- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויב עס האָט ווער געמיינט, אַז דער סאָציאַלער צונאַמי, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט דעם מיטעלן אָריענט וועט אויסמײַדן מדינת־ישׂראל — האָט ער געהאַט אַ גרויסן טעות. דעם אמתדיקן המשך האָט קיינער נישט פֿאָרויסגעזען. אַפֿילו נישט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם המשך. והראיה — ער איז געקומען, נישט געקוקט אויף דער אָנגענומענער מיינונג אין דער מערבֿדיקער וועלט און אין דער ייִדישער וועלט בפֿרט, אַז מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך מחוץ דעם סאָציאַלן פֿאַרמעסט קעגן די קאָרומפּירטע און אָפּגעשטאַנענע טאָטאַליטאַרע רעזשימען אין דעם ווינקל פֿון דער וועלט. נישט געקוקט אָבער אויף דער טיף אײַנגעוואָרצלטער זעלבסט־איבערצײַגונג, אַז "ישׂראל איז די איינציקע דעמאָקראַטישע מדינה אין נאָענטן אָריענט", און דעריבער איז נישטאָ קיין סיבה זי זאָל ווערן מיטגעריסן מיטן סאָציאַלן צונאַמי; און אויך נישט געקוקט אויף דער אומגעוויינטלעכער היץ, וואָס הערשט די טעג נישט נאָר אין לאָס־אַנדזשעלעס און אין וואַשינגטאָן, נאָר אויך אין תּל־אָבֿיבֿ און אין ירושלים — נישט געקוקט אויף דעם אַלעמען, זענען דעמאָנסטראַטיוו אַרויס צענדליקער טויזנטער יוגנטלעכע אין די גאַסן — נישט נאָר פֿון די הײַזער און פֿון די "פּאַבן", נאָר אַפֿילו אויך פֿון די געצעלטן, וואָס זיי האָבן אויפֿגעשטעלט אויף דעם ראָטשילד־בולוואַר אין צענטער פֿון דעם לעבנס־בינשטאָק פֿון תּל־אָבֿיבֿ; ווי אויך אין ירושלים, באר־שבֿע, חולון און אַפֿילו אין די פּעריפֿעריע־שטעטלעך: ווי קרית־מלאכי און קרית־גת ביז קרית־שמונה אין צפֿון, און ביז אילת אין דרום. דער "קאָטעדזש" איז אַראָפּ פֿון די עטיקעטן אויף די בעכערס פֿון מילכוואַרג און האָט זיך באַזעצט אין די פּראָטעסט־געצעלטן קעגן דער וווינונגס־נויט פֿון דער באַפֿעלקערונג; דער עיקר, פֿון דער יוגנט. נאָך זײַן נײַעם סעריאַלן נצחון, מיט וועלכן דער פּרעמיער־מיניסטער נתניהו איז הײַנטיקע וואָך באַשאָנקען געוואָרן אין זײַן פֿאַרמעסט קעגן די פּרוּוון פֿון די פּראָ־פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציעס אין אייראָפּע אַדורכצוברעכן די בלאָקאַדע קעגן עזה — איז אים געוואָרן פֿאָרגעלייגט, ווי זײַן קומענדיקע אָפּעראַציע, מבֿטל צו מאַכן דעם חודש סעפּטעמבער אינעם קאַלענדאַר — און פּטור אַן עסק. אויס מיט סעפּטעמבער — און אויס מיטן קאָפּ־ווייטיק! דעם דאָזיקן "קאָנסטרוקטיוון פֿאָרשלאַג" האָט ער באַקומען, פֿאַרשטייט זיך, אין אַ סאַטירישער קאַריקאַטור אין איינער פֿון די היגע צײַטונגען. אויף וויפֿל דער געדאַנק ווערט אויסגעדריקט אין די ראַמען פֿון דעם פּובליציסטישן הומאָר, שפּיגלט ער אָבער אָפּ דעם טרויעריקן אמת פֿון דער פּאָליטישער ווירקלעכקייט, לויט וועלכער דער חודש סעפּטעמבער וואָלט געטאָן דעם פּרעמיער נתניהו אַ גרויסע מיצווה, ווען ער וואָלט געלאָזט זיך אויסמעקן פֿון דעם קאַלענדאַר. אָבער אַזוי ווי עס קען שוין נישט