פּאָליטיק

די היסטאָריע ווערט קיינמאָל נישט געשריבן פֿון פֿאָרויס און עס זײַנען נישטאָ הײַנט די נבֿיאים וואָס זאָלן קענען פֿאָרויסזאָגן, וועלכן אָרט ס׳וועלן פֿאַרנעמען די הײַנטיקע פּאַסירונגען אין אונדזער וועלטל אין די געשיכטע־ביכער פֿון מאָרגן. עס זײַנען שוין געווען מער דראַמאַטישע, מער שטורמישע און מער "היסטאָרישע" געשעענישן אין דער תּקופֿה פֿון אונדזער דור און אין אונדזער געשיכטע. אָבער זעלטן ווען האָט דער פּאָליטישער באַראָמעטער פֿון די איצטיקע טעג אין אונדזער קליינעם וועלטל אַזוי טרעפֿלעך אָפּגעשפּיגלט דעם קאַפּריזנעם איבערקערערישן קלימאַט פֿון דעם קאַלענדאַר־חודש מערץ, וועלכער ליגט (אַרײַנגעפֿאַסט אָדער אויסגעשפּרייט — אָפּהענגיק פֿון דעם צוגאַנג) צווישן פּורים און פּסח, צווישן "כשנכנס אדר מרבים בשׂמחה" און דעם "עבֿדים היינו ועתה בני חורין".

אין אָט דעם חודש, צווישן פּורים און פּסח, געפֿינט זיך דער 21סטער מערץ, וועלכער ווערט באַטראַכט ווי דער פֿאָרמעלער און לרובֿ אויך דער קלימאַטישער אַרײַנטריט אין פֿרילינג, וואָס אַנטשפּרעכט, אַגבֿ, דעם סימבאָלישן זין פֿון פּסח, דעם יום־טובֿ פֿון דעם מענטשנס באַפֿרײַונג.

אָבער די געשיכטע פֿון דער מענטשהייט און פֿון אונדזער פֿאָלק האָט אונדז צוגעשטעלט אַ סך אַנדערע סימבאָלן פֿאַר אָט דעם איבערקערערישן חודש, כאָטש די נאַטור, די געזעלשאַפֿט, דער גורל און דער האַר פֿון דער געשיכטע רעכענען זיך ווייניק מיטן פּראָטאָקאָל־קאַלענדאַר, אויף וועלכן מיר פאַרשרײַבן די פּאַסירונגען פֿאַר איר — דער געשיכטע, וועלכע היט זיי אָפּ פֿאַר דעם זכּרון. פֿאַר אונדז איז ער, דער זכּרון, ביז גאָר אַכזריותדיק. אויב מיר זאָלן אָנהייבן דווקא פֿונעם סוף פֿון דעם צײַט־אָפּשניט צווישן פּורים און פּסח — דאָס הייסט, פֿון פּסח — איז ער בײַ אונדז שוין פֿאַרבונדן נישט נאָר מיטן עבֿדים היינו און מיט דער באַפֿרײַונג פֿון פּרעהס פֿאַרשקלאַפֿונג מיט אַן ערך דרײַ און אַ האַלבן יאָרטויזנט צוריק — נאָר אויך דעם פּסח אין וואַרשעווער געטאָ, וווּ עס איז אין דער סדר־נאַכט דעם 19טן אַפּריל 1943 אויסגעבראָכן דער העלדישער ייִדישער אויפֿשטאַנד קעגן די נאַציס. (סימבאָליש איז אויך פֿאַר דעם היסטאָרישן קאַלענדאַר דער פֿאַקט, אַז דעם 8טן מײַ 1945 איז געחתמעט געוואָרן די קאַפּיטולאַציע פֿון דײַטשלאַנד, גענוי צוויי יאָר נאָך דער רעטונג פֿון די לעבן־געבליבענע קעמפֿער דורך די רערן פֿון דער וואַרשעווער קאַנאַליזאַציע, וואָס ווערט באַטראַכט ווי דער לעצטער טאָג פֿון דעם אויפֿשטאַנד).

