- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נאָך פֿיר יאָר פֿאַרהעלטנישמעסיקער רו אויפֿן צפֿון און צוויי יאָר רו אויפֿן דרום האָט מדינת־ישׂראל, און צוזאַמען מיט איר, פֿאַרשטייט זיך, דער גאַנצער מיטעלער מיזרח, זיך אויפֿגעוועקט אַ דערשראָקענער פֿון אַ סעריע בומען — און איז ווידעראַמאָל געוואָרן אַוועקגעשטעלט אויף דער שוועל פֿון אַ נײַער מלחמה: אַ ראַקעטע איז אַרויסגעשאָסן געוואָרן פֿונעם עזה־פּאַס אויף אשקלון און צוויי אַנדערע אויפֿן מערבֿדיקן נגבֿ, דערנאָך זענען פֿינף גראַד־ראַקעטעס געשאָסן געוואָרן פֿונעם עגיפּטישן שטח אין סיני אויף דער ישׂראלדיקער שטאָט אילת, אָן שאָדנס, און אויף איר יאָרדאַנישער שכנה אַקאַבאַ, מיט מענטשלעכע קרבנות און מאַטעריעלע שאָדנס. דאָס אומגליק מיט די העליקאָפּטערס פֿון ישׂראלדיקן לופֿט־פֿלאָט און דער טויט פֿון די זעקס פֿליִערס בעת די בשותּפֿותדיקע מאַנעוורעס אין רומעניע, האָט פֿאַרשטופּט אין דעם קאַסטן פֿון אונדזער קאָלעקטיווער פֿאַרגעסנקייט דעם ערשטן קריזיס אין דער רעגירונג פֿון נתניהו; די ערשטע שׂרפֿה, וואָס איז במילא געווען באַשטימט אויף גיך פֿאַרלאָשן צו ווערן. "איך האָב נישט בדעה צו פֿאַרלאָזן די רעגירונג", האָט דער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, דערקלערט אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַרויסלאָזנדיק פֿונעם באַלאָן זײַן צאָרן קעגן נתניהוס פֿאַרראַט פֿון זייער ליבע־ראָמאַן. אָבער פֿון דעם גן־עדן וועט ער זיך נישט לאָזן אַרויסטרײַבן.
דאָס ייִדישע לשון פֿירט אַ לעבהאַפֿטן "פֿלירט", טיילמאָל ביז אַ לעבעדיקן "ראָמאַן", מיט אַלע לשונות, מיט וועלכע עס קומט אין אַ שכנותדיקן באַריר. די אינפֿילטראַציע פֿון איין שפּראַך אין דער אַנדערער, אין אַזאַ אָדער אַנדערער מאָס פֿון קעגנזײַטיקייט, שפּרייט טיילמאָל זיך אויס איבער ווײַטע שפּראַכלעכע טעריטאָריעס. די סיבות זײַנען לרובֿ זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע. געוויינטלעך דרינגען אַרײַן ווערטער פֿון איין שפּראַך אין דער אַנדערער ווען זיי קענען דינען ווי אַ בעסערער עקוויוואַלענט פֿאַר אַ געוויסן באַגריף, פֿאַר אַ מער בילדערישן אָדער שילדערישן, מען דאַרף האָבן אַן אײַזערנעם געדולד און אַ סך פֿרײַע צײַט, און מע דאַרף איבערבלעטערן די צײַטונגס־קאָמפּלעטן און די צענדליקער-טויזנטער צײַטונגס־קעפּ פֿון די 62 מאָל 365 ( = 22,630) טעג זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, כּדי צו קענען ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע, מיט וועלכער מיר האָבן באַטיטלט דעם איצטיקן מאמר. איינער אַזאַ געדולדיקער פֿאָרשער האָט אויסגערעכנט, אַז זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, זײַנען דורך די 32 רעגירונגען אַדורכגעלאָזט געוואָרן 32 געלעגנהייטן, אָדער "פֿענצטערס פֿון געלעגנהייטן", וואָס האָבן זיך געהאַט שמעלער אָדער ברייטער צעעפֿנט אַרײַנצולאָזן דעם מלאך פֿון שלום — און האָבן זיך יעדעס מאָל צוריק צוגעמאַכט ביז צו דער קומענדיקער געלעגנהייט. איך האָב אַמאָל, שוין אַוודאי מיט אַ דרײַסיק אָדער פֿערציק יאָר צוריק, אַרײַנגעשטעלט אין מײַנעם אַן אַרטיקל פֿאַר אַ ייִדישן זשורנאַל, אין אַ רעמל, דעם סלאָגאַן פֿון דעם פֿרוכטן־מאַרק: "קויף דעם שלום הײַנט, ווײַל מאָרגן וועט ער ווערן טײַער". אין קעגנזאַץ צו די פֿרוכטן אָדער אַנדערע סחורות אויפֿן מאַרק, איז דער שלום פֿון תּמיד אָן געווען אַ טײַערע סחורה, וואָס האָט אויך נישט געליטן, און לײַדט