ווערן אויסגעמעקט פֿון דער געשיכטע דער פֿאַרשאָלטענער 1טער סעפּטעמבער 1939, וועלכער האָט אונדז געבראַכט די היטלער־מלחמה און דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום, אַזוי קען אויך נישט איגנאָרירט ווערן דער פֿאַקט, אַז אויסער די פּאַסירונגען, וואָס דערוואַרטן דער מדינה אין דעם נאָענטן חודש סעפּטעמבער 2011, וועלכער שטייט שוין אָט-אָט "אַ ליאַדע מינוט" אויף דער שוועל, האָבן מיר הינטער זיך אויך די היסטאָרישע דאַטע פֿון דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, מיט 18 יאָר צוריק, ווען עס איז געוואָרן אונטערגעשריבן אין וואַשינגטאָן דער אָפּמאַך פֿון אָסלאָ. נישט נאָר די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע פֿון דעם 21סטן יאָרהונדערט האַלט אין איין באַווײַזן וווּנדער. מיטן כּוח פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע האָט אויך גענומען באַווײַזן אירע וווּנדערס די מאָדערנע סאָציאָלאָגיע, וואָס האָט אין דעם צווייטן יאָרצענדליק פֿון דריטן יאָרטויזנט אַרויסגעפֿירט אויף די באַריקאַדן פֿון דער סאָציאַלער רעוואָלוציע "אין הייליקן לאַנד" די נײַע "סינדערעלאַ" פֿון דער בלוי־ווײַסער שפּײַז־אינדוסטריע, דעם קאָטעדזש־קעז — דעם ווייכן צוואָרעך פֿאַר אָרעמעלײַט — און אים געקרוינט מיטן ריטערלעכן ערן־טיטל פֿון דער מאָדערנער סאָציאַלער רעוואָלוציע: די זאָ גענאַנטע, אַזוי־גערופֿענע "קאָטעדזש־רעוואָלוציע". עס בעט זיך אָבער צו געבן אייניקע אויפֿקלערונגען בנוגע די מאָדערנע באַגריפֿן און דערשײַנונגען, וואָס זענען אַנגאַזשירט אין דעם דאָזיקן אויסטערלישן פּראָצעס: די באַריקאַדן זײַנען נישט קיין באַריקאַדן, און — אין שאַרפֿן קעגנזאַץ צו די רעוואָלוציאָנערע אַנטוויקלונגען, וואָס קומען איצט פֿאָר אין דער שכנותדיקער סבֿיבֿה — אין דער אַראַבישער וועלט אַרום אונדז, וווּ עס ווערט פֿאַרגאָסן מענטשלעך בלוט אויף די גאַסן פֿון באַלאַגערטע שטעט — איז די ווײַסע קאָטעדזש־רעוואָלוציע אַ "ווירטועלע", אין וועלכער עס ווערט נישט פֿאַרגאָסן נישט נאָר קיין טראָפּן בלוט, נאָר אויך נישט קיין טראָפּן טינט; און אַפֿילו נישט קיין טראָפּן מילך, פֿון וועלכן דער "קאָטעדזש" ווערט פּראָדוצירט. חזיונות, נבֿואישע וויזיעס, זײַנען געוויינטלעך אַ פּראָדוקט פֿון דער מענטשלעכער נויט, אָפּהענגיק פֿון דעם מעמד, פֿון דער סאָציאָ־עקאָנאָמישער פּאָזיציע, אָדער אָנגעהעריקייט, פֿון דעם "וויזיאָנער". אין ייִדישן פֿאָלקלאָר קומט דער קלאַסן־אונטערשיד און די מאָס פֿון יעדן איינעמס נויט צום אויסדרוק אין דעם ווערטל: בײַ וועמען איז דאָס לעבן ביטער און בײַ וועמען איז די יויך צו שיטער. אין דער מאַרקסיסטישער תּורה דריקט עס זיך אויס אין דער טעזע, לויט וועלכער "דער זײַן באַשטימט דעם באַוווּסטזײַן". דאָס איז חל נישט נאָר אויפֿן סאָציאַלן, נאָר אויך אויפֿן נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן פֿון דעם אייבערשטנס יצירה. ווער זאָגט עס, אַז נתניהו האָט גאָרנישט געלערנט פֿון זײַנע פּאָליטישע דורכפֿאַלן