און ווען מיר קערן זיך צוריק פֿון דער געשיכטע צו אונדזער הײַנטצײַטיקער ווירקלעכקייט, געפֿינען מיר אין דעם חודש מערץ, צווישן פּורים און פּסח, דעם טראַגישן באַלאַנס פֿון בלוטיקן טעראָר אין זײַן גרויסן פֿאַרנעם, אָנהייבנדיק פֿון דעם פּאָגראָם און מאָרד פֿון 29 מוסולמענישע מתפּללים, מיט 200 פֿאַרוווּנדעטע אין דער מערת־המכפּלה אין חבֿרון, אויסגעפֿירט פֿון דעם דאָקטער ברוך גאָלדשטיין אין פּורים פֿון 1994. נאָך דעם אַטאַק האָט חנן פּורתּ, דער דערציִער פֿון די בני עקיבֿא, גערופֿן צו טרינקען לחיים; און די מאַסיווע טעראָר־אַקטן אַ יאָר שפּעטער — אויך אין פּורים — נעבן דעם דיזענגאָף־פּלאַץ אין תּל־אָבֿיבֿ; און מיט אַכט יאָר צוריק — אין דער סדר־נאַכט פֿון פּסח — דער רוצחישער טעראָר־אַקט איבער קרובֿ דרײַסיק ייִדישע קרבנות אינעם "פּאַרק"־האָטעל אין נתּניה.

אַ בלוטיקער באַלאַנס פֿון רציחה און שׂינאה און רעליגיעזן, נאַציאָנאַלן, צי פּאָליטישן פֿאַנאַטיזם.

פֿון דעם שטאַנדפּונקט איז דער הײַנטיקער חודש מערץ צווישן פּורים און פּסח געווען אַ באַזונדערס פֿיבערדיקער, כאָטש צום ערשטן מאָל אָן בלוט־פֿאַרגיסונג, אָבער פֿול מיט דראַמאַטישער שפּאַנונג אויפֿן פֿראָנט פֿון דער שאַרפֿסטער פּאָליטישער קאָנפֿראָנטאַציע צווישן מלחמה און שלום: אַ קאָנפֿראָנטאַציע צווישן די געעפֿנטע אָפּציעס און דער "בונקער־פּאָליטיק" פֿון אַ סעקטאַנטישער קאָאַליציע. דער לעצטער אַקאָרד פֿון דעם ערשטן יאָר פֿון נתניהוס צווייטער רעגירונג קאָנצענטרירט אין זיך אַלע פֿעלערן פֿון זײַן פּאָליטיק און די ביטערע רעזולטאַטן פֿון זײַן פּאָליטישער נישט רײַפֿקייט, פֿאַר וועלכער די מדינה וועט באַצאָלן אַ טײַערן פּרײַז און וועט שטעלן אין אַ געפֿאַר איר עצם לעגיטימקייט, ווערנדיק איזאָלירט און פֿאַראיינזאַמט אין אַ פֿײַנטלעכער וועלט אַרום זיך.

דער דורכפֿאַל פֿון נתּניהוס וויזיט אין וואַשינגטאָן נאָך דער סעריע אויסגליטשונגען אין ירושלים האָט באַוויזן, אַז ער ווייסט וואָס ער וויל נישט, אָבער ער ווייסט נאָך אַלץ נישט וואָס אייגנטלעך ער וויל יאָ. ער האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט צו באַנײַען די שלום־געשפּרעכן מיט אַבו מאַזען און האָט אַלץ געטאָן און געפֿונען אַלע מעגלעכע תּירוצים זיי נישט צו באַנײַען. ער האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט צו גיין אויף "ווייטיקלעכע פּשרות" מיט די פּאַלעסטינער און האָט פֿאַרטאַכליעוועט אַ גאַנץ יאָר אויף צו פֿאַרשטאַרקן די נעגאַציע. ער האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט (אין זײַן רעדע אין בר־אילן אוניווערסיטעט) צו טאָן פֿאַר "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער" — און אויף צומאָרגנס האָט ער דערקלערט פֿאַר דער פּאַרטיי־צענטראַלע פֿון "ליכּוד", אַז "מיר וועלן נישט זײַן קיין פֿרײַערס".

