חורבן
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואַסילי גראָסמאַן אין שווערין, דײַטשלאַנד, 1945
וואַסילי גראָסמאַן אין שווערין, דײַטשלאַנד, 1945
תּיכּף נאָכן אָנפֿאַל פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם 22סטן יוני 1941, האָבן עטלעכע צענדליק ייִדיש־סאָוועטישע שרײַבער וואָלונטירט אין דער רויטער אַרמיי און די מערסטע פֿון זיי זײַנען געפֿאַלן אין קאַמף מיט די דײַטשישע אַרײַנדרינגער. צווישן די וואָלונטירער איז אויך געווען וואַסילי גראָסמאַן, אַ רוסישער שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. מחמת זײַן שוואַכן געזונט־צושטאַנד, איז ער אין דער אַרמיי ניט אָנגענומען געוואָרן; ער האָט אָבער ניט אויפֿגעגעבן, און נאָך אַ ריי באַמיִונגען איז ער באַשטימט געוואָרן ווי דער מלחמה־קאָרעספּאָנדענט פֿון "קראַסנאַיאַ זוועזדאַ" (רויטער שטערן), דעם אָרגאַן פֿון דער רויטער אַרמיי. ווי אַזעלכער האָט גראָסמאַן מיטגעמאַכט אַלע פֿאַזן פֿון דער מלחמה, אָנהייבנדיק אין די ערשטע חדשים מיט די בהלה־צוריקציִונגען פֿון דער רויטער אַרמיי, ביז צו דער פֿאַרטיידיקונג פֿון מאָסקווע, די שלאַכטן אין אוקראַיִנע, די גאַסן־קאַמפֿן אין סטאַלינגראַד און די ריזיקע טאַנק־געפֿעכטן אין קורסק. צוזאַמען מיט דער פֿאָרויס־מאַרשירנדיקער סאָוועטישער אַרמיי איז ער אָנגעקומען קיין פּוילן און דערגאַנגען ביז בערלין.

אין משך פֿון די איבער דרײַ יאָר אויפֿן פֿראָנט האָט דער פֿיזיש־שוואַכער און קורצזיכטיקער שרײַבער זיך פֿאַרהאַרטעוועט און זיך צוגעוווינט צום סאָלדאַטישן לעבן. ער איז מיטגעגאַנגען אויף אויסשפּיר־מיסיעס, געשטאַנען זײַט־בײַ־זײַט מיט באַהאַלטענע שאַרפֿשיסערס, זיך געחבֿרט מיט פּשוטע זעלנער און אינטערוויויִרט גענעראַלן און פּאָליטישע קאָמיסאַרן. מיט זײַן שרײַבעריש־שאַרף אויג און פֿילבאַר האַרץ האָט ער צוגעזען די ליידן פֿון דער ציווילער באַפֿעלקערונג אין די פֿראָנט־זאָנעס און אויף די באַפֿרײַטע געביטן. זײַנע באַריכטן און מלחמה־רעפּאָרטאַזשן אין "רויטן שטערן" זײַנען געלייענט געוואָרן אויפֿן פֿראָנט און אין הינטערלאַנד און האָבן גראָסמאַנען באַרימט געמאַכט איבערן גאַנצן לאַנד. אויסער אָט דער אָפֿיציעלער מלחמה־ליטעראַטור האָט גראָסמאַן געמאַכט פֿאַר זיך נאָטיצן און פֿאַרצייכענונגען אויף דער הייסער מינוט פֿון דעם, וואָס ער האָט צוגעזען און געהערט. אָט די נאָטיצן האָט ער בדעה געהאַט צו נוצן ווי רוי־מאַטעריאַל פֿאַר זײַנע שפּעטערדיקע ווערק וועגן דער מלחמה.

הײַיאָר, 42 יאָר נאָך גראָסמאַנס טויט, זײַנען אָט די נאָטיצן פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אַן ענגלישער איבערזעצונג דורכן קאַנאַדער קנאָפּ־פֿאַרלאַג אין אַ בוך מיטן נאָמען "אַ שרײַבער אין דער מלחמה, וואַסילי גראָסמאַן מיט דער רויטער אַרמיי 1941—1945". דאָס בוך איז איבערגעזעצט און רעדאַקטירט געוואָרן פֿון ענגלישן היסטאָריקער אַנטאָני ביווער און ליובאַ ווינאָגראַדאָוואַ, אַ רוסישע געלערנטע פֿון מאָסקווע. די מחברים האָבן אָפּגעפֿונען גראָסמאַנס מלחמה־נאָטיצן אין רוסישן מלוכה־אַרכיוו פֿאַר ליטעראַטור און קונסט ווי אויך בײַ וואַסילי גראָסמאַנס טאָכטער און שטיפֿזון. גראָסמאַנס נאָטיצן, צוזאַמען מיט די קאָמענטאַרן און אויפֿקלערונגען פֿון די רעדאַקטאָרן, שאַפֿן אַן אומפֿאַרגעסלעך און אמתדיק בילד פֿון דעם גורלדיקן געראַנגל פֿון די פֿילמיליאָניקע רוסישע אַרמייען מיט די באַרבאַרישע דײַטשישע אַרײַנדרינגער.

