- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס אָפּטימיסטישע ייִדישע פֿאָלקס־ווערטל, אַז "עס איז נישטאָ דאָס שלעכטע, וואָס זאָל צום גוטן נישט אויסגיין", פּאַסט זיך גוט צו דעם פּאָליטישן קאָמאַנדאָ־פּוטש, וועלכן עס האָט אַדורכגעפֿירט דער זיכערהייטס־מיניסטער און, ביז דער פֿריִערדיקער וואָך, דער מנהיג פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי — "עבֿודה" — אין ישׂראל. אויפֿן פּאַרטיייִשן שאַך־ברעט איז דאָס געווען אַ פֿרידלעכע ערד־ציטערניש אָן קרבנות און אָן ווײַטגייענדיקע און אויפֿטרײַסלענדיקע רעזולטאַטן. אַפֿילו נישט קיין איבערקערעניש. געווען איז דאָס אָבער אַ פּוטש, אַ פֿאַרשווערונג פֿון אַ פּאַרטיייִשן מנהיג קעגן זײַן אייגענער פּאַרטיי, וועלכע איז אים געוואָרן נישט געהאָרכזאַם און האָט אים געוואָלט באַזײַטיקן פֿון דער פֿירערשאַפֿט, ווײַל ער האָט איר פֿאַרשאַפֿט מער שאָדן ווי נוצן. אָבער, פֿאַרכאַפּנדיק דעם פֿיש פֿאַר דער נעץ, און וועלנדיק צוקלאַפּן דאָס לעצטע ברעטל צו דעם אָרון, פֿאַרשיטן דעם קבֿר פֿון דער אויסגעגאַנגענער פּאַרטיי און זאָגן נאָך איר דעם לעצטן קדיש — האָט ער זי גאָר אויפֿגעוועקט צו איר נײַעם לעבן. די "עבֿודה" איז, זעט אויס, אויפֿגעשטאַנען, אין דעם זכות, תּחית־המתים — אָבער שוין אָן אים, דעם ביז איצטיקן מנהיג. מיר דאַכט זיך, אַז עס איז נישט פֿאַראַן אין דעם לעקסיקאָן, אין דער שפּראַך גופֿא, קיין אויסדרוק, קיין וואָרט, וואָס זײַן מעמד און באַטײַט זאָל זײַן נידעריקער פֿון דעם וואָרט "שאַנד". אַזוי ווי דאָס וואָרט "שלום", וואָס איז צוליב זײַן תּכליתלאָזן געברויך געוואָרן אַן אָפּגעריבענע ווערטלאָזע מטבע, אַ קרבן פֿון דער סעמאַנטישער אינפֿלאַציע — אַזוי האָט אויך די "שאַנד" פֿאַרלוירן אין די לעצטע יאָרן איר "סטאַטוס", וועלכן זי האָט זיך געהאַט דערוואָרבן אויף דעם נידעריקסטן שטאַפּל אין דער היעראַרכיע פֿון דער "בכּבֿודיקער" הויכער געזעלשאַפֿט פֿון "די פֿאַרברעכערס אין ווײַסן קאָלנער". דער דאָזיקער פּראָצעס גייט אָן זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן — און האָט נישט אויפֿגעהערט — דער אויפֿמאַרש פֿון דער ישׂראלדיקער "וויערכושקע", די קרוין פֿון דער מלוכישער אָנפֿירונג, צום געריכט, צו דער באַשולדיקונגס־באַנק. אין קעגנזאַץ אָבער צו די אַנדערע באַגריפֿן, וואָס זײַנען געוואָרן דעוואַלויִרט און האָבן פֿאַרלוירן זייער ווערט, האָט די שאַנד אויך פֿאַרלוירן די בושה... און דאָס — זינט צו דער רשימה פֿון די עבֿירות, פֿאַר וועלכע דער מענטש איז געוואָרן געמישפּט, זײַנען צוגעקומען די פֿאַרברעכנס אויפֿן שטח פֿון סעקס, ביז צום שענדלעכסטן פֿון זיי — דאָס אויפֿצווינגען סעקס מיט פֿיזישן כּוח און מיטן כּוח פֿון הויכן