נתניהו איז אָבער נישט אַליין אין זײַן "בונקער־פּאָליטיק". פֿאָרמעל איז ער "מיט זיך אין אָרדענונג" און ער האָט די "אונטערשטיצונג פֿונעם פֿאָלק", דעם "נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס". ער וועט פֿאַרלירן דעם אָנהאַלט אויף דער וועלט און די אונטערשטיצונג פֿון אַמעריקע; ער וועט אָבער געווינען און פֿאַרזיכערן זײַן הערשאַפֿט ביזן סוף פֿון דער קאַדענץ, וואָס קיין רעגירונג האָט עס נישט געהאַט שוין זינט אַ סך יאָרן. דער עיקר, ער האָט זיך פֿאַרזיכערט מיט אַן "ענגן קאַבינעט" וואָס דעצידירט פֿאַר אים — אַ קאַבינעט פֿון זיבן מיניסטאָרן, וואָס פֿינף פֿון זיי זײַנען קעגן יעטוועדער טעריטאָריאַלער פּשרה, און אַוודאי לגבי ירושלים.

יאָ, ירושלים. די אויף אייביק פֿאַראייניקטע הויפּטשטאָט פֿון מדינת־ישׂראל, פֿון ארץ־ישׂראל, פֿון ייִדישן פֿאָלק. "אם אשכּחך" און אַזוי ווײַטער. אָבער וואָס איז דער טאָלק אויב אַפֿילו איר לעגיטימקייט ווי אַזעלכע איז נישט פֿאַרזיכערט, נישט אָנערקענט אַפֿילו מצד אַמעריקע, וועלכע איז דערווײַל דער איינציקער אָנשפּאַר פֿון דער מדינה.

* * *

"ירושלים איז דאָס האַרץ פֿונעם ייִדנטום און פֿונעם ציוניזם, מער ווי בײַם קריסטנטום און בײַם איסלאַם; אונדזער היסטאָרישע רעכט אויף איר קומט פֿריִער ווי פֿאַר די אַנדערע. דער קאָסמישער בית־דין פֿאַר צדק וואָלט אפֿשר אָנפֿאַרטרויט אין די הענט פֿון די ייִדן די הייליקע ערטער אין ירושלים, מיטן תּנאַי, אַז זיי וועלן אָפּהיטן דעם פֿרײַען צוגאַנג פֿאַר אַלע דרײַ גלויבנס. אָבער דער קאָסמישער זיכערהייט־ראַט פֿון דער ׳יו־ען׳ וואָלט מסתּמא געזאָגט, אַז די שטעלונג פֿון צדיקים און פֿון גערעכטע איז נישט גענוג. מען מוז אויך זײַן חכמים און נעמען אין באַטראַכט די אויסווירקונגען אויף דער צוקונפֿט" — שרײַבט אין "האָרץ" (פֿון מערץ 19, 2010) פּראָפֿ’ יחזקאל דרור, וועלכער ווײַזט אָן אויף דעם וואַקסנדיקן כּוח פֿון דעם איסלאַם, אַזוי אַז די מדינה וועט נישט האָבן קיין קיום אָן צו באַטייליקן דעם איסלאַם אין אַ בשותּפֿותדיקער פֿאַרוואַלטונג איבער די הייליקע ערטער.

