פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווער עס איז הײַנט מקנא ביבי נתניהון, דעם בין איך נישט מקנא. נישט ווײַל איך האָב אויף אים רחמנות, נאָר ווײַל ער האָט זיך גאָר שטאַרק פֿאַרפּלאָנטערט אין זײַנע אייגענע סתּירות און קאָמבינאַציעס, און קיינער ווייסט נישט, ווי אַזוי ער וועט זיך אַרויספּלאָנטערן פֿון דעם שווערן עסק. ווי זינגט זיך אין דעם ייִדישן לידל פֿון די וואַרשעווער גאַסן־זינגערס: "איך האָב זיך אַרײַנגעדרייט, ווי דרייט מען זיך אַרויס?", און אין אַ צווייט לידל: "עס האָט דיך קיינער נישט גענייט, האָסט זיך אַליין דעם קאָפּ פֿאַרדרייט..."

ווײַל דאָס איז ער דאָך געקומען מיט איבער צוואַנציק יאָר צוריק פֿון וואַשינגטאָן, כּדי איבערצונעמען פֿון דעם האַרטנעקיקן יצחק שמיר די אָנפֿירונג פֿון "ליכּוד" און פֿון דעם "נאַציאָנאַלן לאַגער", אײַנפֿירנדיק די סיסטעם פֿון די "פּרײַמעריס" און אַרויסשטעלנדיק אויפֿן אויבנאָן פֿון זײַן אידעיִשן סדר־היום דאָס ליקווידירן דעם טעראָר און באַשיצן ירושלים, די אייביקע און פֿאַראייניקטע הויפּטשטאָט פֿון מדינת־ישׂראל.

דאָס איז געווען אין די אָנהייב 1990ער יאָרן, נאָכן עפֿענען, אין 1991, די שלום־קאָנפֿערענץ אין מאַדריד (וועלכע האָט זיך טיילווײַז פֿאַרענדיקט מיט די נאָר טיילווײַז רעאַליזירטע "אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ"), און נאָך דעם ווי דער דעמאָלטיקער אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער דזשעימס בעיקער האָט, בעת זײַן באַזוך אין ירושלים זיך צעקריגט מיט דעם היפּער־געדולדיקן יצחק שמיר — אויף וועמען מען פֿלעגט דעמאָלט זאָגן, אַז ער לויפֿט אין בונקער אַרײַן יעדעס מאָל ווען ער דערהערט דעם וואָרענונג-סיגנאַל "שלום"; און פֿלעגט פֿרעגן די שלום־זוכערס: "וואָס ברענט, וואָס אײַלט איר זיך?"

נתניהו האָט שמירן באַזײַטיקט פֿון דער אָנפֿירונג פֿון "ליכּוד" אונטער דער טענה, אַז ער איז "צו ווייך" צו די פּאַלעסטינער און ער ווייסט נישט ווי אַזוי צו באַקעמפֿן דעם טעראָר. דערנאָך, ווען ער איז, נאָכן מאָרד פֿון יצחק ראַבין און אין "זכות" פֿון דעם שווערן טעראָר פֿון כאַמאַס געקומען צו דער מאַכט, האָט ער אין זײַן וואַל־פֿאַרמעסט מיט שמעון פּערעסן געוואָרפֿן דעם סלאָגאַן, אַז "פּערעס וויל צעטיילן ירושלים". אָבער דער "נאַציאָנאַלער לאַגער", מיט וועלכן ער האָט אָנגעפֿירט, בראָש מיטן "גוש אמונים" און דער באַוועגונג פֿאַר דער "ארץ־ישׂראל השלימה", האָט נאָך אַ האַלבער קאַדענץ אַראָפּגעוואָרפֿן די רעגירונג פֿון נתניהו, עפֿענענדיק דעם וועג פֿאַר דער מאַכט־גײַציקייט פֿון אהוד ברק און פֿאַר זײַן נאָכפֿאָלגער אריאל שרון, דעם בולדאָזער פֿון דער קאָלאָניזאַציע, וואָס דער גורל האָט אים נישט געלאָזט פֿאַרווירקלעכן זײַן "אויפֿוועקן זיך פֿונעם חלום" און אים צוריקגעקערט אין דער וועלט פֿון בלויזע חלומות. און אָלדאָס ווײַטערדיקע איז — געשיכטע, וואָס האָט צוריקגעדרייט די "ראָד פֿון דער געשיכטע" און צוריקגעקערט נתניהון צו דער מאַכט.

צי האָט אים די דערפֿאַרונג איבערגעקערט און צוריקגעקערט צו דער ווירקלעכקייט, אַזוי ווי זײַן פֿאָרגייער און ריוואַל שרון?

