װעלט פֿון ייִדיש

חיים וואָלף
חיים וואָלף
דער זינגער און אַקטיאָר, חיים וואָלף, האָט אין גאַנצן פֿאַרכּישופֿט דעם עולם בײַם ייִדישן קהילה־צענטער פֿון וואַשינגטאָן אין ראָקוויל, מערילאַנד, סוף סעפּטעמבער מיט אַ קאָנצערט וואָס די גרופּע "ייִדיש פֿון גרויס־וואַשינגטאָן" האָט פֿאָרגעשטעלט.

וואָלף — וואָס זײַן פֿאַרשיידנאַרטיקע קאַריערע באַשטייט סײַ פֿון ענגליש־שפּראַכיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, סײַ פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע פּיעסעס ווי "יאַנקל דער שמיד" בײַם "פֿאָלקסבינע־טעאַטער" אין ניו־יאָרק — איז אויפֿגעטראָטן מיט אַן אָוונט פֿון געזאַנג און סקיצעס, וואָס יעדער האָט פֿון זיי הנאה געהאַט. אין זײַן קאָנצערט האָט ער אַרויסגעבראַכט אַ ברייטע גאַמע געפֿילן, פֿון טרויעריק ביז הומאָריסטיש, מיט אַ בולטער אַרטיסטישער פֿעיִקייט ווי אַן אַקטיאָר. ער האָט אפֿילו געשפּילט ביידע ראָלן אין אַ סצענע פֿון "יאַנקל דער שמיד", אין וועלכער דער תּמעוואַטער שמיד פּרובירט צו דערקלערן זײַן ליבע דעם דאָרפֿסמיידל.

מיט זײַן באַגלייטער בײַ דער פּיאַנאָ, הערבערט קאַפּלאַן, האָט וואָלף פֿײַן אויסגעדריקט די צאַרטקייט און בענקשאַפֿט פֿון אַזעלכע לידער ווי "אין דער פֿינצטער" פֿון זישע לאַנדוי און "עס בענקט זיך נאָך די קינדער־יאָרן" פֿון בן־ציון וויטלער, און ער האָט פֿליסיק איבערגעזעצט גענוג פֿון די ווערטער, אַז אַלע זאָלן קענען פֿאַרשטיין. אָבער אים האָבן זיך באַזונדערס אײַנגעגעבן די קאָמישע נומערן, וואָס אין אַ טייל פֿון זיי זענען אַרײַנגעמישט געוואָרן ענגלישע ווערטער מיט אַ הומאָריסטישן עפֿעקט. אינעם ליד "איך בין אַ ליטוואַק און זי'ז אַ גאַליץ", האָט ער איבערגעגעבן די צרות פֿון אַ מאַן און ווײַב, וועלכע צעשיידן זיך, צוליב די ייִדישע דיאַלעקטן ("איך זאָג מוטער, זאָגט זי מיטער, ס'איז מיר ביטער. איך זאָג פּוטער, זאָגט זי פּיטער"). פֿאַרן נומער "אומגליק ׳בלוז׳" האָט ער געבעטן, מע זאָל אָנשטעלן אַ בלוי ליכט אויף דער בינע און דער עולם זאָל זיך פֿאָרשטעלן, אַז מע זיצט אין אַ פֿאַררייכערטער קאַבאַרע. דערנאָך האָט ער זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ טרויעריקן, ייִדישלעכן קלאָגעדיקן ליד וועגן אַן אייפֿערזיכטיקן מאַן וואָס זײַן פֿרוי, ציפּקע, איז אַנטלאָפֿן מיטן באַלעבאָס פֿון אַ דעליקאַטעסן־געשעפֿט. דער זינגער וואָרנט, אַז ער וועט אים דערשטעכן "מיט אַ מילכעדיקן מעסער". וואָלף האָט צוגעפּאַסט זײַן רעפּערטואַר צו אַן אַמעריקאַנער עולם. דאָס לעצטע ליד איז געווען אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון פֿראַנק סינאַטראַס שלאַגער "ווען דאָס האַרץ איז יונג".

חיים וואָלף, וואָס ייִדיש איז זײַן מאַמע־לשון און וואָס זײַנע עלטערן האָבן דורכגעלעבט דעם חורבן, האָט דערציילט ווי עס איז אים טײַער צו שפּילן אויף ייִדיש פֿאַר אַן עולם וואָס שאַצט אָפּ די שפּראַך — די ווערטער זײַנען גלײַך פֿון זײַן האַרץ אַרײַן אין די הערצער פֿון די צוהערער אין ראָקוויל, מערילאַנד.

פֿון נאַטאַלי וועקסלער און אַרנאָלד קוזמאַק (וואַשינגטאָן)