רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אויב איר ווייסט, אַז עס קומען צו אײַך געסט, קאָנט איר טאָן איינס פֿון צוויי זאַכן: גיין אין קראָם און קויפֿן קאָמערציעל־פּראָדוצירטע שפּײַזן, אָדער אַליין מאַכן עפּעס פֿרישס און היימישס.
אָט איז אַ גרינגער, געשמאַקער רעצעפּט פֿאַר אַזאַ געלעגנהייט, וואָס איר קענט שיין אויסשטעלן אין אַ טאַץ און דערלאַנגען צום טיש מיט אַ באַבקע־לעקעך און הייסער טיי. אַזוי וועט איר מאַכן דעם רושם פֿון אַ געראָטענעם גאַסטגעבער.

1/2 טעפּל ווייניק־פֿעטיקער צוואָרעך
1 לעפֿל אָפּגעשעפּטע מילעך
4 בינטלעך אַשלעך (דעם ווײַסן טייל), צעשניטן
4 אונץ (113 גראַם) גערייכערטער לאַקס
1/4 טעפּל שמירקעז
1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
ווײַסער פֿעפֿער
2 גרויסע אוגערקעס
1 לעפֿל שטשיפּיער (chives)

צעמאָלט דעם צוואָרעך און מילך אין אַ שפּײַזמאַשין ביז ס׳ווערט גלאַטיק. גיט אַרײַן דעם אַשלעך, לאַקס, שמירקעז, לימענע־זאַפֿט און אַ לעק ווײַסן פֿעפֿער. ווען ס׳איז גוט אויסגעמישט, לאָזט אין פֿרידזשידער 1 שעה אָדער איבערנאַכט.
צעשנײַדט די אוגערקעס אין גרויסע קלעכלעך. גראָבט אַ גריבעלע אין יעדן אוגערקע־קײַלעכל, און פֿילט עס אָן מיט 2 לעפֿעלעך פֿונעם לאַקס־שמיר. באַשיט זיי מיט די שטשיפּיער. דעקט זיי צו און האַלט זיי אין פֿרידזשידער ביז איר זענט גרייט זיי צו סערווירן.