געזונט

אַ רעגירונג־פּאַנעל האָט פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך רעקאָמענדירט, אַז די אַמעריקאַנער וואָס זענען אַלט 60 יאָר אָדער מער, זאָלן באַקומען אַן אײַנשפּריצונג קעגן דער דערוואַקסענער פֿאָרעם פֿון ווינטפּאָקן (shingles, בלע״ז). דער ווירוס איז גורם אַן אויסשיט אויף דער הויט וואָס טוט שטאַרק וויי.

בערך 15 — 30 פּראָצענט פֿון די מענטשן, וואָס זענען אָנגעשטעקט מיטן ווירוס פֿאַר ווינטפּאָקן אַנטוויקלען די דערוואַקסענע ווינטפּאָקן מיט יאָרן שפּעטער. דער ווירוס ליגט צענדליקער יאָרן באַהאַלטן אין די נערוו־קעמערלעך לעבן דער חוט־השדרה, און ווערט מיט אַ מאָל אַקטיוו; אָפֿט מאָל טרעפֿט עס בײַ עלטערע לײַט, ווײַל די אימון־סיסטעם פֿונעם גוף איז בײַ זיי שוין אָפּגעשוואַכט. געוויינטלעך, גייט די קראַנקייט אַוועק נאָך פֿיר וואָכן, אָבער 20% פֿון די פּאַציענטן אַנטוויקלען אַ נערוון־ווייטיק, וואָס בלײַבט אויף לאַנגע יאָרן. צווישן די מעגלעכע קאָמפּליקאַציעס: מע קאָן פֿאַרלירן די ראיה אָדער די שמיעה.

ביז לעצטנס, איז נישט געווען קיין פֿאַרהיט־מיטל קעגן די דערוואַקסענע ווינטפּאָקן, אָבער פֿאַרגאַנגענעם מײַ האָט די פֿאַרמאַצעווטישע פֿירמע "מערק" אַנטוויקלט אַ וואַקצין, וואָס איז ענלעך צום קינדער־וואַקצין קעגן ווינטפּאָקן, אָבער מיט אַ לעבעדיקן ווירוס וואָס איז 14 מאָל שטאַרקער.

לאָריין ביילי, אַן 78־יאָריקע פֿרוי אין אַטלאַנטע, וועלכע האָט געליטן פֿון די דערוואַקסענע ווינטפּאָקן, האָט איבערגעגעבן, אַז עס האָט זיך בײַ איר אַנטוויקלט אַ ווייטיקדיקער רויטער אויסשיט אויף דער רעכטער זײַט פֿון פּנים. "אַפֿילו ווען דו קריגסט אַ ווייטיק־מיטל, דאַכט זיך דיר, אַז אויפֿן פּנים ברענט אַ פֿײַער."