גראָסמאַן צייכנט בולטע בילדער און סצענעס פֿון פּאַניק און כאַאָס פֿון די אָפּטרעטנדיקע סאָוועטישע אַרמייען תּיכּף נאָכן דײַטשישן אָנפֿאַל און ער ווײַזט אָן אויף סטאַלינס טאַקטישע פֿעלערן און אומרעאַלע באַפֿעלן, וואָס האָבן גורם געווען די אַרומרינגלונגען פֿון גאַנצע אַרמייען און זייער ביטערער גורל אין דער דײַטשישער געפֿאַנגענשאַפֿט. גראָסמאַן באַוווּנדערט די קרבנות־גרייטקייט און דעם העראָיִזם פֿון די סאָוועטישע זעלנער און קאָמאַנדירן. ער שרײַבט: "בעת דער מלחמה טראָגט אַ רוסישער מאַן אַ ווײַס העמד. ער מעג האָבן געלעבט אין זינד, אָבער שטאַרבן שטאַרבט ער ווי אַ הייליקער" (ז׳ 95). באַגלײַך מיט דער אויסערגעוויינטלעכער העלדישקייט מײַדט גראָסמאַן ניט אויס צו דערציילן וועגן די פֿיל פֿאַלן פֿון פּחדנות און דעזערטירונגען. טייל סאָלדאַטן פֿלעגן אַליין פֿאַרוווּנדיקן זייערע הענט, כּדי צו ווערן מלחמה־אומפֿעיִק. זיי פֿלעגן מערסטן טייל באַשטראָפֿט ווערן פֿון די פּאָליטישע קאָמיסאַרן דורך דערשאָסן ווערן עפֿנטלעך פֿאַר די אויגן פֿון די זעלנער פֿון זייערע אָפּטיילונגען.

גראָסמאַן פֿאַרהוילט אויך ניט אַנדערע נעגאַטיווע דערשײַנונגען אין דער אַרמיי. בעת אַ מסיבה אין דער קוואַרטיר פֿון גענעראַל טשוּיקאָוו, דעם פֿאַרטיידיקער פֿון סטאַלינגראַד, הערט זיך גראָסמאַן צו צו די באַרימערײַען פֿון די אָנוועזנדיקע אָפֿיצירן. יעדער איינער פֿון זיי הייבט אַרויס זײַנע אייגענע מיליטערישע אויפֿטוען און רײַסט אַרונטער די דערגרייכן פֿון אַנדערע, וואָס זײַנען כּלומרשט באַלוינט געוואָרן מיט ניט־פֿאַרדינטע אויסצייכענונגען. גראָסמאַן דערציילט אויך וועגן די "קאַמפּיין־פֿרויען", די קראַנקן־שוועסטער און אַנדערע פֿרויען אויפֿן פֿראָנט, וואָס ווערן געצוווּנגען צו ווערן די קעפּסווײַבער פֿון די גענעראַלן און קאָמאַנדירן. אין דײַטשלאַנד, אויפֿן וועג קיין בערלין, טרעפֿט ער אָן די אַכטע רוסישע אַרמיי, וואָס האָט פֿאַרטיידיקט סטאַלינגראַד. דעמאָלט איז זי געווען אַ הויך־דיסציפּלינירטע און העלדישע אַרמיי, בעת אַצינדער ווערט אַלץ דערלויבט און פֿאַרקוקט; זיי ראַבעווען די דײַטשישע הײַזער און פֿאַרגוואַלדיקן טויזנטער דײַטשישע מיידלעך און פֿרויען.

מיטן אָנקומען צוזאַמען מיט דער אַרמיי אין די באַפֿרײַטע געביטן אין אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד האָט זיך פֿאַר גראָסמאַנען אויפֿגעדעקט דאָס שוידערלעכע בילד פֿון די מאַסן־שחיטות איבער די סאָוועטישע ייִדן. באַזונדערס אויפֿגעטרייסלט איז ער געוואָרן בעת זײַן באַזוך אין זײַן היימשטאָט בערדיטשעוו, וווּ די דײַטשן מיט זייערע אוקראַיִנישע אַרויסהעלפֿער האָבן אויסגעמאָרדעט דרײַסיק טויזנט ייִדן, צווישן זיי אויך גראָסמאַנס מוטער. אַן ענלעכע צאָל האָבן די דײַטשן אומגעברענגט תּיכּף נאָך זייער אַרײַנקום קיין קיִעוו און נאָך מער, אַרום נײַנציק טויזנט, אין אָדעס. זומער 1944 איז גראָסמאַן אָנגעקומען קיין פּוילן און געווען פֿון די ערשטע, וואָס האָבן געזען דעם נאָר וואָס באַפֿרײַטן טויטן־לאַגער אין מײַדאַנעק. ער האָט זיך פֿאַרהאַלטן אין טרעבלינקע און אויסגעזוכט די איינצלנע ניצולים פֿון לאַגער, ווי אויך אויסגעפֿאָרשט די פּוילישע אײַנוווינער בשכנות און דערנאָך אָנגעשריבן אַ לענגערן באַריכט, "דער גיהנום פֿון טרעבלינקע", וואָס איז שפּעטער גענוצט געוואָרן אין באַשולדיקונג־אַקט אויפֿן נירענבערגער פּראָצעס.

