- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער"! –
דער "זיווג" פֿון דער פֿראַנצוישער רעוואָלוציע מיט 218 יאָר צוריק מיט דער רוסלענדישער רעוואָלוציע (פֿון פֿאַר 90 יאָר) האָט געבוירן דאָס באַקאַנטע ווערטל, אַז "די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער". אויב מען זאָל דאָס פּאַראַפֿראַזירן מיט דער איצטיקער פּאָליטישער ווירקלעכקייט אין ישׂראל, קאָן מען הײַנט צוגעבן, אין שײַכות מיט די נאָרוואָס פֿאָרגעקומענע "פּרײַמעריס" אין "עבֿודה", אַז — די אַרבעטער-באַוועגונג אין ישׂראל עסט אויף אירע גרינדער. זינט דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה האָט נאָך די וואַכזאַמע, אָפֿטמאָל זעלבסטצופֿרידענע, ישׂראלדיקע עפֿנטלעכקייט נישט זוכה געווען כּמעט צו קיין איינציקן טאָג פֿון נחת־רוח — כאָטש עס האָבן אויך נישט געפֿעלט, דאָ און דאָרט, קיין מאָמענטן פֿון נחת־רוח. די צווייטע לבֿנונישע מלחמה ווערט באַצייכנט ווי — חוץ דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה — די סאַמע לאַנגדויערנדיקסטע פֿון אַלע מלחמות אין די 59 יאָר פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט. "ווען עס וועלן זיך פֿונאַנדערגיין די שטויב־וואָלקנס איבער די אויספֿירונגען פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע, וועט קלאָר ווערן פֿאַר אַלעמען, אַז אין מדינת־ישׂראל איז נישטאָ קיין פֿאַרבײַט פֿאַר דערפֿאַרונג אין דער מלוכישער פֿירערשאַפֿט" — האָט געזאָגט דער געוועזענער פּרעמיער-מיניסטער אהוד ברק אין זײַן ערשטן עפֿנטלעכן אויפֿטריט, מיט וועלכן ער האָט געעפֿנט זײַן קאַמפּאַניע צו די "פּרײַמעריס", וואָס דאַרפֿן פֿאָרקומען דעם 28סטן מײַ וועגן דער אָנפֿירונג פֿון "עבֿודה". ווען עס איז מיר לעצטנס געוואָרן פֿאָרגעלייגט אָנצושרײַבן פֿאַרן "דווקא" — דעם נײַעם העברעיִשן זשורנאַל פֿאַר ייִדישלאַנד — אַן אַרטיקל וועגן דער מעדעם־סאַנאַטאָריע, איז פֿאַר מײַנע אויגן גלײַך אויפגעקומען די געשטאַלט פֿון יאָסל מלאָטעק. דאָס לעצטע מאָל האָב איך אים געזען אין דער רעדאַקציע פֿונעם "פֿאָרווערטס" קורץ נאָך מײַן אַרײַנקומען אַהין, בעת מײַנעם אַ באַזוך אין ניו־יאָרק. דאָס איז געווען אין די סוף 90ער יאָרן, נישט לאַנג פֿאַר זײַן אַוועקגיין פֿון דער וועלט. אַ פֿלעגערין האָט אים אַרײַנגעפֿירט אויף אַ רעדערשטול אין דעם צימער, וווּ ער האָט געאַרבעט, און האָט אים צוגעפֿירט און געהאָלפֿן זיך צוזעצן צו זײַן שרײַבטיש. דער רעזולטאַט פֿון דעם באַזוך, וועלכן די סטייט-סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאַ רײַס האָט אָפּגעשטאַט אין ירושלים, איז געווען ענלעך צום רעזולטאַט פֿון דעם שטאַרק רעקלאַמירטן פֿאַרמעסט צווישן די פֿוטבאָל-רעפּרעזענטאַנצן פֿון ישׂראל און ענגלאַנד, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער זעלבער וואָך אויף דעם פֿוטבאָל-סטאַדיאָן אין רמת־גן. דער רעזולטאַט פֿון 0:0 איז געווען אַ דערוואַרטער, כּמעט אַפֿילו אַ פֿאַרלאַנגטער, און דאָך — אַנטוישנדיק. אַזוי אויפֿן פֿוטבאָל-סטאַדיאָן און אַזוי אויך אין דער פּאָליטיק אויפן מיטעלן אָריענט. וועלכער ייִד קען דען נישט דעם פֿאָלקסטימלעכן אַנעקדאָט וועגן דעם רבֿ, וואָס האָט געגעבן גערעכט, לויט דער ריי, יעדן איינעם פֿון די צוויי צעקריגטע צדדים, און ווען זײַן שמשׂ האָט אים אויפמערקזאַם געמאַכט, אַז עס קען דאָך נישט זײַן, אַז ביידע זאָלן זײַן גערעכט — האָט דער רבֿ געענטפֿערט: אויך דו ביסט גערעכט... דער באַריכט פֿון דער "האַלבער שפּיצן-קאָנפֿערענץ", וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם מאָנטיק אין ירושלים און וואָס אין אַנדערע טעג וואָלט ער דערשינען אונטער