מלוכישן סטאַטוס, דאָס פֿאַרגוואַלדיקן אומבאַשיצטע פֿרויען, אויסנוצנדיק זייער אָפּהענגיקייט צום פֿאַרגוואַלדיקער, אדג"ל. דאָס נײַע יאָר 2011 עפֿנט זיך פֿאַר דער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל אָן אילוזיעס און אָן דערוואַרטונגען. די צווייטע רעגירונג פֿון נתניהו — די 32סטע רעגירונג פֿון דער מדינה — איז ארײַנגעטראָטן אינעם דריטן יאָר פֿון איר הערשאַפֿט נאָך אַ יאָר פֿון אָנגעשטרענגטער פּאָליטישער בטלנות: כאָטש נתניהו האָט זיך מתחייבֿ געווען, אַז די ערשטע פּריִאָריטעט אויפֿן סדר־היום פֿון זײַן נײַער קאַדענץ וועט זײַן דאָס דערגרייכן אַ סטאַבילן שלום פֿאַר מדינת־ישׂראל און דעם מיטעלן מיזרח, איז אָבער זײַן גאַנצער אָנשטרענג געווענדט אין דער ריכטונג פֿון צוימען און האַמעווען דעם גאַנג צו אַ שלום, שטרויכלענדיק די בעסטע געלעגנהייט, וואָס האָט זיך ווען־עס־איז געעפֿנט פֿאַר דער מדינה. זײַנען מיר שוין, מיט מזל, איבערגעקומען די שׂרפֿה אויפֿן כּרמל, וועלכע האָט אומגעבראַכט 43 נפֿשות און פֿופֿציק טויזנט דונאַם וואַלד, און מיליאָנען ביימער, לרובֿ פֿון קק״ל, דעם קרן־קימת. די וואָך פֿון חנוכּה תּשע"א האָט אונדז אָנשטאָט דעם דערוואַרטן נס געברענגט אַן אומגליק. דאָס חנוכּה־לעמפּל האָט זיך איבערגעקערט, דער בוימל האָט זיך אויסגעגאָסן און פֿון דעם "אור לגויים" איז געוואָרן אַן "אש ליהודים", אַ פֿײַער קעגן ייִדן. און די איראָניע (אָדער דער חסד) פֿונעם גורל האָט געוואָלט, אַז צווישן די 39 לעש־עראָפּלאַנען פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן רעטונגס־פֿלאָט, וועלכן דער פּרעמיער נתניהו האָט אויף גיך אָרגאַניזירט צו פֿאַרלעשן דאָס פֿײַער, זײַנען געווען דרײַ לעש־עראָפּלאַנען פֿון די גריכן, וואָס אין זייער זכות פּראַווען מיר יעדעס יאָר דעם יום־טובֿ פֿון די מכּבייער, און צוויי עראָפּלאַנען פֿון די טערקן, די יוונים פֿון הײַנט...
די רעזשיסאָרן פֿון די לעבעדיקע דראַמעס וועלכע בויען די געשיכטע, פֿירן זיך אויף אַזוי ווי די דראַמאַטורגן אין האָליוווּד, אין דער טעלעוויזיע און הינטער די קוליסן פֿון די טעאַטערס. יעדער איינער וויל יעדן אַנדערן איבעריאָגן, איבערשטײַגן אין דעם דערפֿאָלג און אין דער פּאָפּולאַריטעט, אָדער, ווי מען רופֿט עס הײַנט: אין דעם "רייטינג". אָט זײַנען אָקערשט אויסגעבראָכן איינער נאָכן אַנדערן צוויי דראַמאַטישע סקאַנדאַלן. האָבן זיי נאָך נישט באַוויזן זיך אָנצוּוואַרעמען אָדער אָפּצוקילן — און עס איז אָנגעפֿלויגן אַן אַלוועלטלעכער, אַ שטורמישער דיגיטאַלישער, צי עלעקטראָנישער, דער נישט לאַנג פֿאַרשטאָרבענער תּל־אָבֿיבֿער קינסטלער "משהלע" בערנשטיין, דער פֿאַראייביקער פֿונעם מיטאָס פֿון ייִדישן שטעטל, דערשײַנט אין אייניקע פֿון זײַנע