איך האָב אַמאָל, שוין אַוודאי מיט אַ דרײַסיק אָדער פֿערציק יאָר צוריק, אַרײַנגעשטעלט אין מײַנעם אַן אַרטיקל פֿאַר אַ ייִדישן זשורנאַל, אין אַ רעמל, דעם סלאָגאַן פֿון דעם פֿרוכטן־מאַרק: "קויף דעם שלום הײַנט, ווײַל מאָרגן וועט ער ווערן טײַער".
אין קעגנזאַץ צו די פֿרוכטן אָדער אַנדערע סחורות אויפֿן מאַרק, איז דער שלום פֿון תּמיד אָן געווען אַ טײַערע סחורה, וואָס האָט אויך נישט געליטן, און לײַדט נישט, פֿון קיין אינפֿלאַציע — חוץ דעם אַבסטראַקטן באַגריסונגס־ און געזעגענונגס־ווערטל "שלום", וואָס איז דווקא ביליק און "געניסט" גראָד יאָ פֿון דער אינפֿלאַציע.
אָבער אויב עס רעדט זיך וועגן דעם באַגריף "שלום" ווי דעם קעגנזאַץ צו מלחמה, און אויב מיר ווילן דאָ אָנווענדן דאָס באַקאַנטע בליצווערטל "בעסער שפּעטער איידער קיינמאָל נישט" — איז עס חל נאָר אינעם זין פֿון דעם שפּיצווערטל, אַז אַזוי האָט געזאָגט אַ ייִד ווען ער האָט פֿאַרשפּעטיקט צו דער באַן...
זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, און אפֿשר זינט עס האָט זיך פֿאַרענדיקט אָן אַ דערגרייכטן שלום־אָפּמאַך די אומאָפּהענגיקייטס־מלחמה אין 1949, הערשט אין די הערשנדיקע קרײַזן, באַזונדערס אין דעם "נאַציאָנאַלן" לאַגער, די אַזוי־גערופֿענע "קאָנצעפּציע", לויט וועלכער די צײַט אַרבעט פֿאַר אונדז. ס’קען זײַן, אַז דאָס איז אונטער דער השפּעה פֿון דער הבֿטחה, וואָס האָט אונדז באַווויגן צו וואַרטן אַזוי לאַנג און אַזוי געדולדיק אויף משיחן. סוף־כל־סוף, איז ער דאָך שוין געשטאַנען פֿאַר דער שוועל פֿון דער מדינה אין יוני 1967 — און עס וואָלט אפֿשר געדאַרפֿט, אַזוי ווי נאָך יעדן "מחדל", אַזוי ווי נאָך יעדן דורכפֿאַל, אויפֿגעשטעלט ווערן אַ מלוכישע אויספֿאָרש־קאָמיסיע וואָס זאָל פֿעסטשטעלן ווער עס האָט אים נישט אַרײַנגעלאָזט קיין ארץ־ישׂראל.
פֿון דעמאָלט אָן האַלטן מיר אין איין וואַרטן — סײַ אויף משיחן, און סײַ אויפֿן שלום, וואָס ווערט טײַערער מיט יעדן טאָג, מיט יעדן יאָר און מיט יעדן יאָרצענדליק פֿון אומזיסטער דערוואַרטונג. דאָס איז דער פּרײַז פֿון בלוטיקן טעראָר און פֿון די אינטיפֿאַדעס, פֿון "קליינע מלחמהלעך" און שאַנטאַזש־פֿאַרכאַפּונגען, פֿון קאַטיושעס און סקאַדן און כּלערליי ראַקעטעס, פֿון פּראָוואָקאַציעס און פֿון וואַקסנדיקער פֿעלקער־שׂינאה, פֿון פֿאַרשטאַרקטן אַנטיסעמיטיזם, ביז צו די אָנשיקענישן, וואָס רופֿן זיך נאַסראַלאַ, "כאַמאַס" און אַכמעדינעדזשאַד מיט זײַנע דראָוּנגען און מיט דער שטײַגנדיקער אַטאָמישער געפֿאַר.
און מיר וואַרטן.