אַ שרײַענדיקן הויפּט-קאָפּ אויף די פֿראָנט-זײַטן פֿון אַלע צײַטונגען, איז אויף צו מאָרגנס אַראָפּגערוקט געוואָרן אונטן אויף אַ דריטן אָדער פֿערטן אָרט פֿון די צײַטונגס-קעפּ, און בײַ אייניקע אַפֿילו אויף אַן אינערלעכער זײַט. דאָס איז געווען דער סאַמע דראַמאַטישסטער ספּעקטאַקל זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה — און איר צווייטגרעסטע טראַגעדיע זינט דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט דער העכסטער גאווה פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע און האָט זיך אַראָפּגעלאָזט צו דער נידעריקסטער מדרגה פֿון בושה. נאָך מער: די דאָזיקע שאַנד פֿון מבֿזה זײַן די מדינה איז באַגאַנגען געוואָרן דורך איר העכסטער אויטאָריטעט, דורך איר העכסטער מאָראַלישער רעפּרעזענטאַנץ, אין איר אָפֿיציעלער רעזידענץ — אין הויז פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט, אונטער דער פֿאָן פֿון דער מדינה. אַזאַ שפֿלדיקן ספּעקטאַקל האָט נאָך די מדינה נישט געזען. אויך די וועלט האָט נאָך אַזוינס נישט געזען. דער צושטאַנד פֿון נישט-מלחמה — נישט שלום, אין וועלכן מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך און אַנטוויקלט זיך זינט איר אויפֿקום, צווינגט זי צו לעבן צווישן דראָונגען און וואָרענונגען אין די "אָטעם-פּויזעס" צווישן איין מלחמה און דער אַנדערער. עס איז פֿאַר קיינעם קיין חידוש נישט: אַ מדינה פֿון עקסטרעמע קאָנטראַסטן — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק. דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל איז הײַנטיקע וואָך אַרויסגעפֿאָרן קיין ביידזשין אויף זײַן מלוכישן וויזיט — צום ערשטן מאָל אָן זײַן שטענדיקער באַגלייטערין, די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע שולה זקן, די היטערין פֿון אַלע זײַנע מלוכישע, און אויך נישט מלוכישע, סודות. אין דער צײַט, ווען איר "באָס" האָט גענאָסן פֿון דער מלכותדיקער גאַסטפֿרײַנדלעכקייט פֿון דער ווײַטמזרחדיקער איבערמיליאַרדיקער גרויסמאַכט, זיך געטראָפֿן און מלכותדיק געשמועסט מיט אירע מעכטיקע הערשער און איז אַרומגעפֿירט געוואָרן איבער די פּראַכטפֿולע פּאַלאַצן פֿון דער "פֿאַרבאָטענער שטאָט" פֿון די קיסרים און אויף דער אַלטער כינעזישער מויער — אין דער זעלבער צײַט איז זײַן פֿאַרטרוילעכע סעקרעטאַרין געזעסן צווישן די טוכלע ווענט פֿון פּאָליציייִשן אַרעסט אין בת-ים נעבן תּל-אָבֿיבֿ און איז געפֿאָרשט געוואָרן ווי אַ פֿאַרדעכטיקטע אין איינעם פֿון די גרעסטע קאָרופּציע-סקאַנדאַלן אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה. וואָס עס איז אַזוינס אַ זיגזאַג, איז פֿאַר אונדז אַלעמען קלאָר. אַנדערש איז אָבער זײַן "סטאַטוס" אין דער פּאָליטישער און אויך אין דער מיליטערישער סטראַטעגיע פֿון מנהיגים. דאָ איז נישט אַלע מאָל און נישט פֿאַר יעדן איינעם קלאָר די כּוונה: צי דינט דער זיגזאַג דער סטראַטעגיע פֿון "אָפּנאַרן, אָדער צעמישן און צעטומלען דעם פֿײַנט" — אָדער איז דאָס דווקא די "גלײַכע ליניע" פֿון די פּאָליטיקער און מלוכישע מנהיגים. מיר מיינען דאָ די מנהיגים וואָס האַנדלען ספּאָנטאַניש, אימפּראָוויזירט, און זענען אַליין נישט זיכער וווּהין די דאָזיקע ליניע וועט פֿירן און וואָס פֿאַראַ רעזולטאַטן זי וועט מיט זיך ברענגען. וועגן רעדן און זאָגן איז פֿאַראַן, ווי באַוווּסט, זייער אַ רײַכער פֿאָלקלאָר. מ'קען אָנשרײַבן — און מ'האָט שוין געשריבן — אויף דער דאָזיקער טעמע גאַנצע דיסערטאַציעס מיט אָן אַ שיעור ציטאַטן פֿון חז"ל, פֿון כּלערליי אייגענע און פֿרעמדע חכמים, פֿון פֿילאָסאָפֿן און פֿון דער פּשוטער און סאַמע טרעפֿלעכסטער פֿאָלקס-חכמה.. |