נאָך דעם ערשטן יאָר פֿון זײַן באַנײַטער הערשאַפֿט, וואָס פֿאַלט אויס דעם 1טן אַפּריל, זענען פֿאַראַן סימנים, אַז ער האָט אין אַ געוויסער מאָס געביטן זײַן טאַקטיק, אָבער נישט זײַן כאַראַקטער, וואָס לאָזט זיך געוויינטלעך נישט בײַטן. ער האָט מצליח איבערגעקומען דאָס ערשטע יאָר מיט פֿולער "אַקטיווער בטלנות", גייענדיק אין די שפּורן פֿון זײַן פֿריִערדיקן פֿאָרגייער יצחק שמיר און האָט זיך פֿאַרבונקערט אין זײַן אָנשטרענג צו האַמעווען דעם שלום־צוג, נישט געקוקט אויף זײַן ליפּן־שטײַער וועגן "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער". אָבער, אויב דער טעראָר האָט איצט גענומען אַן אָטעם־פּויזע, און גראָד נישט אין זײַן זכות, האָט זיך אָבער יאָ אין זײַן זכות אַרויסגערוקט אויפֿן אויבנאָן דער גורל פֿון ירושלים.

גראָד ער, וואָס האָט פֿאַרלאַנגט, אַז אויב דער ענין ירושלים וועט, בכלל באַהאַנדלט ווערן אין די ראַמען פֿון די שלום־געשפּרעכן, זאָל דאָס זײַן בײַם סאַמען סוף פֿון דעם פּאָליטישן פּראָצעס. האָט ער, פֿאַרקערט, מיט זײַנע פּאַטעטישע צוזאָגן און פֿלאַמיקע דעקלאַראַציעס "אַרויסגערופֿן דעם וואָלף פֿונעם וואַלד", אַרויפֿגעהויבן דעם ענין אויפֿן אויבנאָן פֿון דעם וויכּוח, און אַריבערגעפֿירט די מלחמה — קיין וואַשינגטאָן.

אָנגעהויבן האָט זיך אָבער די ווערבאַלע נערוון־מלחמה נאָך אין ירושלים גופֿא, וווּהין עס איז געעפֿנט געוואָרן אַ "לופֿט־בריק" מיטן געסט־שטראָם פֿון אַמעריקאַנער מנהיגים וואָס זענען געקומען איינער נאָכן אַנדערן אָפּצורעדן נתניהון פֿון אַ מעגלעכער ישׂראלדיקער מיליטערישער אַוואַנטורע קעגן איראַן. צוערשט, איז געקומען דער שפּײַ אין פּנים פֿון אַמעריקע מצד דעם מנהיג פֿון ש"ס, דעם אינערן־מיניסטער אלי ישי מיט זײַן דערקלערונג וועגן דעם באַשלוס צו בויען 1,600 וווינונגס־איינהייטן אין "רמת־שלמה" פֿון יענער זײַט גרינער ליניע, וואָס איז אַנעקסירט געוואָרן צו ירושלים. די עפֿנטלעכע דערקלערונג איז געקומען בעת דעם וויזיט פֿון דעם אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען קורץ נאָך זײַן פֿרײַנדלעכער רעדע און קורץ פֿאַר דעם אָוונט־מאָלצײַט בײַם פּרעמיער נתניהו.

ביבי און שׂרה נתניהו האָבן געוואַרט אָנדערטהאַלבן שעה אויף דעם חשובֿן גאַסט — אַ זאַך, וואָס איז נישט אָנגענומען לויטן פּראָטאָקאָל. אין אָט דער צײַט איז בײַדען געווען באַשעפֿטיקט מיט זײַן טעלעפֿאָן-בֿאַריכט פֿאַר דער קאַנצעלאַריע פֿון דעם פּרעזידענט אין וואַשינגטאָן. בעת דעם מאָלצײַט איז דער וויצע־פּרעזידענט געווען זייער העפֿלעך צו זײַנע גאַסטגעבער. דער קלינגענדיקער פּאַטש איז אָבער געקומען אין דעם "זייער האַרבן" טעלעפֿאָנישן שמועס פֿון דער סטייט־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן, וועלכע האָט אָנגעמוסרט דעם פּרעמיער פֿון ישׂראל און דערנאָך געבראַכט אים קיין ירושלים דעם אַמעריקאַנער אולטימאַטום זיך צו פֿאַרפֿליכטן צו באַנײַען דעם איבערגעריסענעם, זינט מער ווי אַ יאָר, שלום־דיאַלאָג מיט די פּאַלעסטינער און צו פֿאַרגיטיקן זיי מיט אַ ריי זשעסטן, וואָס זאָלן זיי באַוועגן צוצוטרעטן צו דער אַמעריקאַנער איניציאַטיוו וועגן אומדירעקטע "נאָענטקייט־געשפּרעכן". אין דער ערשטער ריי, וואָס איז דער ערשטער באַדינג סײַ פֿון די פּאַלעסטינער און סײַ פֿון די אַמעריקאַנער, אָפּצושטעלן יעטוועדן בוי אין מיזרח־ירושלים.