וואַסילי גראָסמאַנס באַריכטן וועגן די שחיטות איבער די סאָוועטישע ייִדן זײַנען ניט געווען צום האַרצן די אויטאָריטעטן אין מאָסקווע. דער אָפֿיציעלער סאָוועטישער נוסח איז געווען, אַז אַלע סאָוועטישע בירגער האָבן געליטן פֿון די דײַטשישע אָקופּאַנטן און מען דאַרף ניט אַרויסהייבן באַזונדער די ליידן פֿון די ייִדן. צוזאַמען מיט איליאַ ערענבורגן האָט גראָסמאַן געזאַמלט באַריכטן און גבֿית־עדותן פֿאַרן "שוואַרצן בוך", וואָס דער ייִדישער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט געגרייט אַרויסצוגעבן. אין אָקטאָבער 1947 האָט די סאָוועטישע מאַכט פֿאַרווערט דאָס בוך, קאָנפֿיסקירט די דרוק־בויגנס און צעשטערט די שריפֿטן פֿון דער אויסגאַבע. אַ קאָפּיע פֿון דעם מאַנוסקריפּט איז אָבער אַרויסגעשמוגלט געוואָרן קיין אויסלאַנד און אַרויסגעגעבן געוואָרן אין עטלעכע לשונות.

גראָסמאַן האָט געהאַט מזל און אויסגעמיטן צו לײַדן פֿון סטאַלינישן טעראָר אין די 30ער יאָרן ווי אויך די דערשיסונגען און פֿאַרשיקונגען נאָך דער ליקווידאַציע פֿון דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. זײַן מלחמה־ראָמאַן "דאָס פֿאָלק איז אומשטערבלעך", וואָס ער האָט אָנגעשריבן בעת אַ צוויי־חדשימדיקן אורלויב פֿון דער אַרמיי, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין המשכים אין "קראַסנאַיאַ זוועזדאַ", און דערנאָך אין אַ בוכפֿאָרעם, און האָט אים באַרימט געמאַכט אין לאַנד. דאָס בוך איז איינשטימיק נאָמינירט געוואָרן באַלוינט צו ווערן מיטן סטאַלין־פּריז פֿאַר ליטעראַטור אין 1942 און בלויז די דירעקטע אינטערווענץ פֿונעם פֿירער האָט פֿאַרמיטן די פּרעמירונג. סטאַלינען האָט מסתּמא פֿאַרדראָסן, וואָס גראָסמאַן האָט אויסגעמיטן אים צו זינגען לויב־געזאַנגען, ווי ס׳איז געווען דעמאָלט אין דער מאָדע, און אויך וואָס גראָסמאַן איז כּל־ימיו ניט אַרײַנגעטראָטן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.

וואַסילי גראָסמאַנס מײַסטערווערק איז געווען זײַן מלחמה־ראָמאַן "לעבן און גורל", אַ ברייט־לײַוונטדיקע עפּישע שילדערונג פֿון דער פֿאָטערלענדישער מלחמה, בעיקר, אין און אַרום סטאַלינגראַד. גראָסמאַנס אָביעקטיווע שילדערונג פֿון אַלע פֿאַזן פֿון דער מלחמה, דערהויבענע און נעגאַטיווע, איז ניט געפֿעלן געוואָרן דעם סאָוועטישן צענזאָר. ווען מען האָט דעם מאַנוסקריפּט געבראַכט צו סוסלאָוון, דעם ממונה איבער אידעאָלאָגיע אין "פּאָליטביוראָ", האָט ער געפּסקנט, אַז דאָס בוך טאָר ניט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן אין משך פֿון צוויי הונדערט יאָר. גראָסמאַנס היים איז רעווידירט געוואָרן פֿון די נ.ק.וו.ד.־לײַט און אַלע זײַנע שריפֿטן זײַנען קאָנפֿיסקירט געוואָרן. אַ באַהאַלטענער מיקראָפֿילם פֿון "לעבן און גורל" איז שפּעטער אַרויסגעפֿירט געוואָרן דורכן געלערנטן אַנדריי סאַכאַראָוו און דאָס בוך איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אַ ריי לשונות. דער ראָמאַן איז אָנערקענט געוואָרן דורך פֿאַרשיידענע ליטעראַטור־קענער ווי איינע פֿון די גרעסטע ליטעראַרישע ווערק פֿון 20סטן יאָרהונדערט.

געשטאָרבן איז וואַסילי גראָסמאַן אין מאָסקווע פֿון אַ ראַק אין עלטער פֿון 59 יאָר.