פּאָליטיק

דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל איז הײַנטיקע וואָך אַרויסגעפֿאָרן קיין ביידזשין אויף זײַן מלוכישן וויזיט — צום ערשטן מאָל אָן זײַן שטענדיקער באַגלייטערין, די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע שולה זקן, די היטערין פֿון אַלע זײַנע מלוכישע, און אויך נישט מלוכישע, סודות.

אין דער צײַט, ווען איר "באָס" האָט גענאָסן פֿון דער מלכותדיקער גאַסטפֿרײַנדלעכקייט פֿון דער ווײַטמזרחדיקער איבערמיליאַרדיקער גרויסמאַכט, זיך געטראָפֿן און מלכותדיק געשמועסט מיט אירע מעכטיקע הערשער און איז אַרומגעפֿירט געוואָרן איבער די פּראַכטפֿולע פּאַלאַצן פֿון דער "פֿאַרבאָטענער שטאָט" פֿון די קיסרים און אויף דער אַלטער כינעזישער מויער — אין דער זעלבער צײַט איז זײַן פֿאַרטרוילעכע סעקרעטאַרין געזעסן צווישן די טוכלע ווענט פֿון פּאָליציייִשן אַרעסט אין בת-ים נעבן תּל-אָבֿיבֿ און איז געפֿאָרשט געוואָרן ווי אַ פֿאַרדעכטיקטע אין איינעם פֿון די גרעסטע קאָרופּציע-סקאַנדאַלן אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה.

ווען דער יוסטיץ-מיניסטער חיים רמון האָט בעת אַ פֿײַערלעכן קבלת-פּנים אין איינעם פֿון די רעגירונגס-אַמטן זיך אַראָפּגעבויגן צו דער יונגער זעלנערקע און איר אָפּגעשטעמפּלט אַ מיניסטעריאַלן קוש, האָט ער זיך נישט געקענט פֿאָרשטעלן אין וואָס פֿאַר אַ צרה ער האָט זיך פֿאַרפּלאָנטערט און וואָס פֿאַר אַ ביטערע פֿרוכטן עס וועט געבוירן דער זיסער טעם פֿון דעם יונג-מיידלשן קוש. ער האָט זיך אויך נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז די קאָנסעקווענצן פֿון זײַן אומשולדיקן קוש וועלן זײַן פֿאַרבונדן מיט אָט דעם גרויסן קאָרופּציע-סקאַנדאַל אין די הויכע פֿענצטער פֿון דער מדינה-פֿירונג. די קאָנסעקווענצן זענען געווען סײַ פֿון פּאָליטישן און סײַ פֿון קרימינעלן כאַראַקטער. פֿון פּאָליטישן, ווײַל דאָס "פֿאַרהענגען" דעם מיניסטער אין זײַנע פֿונקציעס צוליב דעם מיידלס אָנקלאַגע פֿאַר דער פּאָליציי, באַשולדיקנדיק אים אין "סעקסועלער באַלעסטיקונג", האָט גורם געווען "בייז בלוט" צווישן דעם פּרעמיער אָלמערט און דעם מיניסטער מאיר שיטרית, וועלכער איז נאָמינירט געוואָרן ווי דער צײַטווײַליקער פֿאַרטרעטער פֿון דעם יוסטיץ-מיניסטער — אָבער ווען דער מאַנדאַט איז "אויסגעגאַנגען" נאָך דעם געזעצלעכן טערמין און די פּרשה האָט זיך פֿאַרצויגן — האָט דער פּרעמיער נישט פֿאַרלענגערט דעם מאַנדאַט פֿון מאיר שיטרית, נאָר אים אַריבערגעפֿירט צו דער אויסערן-מיניסטאָרין ציפּי לבֿני.