אין ייִדישן לשון האָט דער אויסדרוק "פּאַטש אין פּנים" נאָך אָ צאָל סינאָנימען, ווי — אַ פֿליק, אַ זעץ, אַ זבענג — וואָס ווערן באַנוצט אויך אין העברעיִשן "סלענג". און ישׂראל האָט גוט אָפּגעפֿילט דעם ווייטיק פֿון דער אַמעריקאַנער רעאַקציע אויף דעם ישׂראלדיקן שפּײַ. אָבער, ווי עס איז שוין אַ סך מאָל געזאָגט געוואָרן, אין דער פּאָליטיק גילט נישט קיין תּמימותדיקע פֿרײַנדשאַפֿט, נאָר אַ פֿרײַנדשאַפֿט פֿון אינטערעסן. און די אינטערעסן פֿון ישׂראל דעקן זיך מיט די גרונט־אינטערעסן פֿון אַמעריקע, וועלכע נייטיקט זיך אין ישׂראל, ווי דער טויער פֿאַר דער אַמעריקאַנער השפּעה אין דעם אַראַבישן אָריענט. די דאָזיקע אינטערעסן־שותּפֿות איז אָבער אַ שטערונג פֿאַר די אַקטועלע גרונט־אינטערעסן פֿון וואַשינגטאָן, וועלכע זוכט אַ דערנענטערונג מיט דער אַראַבישער וועלט, כּדי צו געווינען זייער אונטערשטיצונג פֿאַר דעם בשותּפֿותדיקן פּאָליטישן פֿראָנט קעגן איראַן, אין וואָס אויך די אַראַבישע וועלט איז פֿאַראינטערעסירט — אָבער מיטן תּנאַי, אַז עס וועט געלייזט ווערן דער קאָנפֿליקט אַרום דער פּאַלעסטינער פּראָבלעם. און "דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן"...

דער דאָזיקער צושטאַנד האָט געפֿירט צו דער שאַרפֿער קאָנפֿראָנטאַציע צווישן ירושלים און וואַשינגטאָן, וואָס האָבן ביידע צוויי קעגנזעצלעכע אויפֿפֿאַסונגען זינט צו דער מאַכט עס זײַנען געקומען אָבאַמאַ אין אַמעריקע און נתניהו אין ישׂראל, צווישן וועמען עס הערשט אַ קעגנזײַטיקער אומצוטרוי. אָבער אין דער צײַט ווען אָבאַמאַ פֿירט זײַן פּאַליטיק אָפֿן און אומצוויידײַטיק, רעדט נתניהו אויף דרײַ לשונות: איינער פֿאַר דער אויסערלעכער וועלט, פֿאַר וועלכער ער האָט אין זײַן רעדע אין בר־אילן־אוניווערסיטעט זיך פֿאַרפֿליכטעט צו ווירקן פֿאַר "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער". עטלעכע טעג שפּעטער, אויפֿטרעטנדיק פֿאַר דער צענטראַלע פֿון זײַן פּאַרטיי, דעם "ליכּוד", האָט ער פֿאַרזיכערט, אַז "מיר וועלן נישט זײַן קיין פֿרײַערס". פֿאַר אָבאַמאַ און פֿאַר דעם אייראָפּעיִשן קוואַרטעט זיך פֿאַרפֿליכטעט אָפּצושטעלן דעם בוי אויף די "שטחים" — און אין דער זעלבער צײַט "פֿאַרהאָנגען" דאָס אויספֿירן די פֿאַראָרדענונג פֿון העכסטן געריכט וועגן אָפּרוימען דעם אומגעזעצלעך געבויטן פֿאָרפּאָסטן און באַשטעטיקט אַ ריי בוי־פּראָיעקטן אין אַ צאָל קאָלאָניעס אונטער פֿאַרשיידענע תּירוצים זיי צו באַרעכטיקן. און אויך אין ירושלים — ווײַל "ירושלים איז אַזוי ווי תּל־אָבֿיבֿ... אין משך פֿון 42 יאָר האָבן אַלע רעגירונגען געטאָן פֿאַר דער אָנטוויקלונג און דעם פֿאַנאַנדערבוי פֿון ירושלים, און די איצטיקע רעגירונג איז ממשיך און גייט אויף דעם זעלבן וועג" — האָט נתניהו געזאָגט אויף דער זיצונג פֿון דער רעגירונג און דערנאָך פֿאַר דעם עולם אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון "אײַפּעק" אין וואַשינגטאָן. אין משך פֿון די 42 יאָר, זאָגן די מענטשן פֿון ווײַסן הויז, האָט אָבער וואַשינגטאָן נישט אָנערקענט ירושלים ווי די הויפּטשטאָט פֿון ישׂראל, כּל־זמן עס איז נישט באַשטימט געוואָרן דורך דעם אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ דער געזעצלעכער סטאַטוס פֿון דער שטאָט.