אין זײַן ערשטער רעגירונג פֿון מיט איבער צען יאָר צוריק און אין די צוויי יאָר פֿון זײַן איצטיקער רעגירונג? זײַן איצטיקער באַזוך אין וואַשינגטאָן און זײַן טריִומפֿאַלער צוריקקער פֿון דאָרט קיין ישׂראל האָט בפֿירוש דערוויזן, אַז ער האָט זיך אין אָט דער צײַט גוט אויסגעלערנט די חכמה און די פּראַקטיק פֿון... רעדן. און, אין קעגנזאַץ צו דעם באַקאַנטן פֿאָלקסווערטל, אַז "ווען רעדן וואָלט געווען אַ פֿאַך", אאַז״וו, האָט ער זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ גרויסער קינסטלער, אַ מײַסטער אין דעם פֿאַך. ער האָט אויך אין דער זעלבער צײַט ווי אַ כּישופֿמאַכער דערוויזן, אַז "פֿון זאָגן ווערט מען נישט טראָגן": אין דער קורצער שעה פֿון זײַן רעדע — סײַ פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס און סײַ פֿאַרן ייִדישן לאַבי, דעם "אייפּאַק", האָט ער אַדורכגעפֿירט אַ סעמאַנטישן אַבאָרט און האָט פֿאַרוואַנדלט זײַן קאַטעגאָרישן "ניין" אין אַן אויסגעבלאָזן איי... אין זכות פֿון אָט דעם רעטאָרישן טאַלאַנט קענען מיר הײַנט שוין פֿרײַ אָפּעטעמען און שלאָפֿן רויִק: עס איז געוואָרן אויסגעמיטן אַ מלחמה צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע! מען וואָלט שוין געקענט אָפּגעבן מדינת־ישׂראל אַ "מזל־טובֿ", ווען נישט דער אָך און וויי צו אַזאַ שׂימחה... נאָך 63 יאָר פֿלעכט זיך ענדלעך די ייִדישע מדינה אַרײַן אין איר סבֿיבֿה, אין מיטעלן מיזרח און אין דער כוואַליע פֿון דעם מאַסיוון אויפֿברויז, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט און אָנגעצונדן די אַראַבישע וועלט. עס איז אָבער, ווי געזאָגט, אָך און וויי צו אַזאַ מין אַרײַנפֿלעכט, וואָס איז גאָר אין קעגנזאַץ צו דעם כאַראַקטער פֿון די אַראַבישע רעוואָלטן. צום בולטסטן, איז דאָס געקומען צום אויסדרוק אין סיריע, וועלכע האָט אין דעם טאָג "פֿאַרגעסן" די בלוטיקע מאַסאַקרע פֿון דער אַסאַד־דיקטאַטור און האָט אַלעמען פֿאַראייניקט צו דעם טאָג פֿון דעם "נאַקבאַ": זי האָט זיי אַלע געריכטעט קעגן ישׂראל. דער טאָג פֿון דעם "נאַקבאַ", פֿון וועלכן ישׂראל איז געוואָרן איבערראַשט, כאָטש דער געהיים־דינסט פֿון סיריע האָט אים געגרייט פֿון חדשים פֿריִער, האָט צוריק פֿאַראייניקט קעגן מדינת־ישׂראל די זיך באַקעמפֿנדיקע אַראַבישע צדדים און האָט אָפּגעווענדט זייער קאַמף פֿון זײַן לכתּחילהדיקער סאָציאַלער באַשטימונג. פּאָליטיק, זאָגט מען, איז אַן אָנגעבלאָזענער באַלעם אין די הענט פֿון פּאָליטיקערס. און פּאָליטיקערס האָבן געוויינטלעך בײַם עולם נישט קיין גוטן שם. אויך פּאָליטיק, וואָס פֿון איר איז אָפּהענגיק דער גורל פֿון דער מענטשהייט און דער קיום פֿון דער וועלט, מיט וועלכער זי פֿירט אייגנטלעך אָן, איז אין אַלגעמיין נישט קיין באַליבטער ענין, און זייער אַ סך מענטשן טרייסלען זיך אָפּ פֿון איר ווי פֿון אַ מגפֿה. איך קען אַ סך — אַפֿילו אינטעליגענטע — מענטשן, וואָס זאָגן, אַז זיי לייענען נישט אין די צײַטונגען און זשורנאַלן קיין זאַך וואָס האָט צו טאָן