נאָך דעם גרויסן נצחון פֿון די זעקס טעג האָט דער פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול דערקלערט, אַז די דעראָבערונגען פֿון דער זיגרײַכער מלחמה וועלן דינען ווי אַ "משכּון", אַ קאָרט צו די קומענדיקע פֿאַרהאַנדלונגען וועגן אַ שלום. מען האָט זיך אָבער פֿאַרלאָזט אויף נאַסערן און געוואַרט אויף זײַן טעלעפֿאָן. דער טעלעפֿאָן האָט זיך פאַרזאַמט און איז געקומען שטאַרק צו שפּעט, ווען די אַראַבישע ליגע האָט אין נאָמען פֿון אַלע אַראַבישע לענדער, 45 יאָר נאָך די "דרײַ לאו’ן" פֿון כאַרטום (נישט פֿאַרהאַנדלען, נישט שלום מאַכן מיט ישׂראל און נישט אָנערקענען זי בכלל) באַשלאָסן אין יאָר 2002 יאָ צו פאַרהאַנדלען, כּדי שלום צו מאַכן מיט ישׂראל, אָבער די רעגירונג פֿון ישׂראל האָט איגנאָרירט — און איגנאָרירט ביז הײַנט — די דאָזיקע זעלטענע געלעגנהייט, כאָטש צו פּרובירן לייזן דעם בלוטיקן קאָנפֿליקט אויפֿן פֿרידלעכן וועג. אין צווישן, אַזוי וואַרטנדיק אויף נאַסערס טעלעפֿאָן, האָט דער יענצײַטיקער גיבור, דער גענעראַל משה דיין ווי דער פֿאָטער פֿון דער "קאָנצעפּציע" אונדז פֿאַרזיכערט, אַז מיר קענען אַזוי רויִק זיצן בײַם סועץ־קאַנאַל און וואַרטן אין פֿולער זיכערהייט אַפֿילו צוואַנציק יאָר.
האָט עס אָבער געדויערט בלויז 6 יאָר און די יום־כּיפּור־מלחמה האָט אײַנגעשפּאָרט און פֿאַרקירצט דאָס וואַרטעניש: פֿאַרן פּרײַז פֿון איבער צוויי טויזנט הרוגים און פֿינף טויזנט פֿאַרוווּנדיקטע איז פֿינף־זעקס יאָר שפּעטער געקומען דער ערשטער שלום — מיט אונדזער גרעסטער שכנה, מיט עגיפּטן. אַ שלום, וועלכער איז פֿאָרמעל און געזעצלעך סטאַביליזירט. און אַזוי אויך מיט יאָרדאַניע, און האָט פֿאַרשפּאָרט אַ סך אומזיסטע קרבנות — אָבער דאָך איז ער שטאַרק באַדראָט אַזוי לאַנג ווי מיר זיצן און וואַרטן אויפֿן שלום מיט אונדזערע שכנים אויפֿן צפֿון און מיט די סאַמע נאָענטסטע שכנים, די שותּפֿים אונדזערע צום שטח צווישן דעם ירדן און דעם מיטללענדישן ים.
און מיר וואַרטן, ווײַל די הערשנדיקע רעגירונג האַלט זיך בײַ דער קאָנצעפּציע, אַז די צײַט אַרבעט פֿאַר אונדז... לויטן כּלל, אַז מיט דער צײַט וועט אפֿשר דער פּריץ שטאַרבן, אָדער דער הונט וועט פּגרן... איך וועל דאָ נישט איבערחזרן און כ’וועל נישט אויסרעכענען אַלע אונדזערע וואַרטונגען און דערוואַרטונגען, וואָס פֿון איינער צו דער אַנדערער איז דער בלוט־פּרײַז פֿון דעם געזוכטן שלום געשטיגן אַלץ העכער און העכער. אַזוי ווי עס האָט הײַנטיקע וואָך געדראָט פֿון דמשׂק דער דרויסנדיקער אָנפֿירער פֿון "כאַמאַס", כאַלעד מאַש’אַל, צו דעם פֿערטן יאָרטאָג פֿון דער שאַנטאַזש־געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון דעם געקידנעפּטן סאָלדאַט גלעד שליט, אַז וואָס לענגער ישׂראל וועט זיך פֿאַרזאַמען מיטן באַצאָלן דעם פֿאַרלאַנגטן פּרייז פֿון דעם טעראָריסטישן שאַנטאַזש, אַלץ העכער וועט ווערן דער פּרײַז פֿון זייער טעראָר.
פֿון די ביז איצטיקע 32 רעגירונגען און רעגירונגס־שעפֿן איז נישט געווען קיין איינער וואָס זאָל נישט האָבן פֿאַרזיכערט, אַז עס וועט אַלץ געטאָן ווערן צו דערגרייכן אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער. עס איז נישט געווען כּמעט קיין איינער (חוץ יצחק שמיר און בנימין נתניהו), וואָס זאָל נישט האָבן געהאַט פֿאַרזיכערט, אַז ער איז גרייט צו באַצאָלן "אַ ווייטיקלעכן פּרײַז" פֿאַר אַ פּשרה אויפֿן וועג צו אַ שלום. ווען מ’האָט אָבער געפֿרעגט אַריאל שרונען (איידער ער האָט זיך "אויפֿגעוועקט פֿון דעם חלום וועגן אַ גרויס ארץ־ישׂראל" און איז דערנאָך אײַנגעשלאָפן) וואָס ער מיינט מיט זײַן "ווייטיקלעכן פּרײַז"? — האָט ער געענטפֿערט, אַז "אַ ווייטיקלעכער פּרײַז פֿון אַ פּשרה" וועט פֿאַר אים זײַן, למשל, דאָס "אַוועקגעבן שכם צו די פּאַלעסטינער".
