געוויינטלעך אַסאָציִיִרט מען אַ שפּיגל־איי (sunny side up) מיט פֿרישטיק, אָבער דאָ דינט עס ווי דער פּראָטעיִן פֿון אַ וועגעטאַרישן הויפּט־געריכט, וואָס איר קענט דערלאַנגען צו מיטאָג אָדער וועטשערע.
גערייכערטע פּאַפּריקע געפֿינט מען אין ס׳רובֿ שפּײַזקראָמען. דער רעצעפּט גילט פֿאַר פֿיר מענטשן.
5 לעפֿל איילבערט־בוימל
4 ציינדלעך קנאָבל, אין דינע רעפֿטלעך
8 טעפּלעך שפּינאַט, צעשניטן
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
1 טעפּל צעשניטענע ציבעלע
1 לעפֿעלע קעמיניק־קערעלעך
1/4 לעפֿעלע גערייכערטע פּאַפּריקע
2 פּושקעס (4 טעפּלעך) נאַהיט
(chickpeas), אָפּגעשווענקט
5 צעהאַקטע פּאָמידאָרן פֿון אַ פּושקע
3 טעפּלעך יויך
4 אייער
הייצט אָן 1 לעפֿל בוימל אין אַ גרויסן טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. מישט אַרײַן אַ פֿערטל פֿונעם קנאָבל ביז ס׳ווערט גאָלדן־ברוין, 1־2 מינוט; דערנאָך — דעם שפּינאַט, זאַלץ און פֿעפֿער, ביז דער שפּינאַט ווערט ווייך, 2־3 מינוט. גיט דאָס געמיש אַרײַן אין אַ שיסל, און ווישט אָפּ דעם טאָפּ.
הייצט אָן 2 לעפֿל בוימל אינעם זעלבן טאָפּ. מישט אַרײַן די ציבעלע און איבעריקן קנאָבל 3־4 מינוט.
מישט אַרײַן די קעמיניק־קערעלעך און פּאַפּריקע 1־2 מינוט, ביז די קערעלעך ברוינען זיך צו. מישט אַרײַן די נאַהיט און פּאָמידאָרן ביז די נאַהיט ברוינט זיך צו, 8־10 מינוט. גיסט אַרײַן דעם יויך, און העכערט דאָס פֿײַער ביז די יויך זידט. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט עס מליִען. צעקוועטשט אַ טייל פֿונעם נאַהיט און קאָכט, ביז עס ווערט פֿונעם יויך אַ געדיכטער סאָוס. גיט אַרײַן דעם שפּינאַט און קאָכט נאָך 8 מינוט.
הייצט 2 לעפֿל בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע. צעקלאַפּט די אייער גאַנצערהייט אין דער פּאַטעלניע, און קאָכט זיי ביז די עקן ברוינען זיך צו.
צעטיילט דעם שפּינאַט־נאַהיט געמיש אין 4 שיסלעך און באַצירט יעדע פּאָרציע מיט אַ שפּיגל־איי.