מיט פּאָליטיק. די מערסטע מענטשן לייענען נאָר די בײַלאַגעס וועגן ספּאָרט; אַנדערע — נאָר וועגן ליטעראַטור, קולטור און קונסט — סײַדן, עס טרעפֿט עפּעס אומגעוויינטלעכס: ווען אַ מענטש בײַסט אַ הונט, און נישט פֿאַרקערט, ווען אַ פּרעזידענט פֿון אַ מדינה ווערט געמישפּט פֿאַר שאַנד־אַקטן, פֿאַר פֿאַרגוואַלדיקונג, אָדער ווען עס טרעפֿט פֿון דעם פֿאָלקלאָריסטישן אוצר, און נישט נאָר פֿון דעם ייִדישן, איז זייער פּאָפּולער דאָס ווערטל, אַז "בעסער שפּעטער ווי קיינמאָל, האָט געזאָגט אַ ייִד ווען ער האָט פֿאַרשפּעטיקט צו דער באַן". אַ ייִד אַן אויסטויגער זוכט אַן אַלטערנאַטיוון אויסוועג, אַן אַנדערן טראַנספּאָרט־מיטל אָנצוקומען באַצײַטנס, אָדער וואָס גיכער, צום ציל פֿון זײַן נסיעה. דאַקעגן אַ טויגעניכטס, אַ שלימזל אָדער אַ בטלן אָן איניציאַטיוו, קלײַבט אויס, געוויינטלעך, די צווייטע ברירה: ער וואַרט אויף אַ צווייטער געלעגנהייט, אויף אַ נס, אויף דער קומענדיקער באַן. געשעט אָבער נישט זעלטן, אַז דער קומענדיקער צוג פֿאַרשפּעטיקט אָדער איז אַ שנעלצוג, וואָס שטעלט זיך נישט אָפּ אויף דער געגעבענער סטאַציע, און דער מענטש בלײַבט מיטן בלויזן ווערטל, אַז "בעסער שפּעטער איידער קיינמאָל"... אַזוי זעט אויס די איצטיקע רעגירונג פֿון בנימין נתניהו, וועלכע האָט דעם 1טן אַפּריל פֿאַרענדיקט די ערשטע העלפֿט פֿון איר קאַדענץ: אַ זעלבסצופֿרידענע פֿון איר עצם אויסהאַלטן און איבערלעבן אַלע שטרויכלונגען און קריזיסן און דעם דרוק פֿון אינעווייניק און פֿון דרויסן, פֿון איבערלעבן די שׂרפֿות אַרום אונדז. דאָס איז נישט געווען קיין פּורים־שפּיל, כאָטש עס האָט זיך אָפּגעשפּילט מער אָדער ווייניקער אין די טעג פֿון פּורים. דאָס איז געווען אַן אַכזריותדיקע שדים־שפּיל פֿון אַלע בייזע אונטערערדישע און איבערערדישע רוחות פֿון דער צעווילדעוועטער נאַטור — און אָן מאַסקעס. לויט אַלע סימנים האָט אונדזער דור, צוזאַמען מיט דעם דור פֿון אונדזערע קינדער און אייניקלעך, דעם טרויעריקן זכות צו לעבן אין אַן עפּאָכע פֿון גראַנדיעזע היסטאָרישע אויפֿטרייסלונגען. ווי דירעקט באַטייליקטע אין אָט דער דראַמע, אָדער ווי אירע אומבאַוווּסטזיניקע עדות אָדער קרבנות, און נישט האָבנדיק נאָך די גענוגנדיקע פּערספּעקטיוו פֿון צײַט, זענען מיר נישט מסוגל זי, ווי געהעריק, אָפּצושאַצן. נישט באַוויזן זיך אַרומצוזען נאָך דעם סאָציאַל־געזעלשאַפֿטלעכן שטורעם אין דער אַראַבישער וועלט, און גלײַך דערפֿילט די קלעפּ פֿון דער נאַטור־סטיכיע. די גלאָבאַליזאַציע האָט זיך אויסגעשפּרייט אויך אויף דער נאַטור. איצט שטייט די וועלט אַ צעטומלטע קעגנאיבער די ניט דערוואַרטע עווענטועלע נאָכפֿאָלגן פֿון דעם פֿאָרגעקומענעם אוניווערסאַלן צונאַמי. די איצטיקע אַנטוויקלונגען אין מיטעלן מיזרח לאָזן נישט איבער קיין ספֿק, אַז ער וועט מאָרגן־איבערמאָרגן שוין נישט זײַן דער זעלבער מיטעלער מיזרח, ווי ער איז געווען נעכטן־אייערנעכטן. קיינער קען אָבער נישט פֿאָרויסזאָגן ווי אַזוי אָט דער "נײַער מיטעלער מיזרח" וועט