טאָמער איז ווייניק געווען דער פּרעזידענטיאַלער פּאַטש אין פּנים פֿון ישׂראל, איז איצט צוגעקומען דער נײַער "שפּײַ" פֿון דעם ירושלימער שטאָטראַט מיטן ענדגילטיקן פֿאַרעפֿנטלעכן דעם פּראָיעקט פֿון דעם אַמעריקאַנער מיליאָנער, דעם פּאַטראָן פֿון די קאָלאָניסטן אין ירושלים, ערווין מאָסקאָוויטש, צו בויען אויפֿן שטח פֿון דעם "שעפֿערד"־האָטעל אין דעם אַראַבישן קוואַרטל שייך דזשעראַך אין מיזרח־ירושלים. די מעלדונג וועגן דעם איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן צוויי שעה פֿאַר דער באַגעגעניש פֿון דעם פּרעמיער נתניהו מיטן פּרעזידענט אָבאַמאַ אין וואַשינגטאָן. כּדי נישט צו "פֿאַרשטערן די שׂימחה" אין "ווײַסן הויז", האָבן ביידע צדדים לכתּחילה זיך אָפּגעהאַלטן פֿון רעאַגירן אויף דעם דאָזיקן אַקט.

דאָ שטעקט אָבער די סתּירה אין דער שטעלונג פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער און פֿון זײַן רעגירונג: "ירושלים איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון מדינת־ישׂראל", זאָגט נתניהו; אָבער ווען מ’האָט אים געפֿרעגט וועגן דעם בוי־פּראָיעקט אין שייך דזשעראַך, האָט נתניהו אָן וואַקלענישן געענטפֿערט: "דער שטאָטראַט פֿון ירושלים איז סוּווערען אָנצונעמען באַשלוסן אין די ענינים פֿון דער שטאָט"...

אין דער אַנטוויקלונג פֿון דעם שאַרפֿן קאָנפֿליקט האָט דאָס מזל צוגעשפּילט לטובֿת ביידע מנהיגים: צו נתניהוס מזל איז גראָד אויף דער זעלבער דראַמאַטישער וואָך אויסגעפֿאַלן די נאָך פֿון פֿריִער באַשטימטע קאָנפֿערענץ פֿון "אײַפּאַק", דעם פּראָ־ישׂראלדיקן "לאָבי" אין קאָנגרעס, וואָס האָט אונטערגעשטעלט אַ פּלייצע דער רעגירונג פֿון ישׂראל. און פּרעזידענט אָבאַמאַ, וועלכער האָט געזאָלט פֿאָרן קיין אינדאָנעזיע, האָט אָפּגערופֿן זײַן וויזיט, צוליב דער היסטאָרישער אָפּשטימונג אין קאָנגרעס, וווּ ער האָט אָפּגעהאַלטן אַ נצחון פֿאַר זײַן פּראָיעקט וועגן דער געזונט־פֿאַרזיכערונג. אויך נתניהו האָט געהאַט, פֿאַר זײַן אַרויספֿאָר קיין וואַשינגטאָן, אַ געזונטהייט־פּראָבלעם" — נישט, חלילה, מיטן אייגענעם געזונט, נאָר מיטן וויצע־מיניסטער פֿאַר געזונטהייט, ר’ יעקבֿ ליצמאַן, פֿון "דגל התּורה", וועלכער האָט באַשלאָסן אַרײַנצובראָקן אַ הוצאה פֿון 130 טויזנט שקלים אויף אַריבערצוטראָגן די סעלעקטירונגס־אָפּטיילונג פֿון דעם "ברזילי"־שפּיטאָל אין אשקלון אויף אַ מרחק פֿון די לעבנס־רעטערישע פּאַווילאָנען פֿון דעם שפּיטאָל, ווײַל אויף זײַן נאָענטן שטח האָבן די אַרכעאָלאָגן געפֿונען דרײַ אַלטערטימלעכע קבֿרים — און אַ נײַער סקאַנדאַל האָט באַהערשט דעם סדר־היום פֿון דער מדינה.

אַבי געזונט. סקאַנדאַלן וועלן אונדז נישט פֿעלן. דערווײַל לאָמיר האָבן אַ געזונטן און פֿריילעכן פּסח.

תּל־אָבֿיבֿ, 24סטער מערץ, 2010