט עס נאָך 5 מינוט. גיסט די זופּ אַרײַן אין באַזונדערע שיסלען און באַשיט מיטן קעז.