די לעצטע מלחמה קעגן עזה (א. נ. "געשמעלצטער בלײַ") האָט נישט צוריקגעברענגט, גלעד שליטן, האָט נישט מנצח געווען דעם "כאַמאַס" און האָט נאָר געזייט צעשטערונג אין עזה, האָט אַראָפּגעשליידערט אונדזער פּאָזיציע אויף דער וועלט, און ס’האָט אונדז נישט געהאָלפֿן אונדזער פּאַטעטישער געוואַלד־געשרײַ קעגן דעם גאָלדסטאָון־באַריכט. דער אומגליקלעכער "נצחון" איבער דער פֿײַנטלעכער פֿלאָטיליע האָט אויפֿגעשטעלט די גאַנצע וועלט קעגן אונדז — און אין רעזולטאַט האָבן מיר מיט בושה אויפֿגעגעבן די בלאָקאַדע און געעפֿנט די דורכגענג קיין עזה.
וועגן דער שוואַכקייט פֿון כּוח האָט ישׂראל שוין אַ רײַכע דערפאַרונג. אויך וועגן דעם אומזין פֿון וואַרטן. אָבער געלערנט פֿון אָט דער דערפֿאַרונג האָבן מיר נישט. דער "ליכּוד" בראָש מיט זײַן איצטיקן מנהיג בנימין נתניהו איז געקומען צו דער מאַכט אויף אַ היסטאָרישן קרײַצוועג פֿון די זעלטנסטע געלעגנהייטן און אומגעהייערע געפאַרן אין דער געשיכטע פֿון דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט: פֿון איין זײַט איז דאָס די סאַמע פֿרידלעכסטע תּקופֿה אין די פֿאַרהעלטענישן מיט דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ אויפֿן מערבֿדיקן ברעג, ביז צו אַ מיליטערישער זיכערהייט־קאָאָפּערירונג, ווי אַן עטאַפּ פֿון דעם "אָסלאָ־אָפּמאַך", וואָס איז אַזוי שטאַרק פאַרהאַסט בײַם גאַנצן "נאַציאָנאַלן" לאַגער; פֿון דער אַנדערער זײַט, דער מלחמה־צושטאַנד, מיט איבעררײַסן, מיטן עזה־פּאַס, וואָס איז באַהערשט פֿון דעם טעראָריסטישן "כאַמאַס" און ווערט געשטיצט פֿון איראַן און פֿון כעסבאָלאַ; און אין דער מיט צווישן זיי — די אַמעריקאַנער רעגירונג פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ מיט זײַן נײַער פּאָליטיק פֿאַר דעם מיטעלן מיזרח, קעגנאיבער דער פֿײַנטלעכער ווענדונג אין דער פּאָליטיק פֿון טערקֿײַ.
בײַ אָט די אומשטענדן האָט דער פּרעמיער נתניהו, כּדי אויפצוהאַלטן זײַן רעגירונג, זיך אַרומגערינגלט מיט אַ קאָאַליציע־מערהייט, וואָס דינט אים ווי אַ פֿאַרזיכערונגס־גאַרטל סײַ פֿאַרן אויפֿהאַלט און סײַ קעגן דעם דרוק פֿון דרויסן. דער פּרײַז פֿון אָט דער פֿאַרזיכערונג איז — די פּאָליטישע פֿאַרגליווערונג, דורך אָפּהאַלטן זיך פֿון אַן אייגענער איניציאַטיוו, וואָס וואָלט געקאָנט אַרויסשלעפּן דעם שלום־צוג פֿון דעם זאַמד־באַנק, אויף וועלכן ער איז געבליבן שטעקן.