פּראָפֿ’ דרור איז באַקאַנט אין לאַנד ווי אַ פֿילאָסאָף אין בר־אילן אוניווערסיטעט, געווען אַ מיטגליד אין דער אַזוי־גערופֿענער "ווינאָגראַד־קאַמיסיע", וואָס האָט געפֿאָרשט די פֿעלערן און דורכפֿאַלן אין דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה. אין דער פֿראַגע פֿון דעם וועג צו אַ שלום האָט ער אַדאָפּטירט די שטעלונגען פֿון דעם אַזוי־גערופֿענעם "לינקן לאַגער". אין זײַן אַרטיקל באַציט זיך פּראָפֿ’ דרור צו דער דילעמע, פֿאַר וועלכער עס שטייט איצט מדינת־ישׂראל, ווען אירע מנהיגים — נתניהו און זײַנע עצה־געבערס און מיטהעלפֿערס — דאַרפֿן דעצידירן צווישן זייער גלויבן, אַז ירושלים איז דאָס האַרץ פֿון דעם ייִדנטום און פֿונעם ציוניזם, און דער נויטווענדיקייט פֿון אַ ווייטיקלעכער פּשרה — אַ צעטיילונג, ווי דער איינציקער אויסוועג צו פֿאַרזיכערן דעם נאַציאָנאַלן קיום, די עקזיסטענץ פֿון דער מדינה מיט איר הויפּטשטאָט ירושלים.

אָבער נישט בלויז די דאָזיקע דילעמע האָט באַשעפֿטיקט נתניהון, דעם פּאָליטיקער, אין קעגנזאַץ צו פּראָפּ’ דרור, דעם פֿילאָסאָף. אים באַשעפֿטיקט אַ סך מער די דילעמע צווישן זײַן פֿאַרלאַנג צו באַשיצן ירושלים קעגן אַ וועלכער עס איז בשותּפֿותדיקער פֿרעמדער אויפֿזיכט איבער די הייליקע ערטער און קעגן אַוועקנעמען פֿון איר די אַנעקסירטע אַראַבישע פֿאָרשטעט פֿון אויסער דער "גרינער ליניע"; און זײַן דעצידירטן ווילן אויפֿצוהאַלטן די קאָאַליציע, וואָס דערמעגלעכט אים אויפֿצוהאַלטן די מאַכט אין זײַנע הענט.

דאָס איז די עיקרדיקע דילעמע, וואָס האָט אַרײַנגעפֿירט מדינת־ישׂראל אין דעם שווערן פּלאָנטער פֿון דעם פֿאַרמעסט צווישן אירע עקזיסטענציעלע אינטערעסן און די פּאָליטישע אַמביציעס און באַדערפֿענישן פֿון אירע מנהיגים.

דער פֿילאָסאָפֿישער צוגאַנג צו דער פּאָליטישער סוגיא זאָגט, אַז זינט דער מענטש האָט באַקומען שׂכל, און זינט פֿון די שבֿטים האָבן זיך אָנגעהויבן אויסבילדן די ברייטערע קאָלעקטיווע פֿאָרמען פֿון מענטשלעכן צוזאַמענלעבן, גייט אָן דער וויכּוח — און לרובֿ, דער געראַנגל — אין דער סוגיא, ווער עס דאַרף האָבן די עיקרדיקע דעה אין דער אָנפֿירונג פֿון דער אָרגאַניזירטער געזעלשאַפֿט: דער כּוח, צי דער מוח?

פֿאַקטיש האָבן ביידע געהאַט — און האָבן ביז הײַנט — די עיקרדיקע דעה אין דער געזעלשאַפֿט, און למעשׂה, קען איינער פֿון זיי נישט אויסקומען אָן דעם אַנדערן. דער געראַנגל צווישן זיי גייט אָן וועגן דער בכורה, ווער פֿון זיי עס האָט די אויבערהאַנט — און פֿון דעם איז אָפּהענגיק דער כאַראַקטער פֿון דעם הערשנדיקן רעזשים אין יעדער מדינה און אין אַלע צײַטן.