די זעלנערין, וועלכע איז געקומען אין קאָנטאַקט מיט פֿאַרשיידענע מדינה-לײַט אין די ראַמען פֿון אירע מיליטערישע פֿונקציעס, האָט געבעטן רמונען ער זאָל זיך פֿאָטאָגראַפֿירן מיט איר פֿאַר איר פֿאָטאָ-אַלבאָם מיט "סעלעבריטיס", אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן. אָבער — זעט אויס אונטערן דרוק אָדער השפּעה פֿון פֿאַרשיידענע עצה-געבערס, האָט זי באַשלאָסן אָנצוקלאָגן דעם מיניסטער פֿאַר דער פּאָליציי מיט דער טענה, אַז ער האָט "מיסגעברויכט מיט זײַנע פֿולמאַכטן" און האָט נאָכן פֿאָטאָגראַפֿירן זיך געגעבן איר "אַ פֿראַנצויזישן קוש". דער מיניסטער טענהט אָבער, אַז דאָס איז אפֿשר געווען אַ שטיפֿערישע באַנאַרישונג, אַ מין פֿלירט — אָבער אָן אַ סעקסועלער כּוונה, און אַז דער גאַנצער "שאַנד-אַקט" האָט געדויערט סך-הכּל געציילטע סעקונדן — און וואָס קאָן מען שוין באַווײַזן אויפֿצוטאָן אין אַזאַ קורצער צײַט? דערצו נאָך, טענהט רמון, האָט דאָס מיידל נאָכן קוש זיך פֿרײַנדלעך געזעגנט מיטן מיניסטער און אים אַפֿילו געגעבן איר טעלעפֿאָן-נומער...

עס איז אָבער אַ ספֿק, צי דער גרויסער קאָרופּציע-סקאַנדאַל אין דער אָנפֿירונג פֿון דער שטײַער-אינסטאַנץ וואָלט אויפגעדעקט געוואָרן פֿאַרן ציבּור גראָד אין דעם טאָג ווען דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל איז אַרויסגעפֿאָרן אויף זײַן וויכטיקן וויזיט אין ביידזשין, כּדי צו באַהאַנדלען מיט די מנהיגים פֿון כינע די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער, ווי אויך די געפֿערלעכע אַטאָמישע באַוואָפֿענונג פֿון איראַן — ווען נישט די אַנטפּלעקונגען אין שײַכות מיט דעם פֿאַטאַלן קוש פֿון דעם מיניסטער חיים רמון. עס האַנדלט זיך וועגן די אונטערגעהערטע טעלעפֿאָן-געשפּרעכן פֿון דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע, וועלכע די פּאָליציי און די פּראָקוראַטור האָבן אויסבאַהאַלטן פֿון די אַדוואָקאַטן, די פֿאַרטיידיקער פֿון חיים רמון. דערוויסנדיק זיך וועגן אָט די טעלעפֿאָן-געשפּרעכן, האָבן זיי באַשולדיקט די פּאָליציי אין צוריידן דאָס מיידל זי זאָל זיך פֿאַרקלאָגן קעגן אים, כּדי צו פֿאַרקאָכן אַ קרימינעלן באַשולדיקונגס-אַקט קעגן דעם מיניסטער.

וואָס פֿאַר אַ שייכות האָבן אָבער די טעלעפֿאָן-געשפּרעכן צווישן דער פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע שולה זקן און דער אָנפֿירערין פֿון דער פּאָליציייִשער אויספֿאָרשונג וועגן דעם קוש פֿון דעם מיניסטער רמון?

עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די ריכטער האָבן דערלויבט דער פּאָליציי אונטערצוהערן און צו רעקאָרדירן די טעלעפֿאָן-געשפּרעכן פֿון דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע — ווײַל די זעלבע רעקאָרדירונג-דיסקעטן האָבן אַנטהאַלטן די געשפּרעכן פֿון שולה זקן, די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער קאַנצעלאַריע, מיט די אַלע פּערזאָנען, אײַנשליסלעך איר ברודער און אַנדערע פֿאַרדעכטיקטע אין דער אַפֿערע פֿון משפּיע זײַן, אין זכות פֿון איר הויכן מלוכישן אַמט, אויף די נאָמינאַציעס און אויף די שטייער-הנחות אויף הונדערטער-מיליאָנען פֿאַר כּלערליי נאָענטע מענטשן, פֿאַרבונדן נאָך פֿון פֿריִער מיט דער פּאַרטיי-צענטראַלע פֿון "ליכּוד". די פּרשה ציט זיך שוין אַ לענגערע צײַט און די געהיימע אויספֿאָרשונג, אײַנשליסלעך די אונטערהערונגען — שוין מער ווי אַ יאָר.

דאָס איז נישט די ערשטע קאָרופּציע-אַפֿערע אין לאַנד. סקאַנדאַלן, אַפֿערעס און "פּרשיות" וועגן מיסברויכן באַגלייטן די געשיכטע פֿון דער מדינה פֿון אירע ערשטע טעג. עפֿנטלעכע סקאַנדאַלן פֿון עקאָנאָמישן, פּאָליטישן, קרימינעלן צי פּאַרטיייִשן כאַראַקטער האָבן קיינמאָל נישט געפֿעלט, זינט יענע טעג ווען עס האָט געהערשט דער פּראָטעקציאָניזם פֿון דעם "וויטאַמין פּ" און דעם "רויטן ביכעלע". אָבער אין יענע צײַטן האָט מען זיך דערמיט געשעמט. עס איז אַפֿילו געווען אַ פאַל ווען אַ מיניסטער, וואָס זײַנס אַ הויכער באַאַמטער איז געוואָרן פֿאַרדעכטיקט אין קאָרופּציע, איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. הײַנט איז אויך די בושה פֿאַרשוווּנדן פֿון דעם מלוכישן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.

די באַריכטן פֿון די מדינה-קאָנטראָלערן אַלאַרמירן יעדעס יאָר וועגן דער דאָזיקער דערשײַנונג, אָבער זייערע אַלאַרמען האָבן דעם זעלבן עפֿעקט וואָס די וועטער-פּראָגנאָזן: עטלעכע טעג רעדט מען וועגן זיי, אָבער עס ווערט גאָרנישט געטאָן עפּעס צו ענדערן. פֿאַרקערט: אין פֿאַל פֿון דער קאָרופּציע פֿאַרשפּרייט זי זיך און פֿאַרשטאַרקט זיך מיט יעדן יאָר אַלץ מער און מער.

די קאָרופּציע-אַפֿערע, וואָס באַשעפֿטיקט די טעג דעם ישׂראלדיקן ציבּור — די פּאָליציי, די פּראָקוראַטור, די פּרעסע און די עפֿנטלעכע מיינונג, אַיז אָבער די גרעסטע און די געפֿערלעכסטע אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה מחמת איר ברייטן פֿאַרנעם, וואָס צעשפּרייט זיך ביז צו אַן עפּידעמיע.

פֿאַרוואָס זאָג איך: "די געפֿערלעכסטע"?

דער מדינה-קאָנטראָלער האָט מיט אַ קורצער צײַט צוריק געוואָרנט, אַז די מלוכישע קאָרופּציע איז געפֿערלעכער פֿונעם טעראָר. דער איצטיקער קאָרופּציע-סקאַנדאַל, וואָס איז אויפגעדעקט געוואָרן הײַנטיקע וואָך מיטן אַרעסט פֿון דעם פּרעמיער אָלמערטס רעגירונגס-פֿאַרוואַלטערין און פֿון 14 פֿון די העכסטע באַאַמטע פֿון דער שטייער-אינסטאַנץ, באַווײַזט ווי ווײַט עס איז אַרײַנגעדרונגען אין די טיפֿענישן פֿון דער מלוכישער סיסטעם און האָט דערגרייכט ביז דעם העכסטן שטאַפּל פון דעם מאַכט-אַפּאַראַט, אָנהייבנדיק פֿון געוויינלעכע און העכערע פּאָליציי-אָפֿיצירן — ביז צו דער קאַנצעלאַריע פֿון דעם פּרעמיער-מיניסטער און דעם סאַמאָראָדנעם שפּיץ פֿון דער מלוכישער היעראַרכיע, דעם מדינה-פּרעזידענט.