מאָלערײַען און צייכענונגען מיט אַ פּעקל אויף דער פּלייצע. דאָס איז דאָס פּעקל פֿון די ייִדישע צרות, וואָס ער, אַזוי ווי יעדער ייִד, שלעפּט אויף זיך אין זײַן צוויי טויזנט־יאָריקן גלות. עס איז ווערט צו באַטאָנען, אַז די דאָזיקע בילדער זײַנע האָט ער געמאָלט און געצייכנט אין מדינת־ישׂראל, וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן דער אַנטיפּאָד און דער פֿאַרלייקענער פֿונעם גלות. הײַנטיקע וואָך איז די נאַכט פֿון מאָנטיק אויף דינסטיק געווען די נאַכט פֿון געשפּאַנטער זאָרג און פֿון אומרויִקער אויסוואַרטונג — סײַ פֿאַר די אַמעריקאַנער און סײַ פֿאַר די ישׂראלים. די אַמעריקאַנער האָבן געוואַרט — ווער מיט אומרו און ווער מיט האָפֿענונג — אויף דעם אויסגאַנג פֿון די מיטל־וואַלן צום אַמעריקאַנער קאָנגרעס; די ישׂראלים, דאַקעגן, האָבן געוואַרט — אויך ווער מיט אומרו און ווער מיט האָפֿענונג — אויף דעם אויסגאַנג פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דער הסתּדרותּ און דעם פֿינאַנץ־מיניסטעריום, כּדי צו וויסן ביז זעקס אַזייגער אינדערפֿרי, צי וועלן זיי דאַרפֿן זיך אויפֿהייבן און גיין צו דער אַרבעט, אָדער נישט; ווײַל אויף דינסטיק, זעקס אַזייגער אינדערפֿרי, איז דורך דער הסתּדרותּ פּראָקלאַמירט געוואָרן דער אַלגעמיינער שטרײַק אין דעם עפֿנטלעכן סעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער ווירטשאַפֿט. אין פּאָליטישן לעבן פֿון דער וועלט — און ווער דען דיקטירט עס מיטן לעבן פֿון דער מענטשהייט, אויב נישט די פּאָליטיק? — זענען רגעס פֿון מענטשלעכקייט אַ זעלטענע דערשײַנונג. "מענטשהייט" און "מענטשלעכקייט" זענען נישט אַלע מאָל אַ פֿרידלעכער זיווג. פֿאַראַן מענטשן וואָס טענהן, אַז דווקא דאָס רישעות, די באַהויפּטונג, אַז "אַ מענטש צו אַ מענטש איז אַ וואָלף", שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם מאָטאָר, די נאַטירלעכע טרײַבקראַפֿט פֿון דער מענטשלעכער עקזיסטענץ. לויט דאַרווינען איז דער עצם געראַנגל פֿאַרן לעבן און איבערלעבן דער טרײַב־מאָטאָר פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון די מיליאָנען לעבעדיקע מינים און וועזנס, און צווישן זיי — די אַנטוויקלונג פֿון דעם מין מענטש, וועלכער באַטראַכט זיך פֿאַר דעם "האַר פֿון דער וועלט", דער סאַמע אינטעליגענטסטער פֿון אַלע בעלי־חיים אויף דער וועלט. איך מיין נישט דאָ צו פֿאַרגלײַכן די צוויי ישׂראלדיקע פּאָליטיקער, וואָס יעדער איינער פֿון זיי איז פֿון אַן אַנדערן "שניט" און אויך פֿון אַן אַנדערן אָפּשניט אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל; און אין דער פּאָליטישער קאָנסטעלאַציע פֿון דעם ישׂראלדיקן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. אָבער ביידע