אַ צווייטער וויכּוח גייט אָן צווישן די פֿילאָסאָפֿן — די, וואָס רעפּרעזענטירן דעם העכסטן כּוח פֿון דעם מוח — אַרום די מאָטיוון, די "מאָטאָרן", וואָס באַוועגן די פּאָליטיק — די מאָטיוואַציע און די האַנדלונגען פֿון די פּאָליטיקער — דער יצר צו הערשן, אָדער דער מאַטעריעלער אינטערעס פֿון דעם הערשנדיקן שיכט אין דער מדינה, אָפּהענגיק פֿון דעם רעזשים און פֿון זײַן אידעאָלאָגישער אײַנשטעלונג. אונטער דעם קאַפּיטאַליסטישן רעזשים, און גאָר בולט אין אונדזער עפּאָכע פֿון דער גלאָבאַליזאַציע, איז דאָס דער קאַפּיטאַל, וואָס געפֿינט זיך אין די הענט פֿון די אָליגאַרכישע קאָרפּאָראַציעס.

פּלאַטאָן האָט געזען די אידעאַלע מדינה (אין זײַן בוך "פּאָליטעאַ") אָנגעפֿירט פֿון פֿילאָסאָפֿן, וואָס נאָר זיי פֿאַרמאָגן די געהעריקע חכמה, אין וועלכער עס נייטיקט זיך אַן אידעאַלע מדינה. פּלאַטאָן האָט אין זײַן צײַט געגלייבט אין דער אידעע, אָבער נישט אין קײַן אידעאָלאָגיע, וואָס איינס האָט מיטן אַנדערן נישט צו טאָן. עס זײַנען אָבער שוין יאָ געווען דעמאָלט אַרמייען, ווי אַ הערשנדיקער כּוח, און גײַסטלעכע, וואָס האָבן געהערשט מיטן כּוח פֿון דער געצנדינערײַ אָדער, אין די ספֿערן פֿון די מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס, ווי אַ טאָטאַליטאַרער כּוח פֿון הערשן און באַהערשן, פֿאַרוואַנדלענדיק נישט זעלטן נאַציאָנאַלע קאָנפֿליקטן אין רעליגיעזע מחלוקתן, ווי עס געשעט הײַנט מיטן הר־הבית.

הײַנט זײַנען דאָס די פּאָליטיקער, וואָס הערשן מיטן כּוח און מיט דער הילף פֿון די אַנדערע אויבן אָנגעוויזענע פֿאַקטאָרן פֿאַר זייערע אינטערעסן. די פּאָליטישע סטראַטעגיע נייטיקט זיך אָבער אין דער חכמה פֿון די פֿילאָסאָפֿן און אין דער טיפּשות פֿון די כּלערליי נאַציאָנאַלע פּאַטריאָטן און רעליגיעזע פֿאַנאַטיקער ווי אַ מיטל פֿאַר זייער הערשאַפֿט.

די מדינה איז אין איר 62־יאָריקער עקזיסטענץ שוין אַ סך מאָל געשטאַנען פֿאַר דער דאָזיקער דילעמע. אָבער זי איז נאָך קיינמאָל אין די לעצטע 35 יאָר, זינט יענעם יום־כּיפּור, נישט געשטעלט געוואָרן אַזוי שאַרף פֿאַר דער עקזיסטענציעלער דעציזיע, ווי אין די איצטיקע טעג צווישן פּורים און פּסח — אין דעם קאַפּריזנעם חודש מערץ, וועלכער האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער ליקווידאַציע פֿון מאַכבוב, דעם טעראָר־מנהיג פֿון "כאַמאַס" און דעם מאַסקן־פּאַראַד פֿון די פּאַספּאָרטן אין דובײַ, און האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט דעם פּאָליטישן צוזאַמענשטויס צווישן נתניהו און אָבאַמאַ אין וואַשינגטאָן.