נישט, פֿון קיין אינפֿלאַציע — חוץ דעם אַבסטראַקטן באַגריסונגס־ און געזעגענונגס־ווערטל "שלום", וואָס איז דווקא ביליק און "געניסט" גראָד יאָ פֿון דער אינפֿלאַציע. דער חזון, די וויזיע פֿון דעם נײַעם מיטעלן מיזרח האָט זיך ווידער באַוויזן אויפֿן האָריזאָנט. ניין, דאָס איז נישט יענער ליכטיקער מיטעלער מיזרח, וועלכן דער מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט געהאַט צוגעזאָגט מיט יאָרן צוריק, נאָכן חתמנען דעם הסכּם פֿון אָסלאָ און פֿאַר דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. דאָס איז דער נײַער מיטעלער מיזרח, וועלכער איז געוואָרן אָנגעזאָגט דורך דעם רעגירונגס־שעף פֿון טערקײַ, דעם מאַן, וואָס האָט זיך פֿאַרמאָסטן צוריקצוקערן דעם נאָענטן אָריענט אין שויס פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע. עקסטאַז איז אַ צושטאַנד, אין וועלכן דער מענטשלעכער מוח פֿאַרלירט דעם קאָנטראָל איבער זײַנע חושים. נאָך מער: דאָס איז אַ צושטאַנד, אין וועלכן די חושים, די שטאַרקע עמאָציעס, באַהערשן דעם מוח און דיקטירן אים זײַנע מעשׂים און האַנדלונגען, פֿאַר וועלכע דער יחיד נעמט אַראָפּ פֿון זיך די אַחריות. אין קעגנזאַץ צו דעם "געוויינטלעכן" שיכּרות, פֿון וועלכן דער מענטש קאָן זיך באַפֿרײַען נאָכן איבערשלאָפֿן זיך איבער דער נאַכט. אָבער דאָס אויך אונטער דעם תּנאַי, אַז ער גיט זיך נישט אונטער דעם יוצר און פֿאַרשקלאַפֿט זיך נישט פֿון דאָס נײַ צו דעם שיכּרות. ווען די פֿאַראייניקטע פֿעלקער־אַרגאַניזאַציע האָט דעם 2טן נאָוועמבער 1947 געגעבן איר צושטימונג פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה, איז דאָס געוואָרן אַ נס פֿאַר די לעבן־געבליבענע רעשטלעך פֿון דעם חורבן צוזאַמען מיט די שישים ריבוא — די 600,000 ייִדן, וואָס האָבן דעמאָלט באַוווינט דאָס הייליקע לאַנד. דאָס איז געשען גענוי פֿופֿציק יאָר נאָך הערצלס נבֿואה וועגן דער מדינה, וואָס האָט אין זײַן צײַט נאָך אויסגעזען נישט מער ווי אַ חלום. "אונדזער פֿאָלק אין ישׂראל איז געבענטשט — אָדער געשטראָפֿט, טײַטשט עס אויס ווי איר ווילט — מיט אַ קורצן זכּרון. דאָס איז שלעכט פֿאַר די לעקציעס פֿון דער געשיכטע און פֿאַר די האַנדלונגען אין דער צוקונפֿט, אָבער ס’איז גוט פֿאַר די נערוון. שולדיק אין דעם איז די אומגעוויינטלעכע קאָלעקטיווע שפּאַנונג, אין וועלכער מיר לעבן און צו וועלכער מיר האָבן זיך שוין היפּשלעך צוגעוווינט; ווי מיר וואָלטן שוין נישט געקענט אויסקומען אָן איר. די היסטאָריע ווערט קיינמאָל נישט געשריבן פֿון פֿאָרויס און עס זײַנען נישטאָ הײַנט די נבֿיאים וואָס זאָלן קענען פֿאָרויסזאָגן, וועלכן אָרט ס׳וועלן פֿאַרנעמען די הײַנטיקע פּאַסירונגען אין אונדזער וועלטל אין די געשיכטע־ביכער פֿון מאָרגן. עס זײַנען שוין געווען מער דראַמאַטישע, מער שטורמישע און מער "היסטאָרישע" געשעענישן אין דער תּקופֿה פֿון אונדזער דור און אין אונדזער געשיכטע. ווער עס איז הײַנט מקנא ביבי נתניהון, דעם בין איך נישט מקנא. נישט ווײַל איך האָב אויף אים רחמנות, נאָר ווײַל ער האָט זיך גאָר שטאַרק פֿאַרפּלאָנטערט אין זײַנע אייגענע סתּירות און קאָמבינאַציעס, און קיינער ווייסט נישט, ווי אַזוי ער וועט זיך אַרויספּלאָנטערן פֿון דעם שווערן עסק. ווי זינגט זיך אין דעם ייִדישן לידל פֿון די וואַרשעווער גאַסן־זינגערס: "איך האָב זיך אַרײַנגעדרייט, ווי דרייט מען זיך אַרויס?", און אין אַ צווייט לידל: "עס האָט דיך קיינער נישט גענייט, האָסט זיך אַליין דעם קאָפּ פֿאַרדרייט..." |