אונטער דעם שטאַרקן דרוק פֿון דעם אַמעריקאַנער פּאַטראָן האָט דער "אומבויגזאַמער" נתניהו דרײַ מאָל זיך "אײַנגעפּעקלט" און זיך אונטערגעגעבן דעם (אגבֿ, פּאָזיטיוון) דיקטאַט פֿון אָבאַמאַ: מיטן דעקלאַרירן זײַן צושטימונג פֿאַר אַ פּאַלעסטינער מדינה ("צוויי מדינות פֿאַר ביידע פֿעלקער"), נישט טוענדיק אָבער קיין זאַך דאָס צו רעאַליזירן מיט מעשׂים, מיט טאַטן; אײַנגייענדיק אויף דער פֿאַרפֿרירונג פֿון דער קאָלאָניזאַציע אויף די "שטחים" אין משך פֿון צען חדשים — טאָלערירנדיק אָבער דעם המשך פֿון דער בויונג און די פּראָוואָקאַציעס פֿון דעם ירושלימער שטאָט־מעיאָר אין די אַנעקסירטע אַראַבישע דערפֿער — אין סילואַן, שייך דזשעראַך א"אַנד — אַרום ירושלים. דערבײַ האָט נתניהו זיך פֿײַערלעך פֿאַרפֿליכטעט פֿאַר זײַן פּאַרטיי און פֿאַר די "מתנחלים" צו באַנײַען דעם הײַזער־בוי "מיטן פֿולן שוווּנג" נאָך די צען חדשים, און דער מיניסטער בני בעגין האָט אָנגעזאָגט, אַז אין די צען הייסע חדשים פֿון דער קאַלטער "פֿאַרפֿרירונג", ביז דעם 26סטן סעפּטעמבער, וועלן צוקומען נאָך צען טויזנט ייִדישע תּושבֿים אויף די שטחים, וואָס זייער צוקונפֿט דאַרף ערשט באַשטימט ווערן אין די שלום־געשפּרעכן.
אָנשטאָט אַ פֿאַרפֿרירונג פֿון דעם הײַזער־בוי האָבן מיר פֿאַר זיך אַ פֿאַרפֿרירונג פֿון דער פּאָליטיק. בערך אין דער זעלבער צײַט, גלײַך נאָך די צען חדשים פֿון דער פֿאַרפֿרירונג, דאַרפֿן זיך פֿאַרענדיקן די פֿיר חדשים, וואָס אָבאַמאַ האָט באַשטימט פֿאַר די באַנײַטע "דערנענטערונגס־געשפּרעכן", וואָס אויך זיי האָט דער פּרעזידענט אָבאַמאַ צום סוף אַרויפֿגעצוווּנגען אויף די צדדים, כּדי גלײַך נאָך זיי צוצוטרעטן צו די געפּלאַנטע דורך אים דירעקטע אונטערהאַנדלונגען. עס איז דאָך קלאָר, אַז אַמעריקע, דער אייראָפּעיִשער "קוואַרטעט" און די "יו־ען" וועלן נישט דערלאָזן ישׂראל זאָל ממשיך זיין דעם בוי אין די קאָלאָניעס כּל־זמן עס וועלן דויערן די אונטערהאַנדלונגען אַרום די צענטראַלע שטרײַט־פּראָבלעמען פֿון דעם פײַנטלעכן קאָנפֿליקט.
אונטער וועמענס דרוק וועט נתניהו זיך מוזן אונטערגעבן: אונטער דעם דרוק פֿון דרויסן, צי פֿון אינעווייניק? פֿאַר וועמען וועט ער זיך גיכער "אײַנפּעקלען"? (אויף עבֿרית: "להתקפּל") — אָדער צי וואַרט ער איצט אויף דער יערלעכער סעסיע פֿון דער פֿולפֿאַרזאַמלונג פֿון דער "יו־ען", וואָס קען אים דינען ווי נאָך אַ תּירוץ נישט צו באַשליסן; אָדער וואַרט ער גאָר אויף די האַלב־וואַלן צום אַמעריקאַנער קאָנגרעס, אין וועלכע אָבאַמאַ איז עלול, ווי עס האָפֿט אַוודאי נתניהו, צו ווערן אָפּגעשוואַכט?
דערווײַל ווייסט נישט קיינער — אויך נישט אָבאַמאַ — וואָס נתניהו וויל אייגנטלעך. ביז איצט האָט ער קיין אייגענע פּאָליטישע איניציאַטיוו נישט אַרויסגעוויזן, און קיינער ווייסט נישט מיט וואָס פֿאַראַ פּראָיעקטן ער וועט קומען צום אַמעריקאַנער פּרעזידענט נאָך אָנדערטהאַלבן יאָר פֿון פּאָליטישער בטלנות, וואָס איר איינציקער ציל איז אָפּצושלעפּן די אַנטשיידונג כּדי אויפֿצוהאַלטן די מאַכט פֿון דעם "ליכּוד" און פֿון דעם רעכטן לאַגער אין לאַנד.
איצט וואַרטן מיר אויף דעם וואָס עס וועט אַרויסקומען פֿון דער באַגעגעניש, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם קומענדיקן דינסטיק, דעם 6סטן יולי אין וואַשינגטאָן, און מיט וואָס וועט פֿון דאָרט דער פּרעמיער נתניהו צוריקקומען אין לאַנד.
צי וועט ער אויך נאָך דעם ווידער באַשליסן צו וואַרטן — צו וואַרטן ביז וואַנען דער פּריץ וועט שטאַרבן, אָדער דער הונט וועט פּגרן?
תּל-אָבֿיבֿ, יוני 29, 2010