אויסזען; וואָס פֿאַר אַ פּנים וועט ער האָבן אויף צומאָרגנס נאָך דער "אַראַבישער רעוואָלוציע". אַזוי ווי עס איז נאָך קיינעם נישט באַוווּסט ווי אַזוי עס וועט אויסזען די וועלט נאָך דעם ווי משיח וועט קומען... די פּאָליטישע וועלט איז איצט פֿאַרקאָכט אין איר; זי איז אומרויִק, פֿאַרזאָרגט. ווײַל דאָס וועט אָן ספֿק זיך אָפּרופֿן אויפֿן פּאָליטישן גורל פֿון דער וועלט — און אויף די סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט — אויף די פּרײַזן פֿון נאַפֿט, אויף דעם סאָציאַלן וווילשטאַנד פֿון דער באַפֿעלקערונג אין די פֿאַרשיידענע לענדער, אויף די מיליטערישע בודזשעטן און אויף די נאַציאָנאַלע פּריאָריטעטן. דאָס ציווילע בירגערלעכע לעבן, מחוץ די רעוואָלטירנדיקע לענדער, גייט אָבער אָן מיט איר נאָרמאַלן גאַנג, ווי נישט זיי וואָלט מען געמיינט. אין דער צײַט ווען עס וועגט זיך דער נאַציאָנאַלער גורל פֿון אירע שכנים, איז מדינת־ישׂראל איצט באַשעפֿטיקט מיטן שטרײַק פֿון די סאָציאַלע אַרבעטער, וואָס ראַנגלען זיך אין זייער פֿאַרמעסט צו העלפֿן דער אומבאַהאָלפֿענער נויטלײַדנדיקער באַפֿעלקערונג אין באַדינגונגען פֿון זייער אייגענער סאָציאַלער געפֿאַלנקייט, אַליין זיך נייטיקנדיק אין סאָציאַלער הילף פֿון דער מדינה. גוט־מאָרגן, ישׂראל. שלום. ווי האַלט עס מיט דער וווּלקאַן־שׂרפֿה דאָרט בײַ אײַך אין דעם נאָענטן און מיטעלן אָריענט? און ווי האַלט עס דאָרט מיטן שלום? אַן אַלטער וויץ וואָס פֿלעגט ווערן צוגעפּאַסט צו פֿאַרשיידענע געענדערטע אומשטאַנדן דערציילט, לאָמיר זאָגן, וועגן אַ ייִדישער פֿרוי אין סטאַלינס צײַטן אין סאָוועט־רוסלאַנד, וואָס האָט געשוואַנגערט גאַנצע צוועלף יאָר. יעדעס יאָר פֿלעגט דאָס קינד אַרויסשטעקן דאָס קעפּל און פֿרעגן, צי סטאַלין לעבט נאָך, און דאַן אַן אַנטוישטער צוריק אַרײַנשטעקן דאָס קעפּעלע אין דער מאַמעס טראַכט. ווען סטאַלין איז ענדלעך געשטאָרבן און דאָס ייִנגעלע איז, מיט מזל, געבוירן געוואָרן, האָט מען עס, גלײַך נאָכן ברית אָנגעהויבן צוגרייטן אויפֿן אַנדערן יאָר, צו זײַן בר-מיצווה. נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון. דראַמאַטישע אַנטוויקלונגען זײַנען שוין פֿון לאַנג געוואָרן בײַ אונדז אַ רוטין, און אַזוי געשעט עס אויך מיט דעם אַלעם, וואָס האָט זיך אָפּגעטאָן און טוט זיך ווײַטער אָפּ אין אונדזערע טעג. דאָס געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע לעבן אין ישׂראל און אין מיטעלן מיזרח איז אין די ערשטע פֿינף וואָכן פֿון דעם נײַעם יאָר — נישט באַווײַזנדיק נאָך זיך אָפּצוקילן פֿון דער גרויסער שׂריפֿה אויפֿן כּרמל — געשטאַנען אונטערן צייכן פֿון פֿיר משמעותדיקע ברענפּונקטן. יעדער איינער פֿון זיי האָט געקענט — און איז שיִער נישט געוואָרן — אַ היסטאָרישער ווענד־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון דעם לאַנד. עס איז נאָר אָפּהענגיק פֿון דעם, ווי אַזוי די דאָזיקע ברען־פּונקטן אָדער ווענד־פּונקטן ווערן פֿאָרגעשטעלט און ווי אַזוי זיי ווערן קאָמענטירט. |