עס מאַכט דעם אײַנדרוק ווי עס וואָלט נישט געווען כּמעט קיין מלוכישע קערפּערשאַפֿט, קיין מלוכישע אינסטאַנץ, וואָס אירע העכערע באַאַמטע זאָלן נישט זײַן אונטער דער אויספֿאָרשונג ווי פֿאַרדעכטיקטע — וואָס זענען שוין געזעסן, אָדער זיי זיצן, אָדער וועלן זיצן, אויף דער אויספֿאָרש-באַנק פֿון דער פּאָליציי אָדער אויף דער באַשולדיקונגס-באַנק פֿונעם געריכט.

ווי געזאָגט, האָט נאָך קיינמאָל די געזעלשאַפֿטלעכע קאָרופּציע נישט אָנגענומען אַזאַ פֿאַרנעם ווי אין די לעצטע יאָרן און דאָס אין רעזולטאַט פֿון דער שליטה, וועלכע עס האָט געהאַט איבערגענומען דער "מרכז", די צענטראַלע פֿון דעם "ליכּוד", אין וועלכער כּלערליי קאָרומפּירטע עלעמענטן — דערונטער אַפֿילו קרימינעלע אינטערעסן-קרײַזן — האָבן דיקטירט דער אָנפֿירונג פֿון דער הערשנדיקער פּאַרטיי אירע פּאָליטישע גענג און ווער עס זאָל ווערן אויסגעוויילט אין דער כּנסת, כּדי צו דינען זייערע אינטערעסן. די פֿריִערדיקע, די 16טע כּנסת האָט זיך טאַקע "אויסגעצייכנט" מיט די פֿילצאָליקע אַפֿערעס פֿון קאָרופּציע און פּראָטעקציעס, אין וועלכע עס האָבן געהאַט אַן אַקטיוון חלק די צוויי זין פֿון דעם דאָמינאַנטישן און כאַריזמאַטישן פּרעמיער-מיניסטער אריאל שרון, נעמענדיק אויף זיך די עבֿירות פֿון זייער פֿאַרשטומט געוואָרענעם פֿאָטער.

די איצטיקע אַנטפּלעקטע אַפֿערעס זענען אַ רעזולטאַט און אַ המשך פֿון יענער טרויעריקער תּקופֿה. צו זיי זענען אויך צוגעקומען די נייע אויספֿאָרשונגען פֿון אַלטע סקאַנדאַלן, און צווישן זיי — די מיסברויכן אין דער אָנפֿירונג פֿון דער "הסתּדרות הלאומית" — די "נאַציאָנאַלע" פּראָפֿעסיאָנעלע אָרגאַניזאַציע מיט דער קראַנקן-קאַסע פֿון "ליכּוד" אין דער צײַט, ווען עס האָט אָנגעפֿירט מיט איר דער איצטיקער פֿינאַנץ-מיניסטער (איצט אין "קדימה") ה’ הירשזאָן.

און — דאָס איז נאָר אַן אָנהייב, זאָגן די באַטייליקטע אין דער קאָמפּליצירטער אויספֿאָרשונג. דער ווייטיקלעכער המשך וועט ערשט קומען...

די שטייער-אינסטאַנץ איז גיך געקומען צו זיך, מיטן נאָמינירן אַ נײַעם פֿאַרוואַלטער, און אַזוי אַרום איז פֿאַרמיטן געוואָרן אַ צוזאַמענברוך פֿון דעם גאַנצן שטײַער-מעכאַניזם, וואָס פֿון זײַנע אײַנקונפֿטן לעבט די מדינה.

תל-אבֿיבֿ,דעם 9טן יאַנואַר 2007