האָבן זיי אַרויפֿגעלייגט זייער שטעמפּל אויף דער געשיכטע פֿון דער ישׂראלדיקער מלוכישקייט. משה דיין, ווי דער גיבור פֿון דעם זעקס־טאָגיקן נצחון פֿון דער יונגער מדינה, און דער פֿאָטער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "קאָנצעפּציע"; אין דער אָנגענומענער טערמינאָלאָגיע פֿון די ספּאָרטיווע באַגריפֿן האָט מען דאָס גערופֿן: אַ וועט־געיעג איבער שטערונגען וואָס דער ספּאָרטלער דאַרף אַריבערשפּרינגען אויפֿן וועג צו זײַן ציל, צום נצחון. אין אונדזער פֿאַל איז דאָס דער לעבעדיקער פּלויט, וועלכער דינט ווי דער מיכשול, די שטערונג, אין דעם סתּם־לויף אויפֿן וועג, וואָס איז אויסגעבעט פֿון שטעכלקעס און פֿאַרלייגט מיט לעבעדיקע פּלויטן. איבער זיי פּרובירט דער פּאָליטיקער אַריבערשפּרינגען אין זײַן וועטלויף צו אַן עקספּרעס־שלום אין פֿאַרלויף פֿון אַ יאָר, לויט דעם וווּנטש פֿון אָבאַמאַ און דער הסכּמה פֿון נתניהו און אַבו־מאַזען (מאַכמוד אַבאַס). "צום וויפֿלסטן מאָל"? — האָבן מיר שוין געפֿרעגט. און אַז די בשׂורה וועגן דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט איז אויפֿגענומען געוואָרן סקעפּטיש — האָבן מיר שוין געזאָגט? און אַז די דערוואַרטונגען אויף אַ שלום־הסכּם אין די נאָענטסטע יאָרן זײַנען שטאַרק געפֿאַלן — האָבן מיר שוין געשריבן? וואָס אַלץ איז שוין נישט געשריבן געוואָרן וועגן די שוואַכע אויסזיכטן אויף אַ גיכן שלום אין אונדזער ראַיאָן, און וואָס קאָן מען נאָך צו דעם אַלעם צוגעבן הײַנט, דרײַ טעג נאָך דער דערעפֿענונג פֿון דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט אין וואַשינגטאָן, נאָכן "אײַנפֿעדעמען" — לויטן שנײַדערישן לשון, און נאָכן "אײַנזייפֿן" לויט דער פֿריזירער־שפּראַך — פֿון די דירעקטע געשפּרעכן? יעדער איינער פֿון אונדז האָט אַוודאי נישט איין מאָל צוגעזען, אין אַ שטורעמדיקן האַרבסטיקן טאָג, ווי אַ בלעטל, אַ פּאַפּירל ראַנגלט זיך אומבאַהאָלפֿן מיטן ווינט, ווערט געטראָגן פֿון אים אַרויף און אַראָפּּ, און צענדליקער מענטשן יאָגן זיך נאָך אים מיט אויסגעצויגענע הענט; יעדער איינער וויל עס כאַפּן, מיינענדיק ווער ווייס וואָס אַזוינס דאָס פּאַפּירל פֿאַרמאָגט אין זיך אָדער שטעלט מיט זיך פֿאָר. און דאָס פּאַפּירל אַנטלויפֿט און לאָזט זיך צומאָל אַוועק מיטן ווינט און גייט פֿאַרלוירן אין די ווײַטענישן. מאַנכע מאָל ווערט עס אַרײַנגעשלעפּט אין אַ ווירבלווינט, דרייט זיך אַרום זיך, אַרום זײַן אייגענער אַקס און פֿאַלט צום סוף אַראָפּ צעקנייטשט און אויסגעמוטשעט פֿון דעם ווינטיקן געראַנגל — אַזוי ווי אַ געלער בלאַט וואָס פֿאַלט אַראָפּ פֿון אַ האַרבסטיקן בוים אין אַ האַרבסטיקן טאָג אונטער די צעטרעטנדיקע פֿיס פֿון אַ צופֿעליקן פאַרבײַגייער. |