געזעלשאַפֿט
קינדער באַטייליקן זיך אין אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דער פּלאַנירטער דעפּאָרטאַציע פֿון אומלעגאַלע אימיגראַנטן און זייערע קינדער, געבוירן אין ישׂראל; אין תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק
קינדער באַטייליקן זיך אין אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דער פּלאַנירטער דעפּאָרטאַציע פֿון אומלעגאַלע אימיגראַנטן און זייערע קינדער, געבוירן אין ישׂראל; אין תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק
Credit: Getty Images

די איצטיקע אַנטוויקלונגען אין מיטעלן מיזרח לאָזן נישט איבער קיין ספֿק, אַז ער וועט מאָרגן־איבערמאָרגן שוין נישט זײַן דער זעלבער מיטעלער מיזרח, ווי ער איז געווען נעכטן־אייערנעכטן. קיינער קען אָבער נישט פֿאָרויסזאָגן ווי אַזוי אָט דער "נײַער מיטעלער מיזרח" וועט אויסזען; וואָס פֿאַר אַ פּנים וועט ער האָבן אויף צומאָרגנס נאָך דער "אַראַבישער רעוואָלוציע". אַזוי ווי עס איז נאָך קיינעם נישט באַוווּסט ווי אַזוי עס וועט אויסזען די וועלט נאָך דעם ווי משיח וועט קומען... די פּאָליטישע וועלט איז איצט פֿאַרקאָכט אין איר; זי איז אומרויִק, פֿאַרזאָרגט. ווײַל דאָס וועט אָן ספֿק זיך אָפּרופֿן אויפֿן פּאָליטישן גורל פֿון דער וועלט — און אויף די סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט — אויף די פּרײַזן פֿון נאַפֿט, אויף דעם סאָציאַלן וווילשטאַנד פֿון דער באַפֿעלקערונג אין די פֿאַרשיידענע לענדער, אויף די מיליטערישע בודזשעטן און אויף די נאַציאָנאַלע פּריאָריטעטן.

דאָס ציווילע בירגערלעכע לעבן, מחוץ די רעוואָלטירנדיקע לענדער, גייט אָבער אָן מיט איר נאָרמאַלן גאַנג, ווי נישט זיי וואָלט מען געמיינט. אין דער צײַט ווען עס וועגט זיך דער נאַציאָנאַלער גורל פֿון אירע שכנים, איז מדינת־ישׂראל איצט באַשעפֿטיקט מיטן שטרײַק פֿון די סאָציאַלע אַרבעטער, וואָס ראַנגלען זיך אין זייער פֿאַרמעסט צו העלפֿן דער אומבאַהאָלפֿענער נויטלײַדנדיקער באַפֿעלקערונג אין באַדינגונגען פֿון זייער אייגענער סאָציאַלער געפֿאַלנקייט, אַליין זיך נייטיקנדיק אין סאָציאַלער הילף פֿון דער מדינה.

שוין זיבן יאָר ווי עס איז נישט רעווידירט געוואָרן דער קאָלעקטיווער לוין־אָפּמאַך מיט די סאָציאַלע אַרבעטער, די אָנגעשטעלטע אין די מלוכישע און עפֿנטלעכע וווילשטאַנד־דינסטן. זייערע לוינען זײַנען פֿון די נידעריקסטע אויפֿן אַרבעטס־מאַרק און אין די מלוכישע דינסטן. אין אָט דער צײַט איז דער ווערט פֿון זייערע לוינען געפֿאַלן בערך מיט 30% פּראָצענט — און אַזאַ העכערונג, חוץ אַנדערע אַרבעטס־פֿאַרבעסערונגען, פֿאַרלאַנגען איצט די שטרײַקנדיקע אַרבעטער אין ישׂראל.

אין די זעלבע זיבן יאָר האָבן די רעגירונגען פֿון ישׂראל אויסגעהאָדעוועט הונדערטער נײַע מילאָנערן און צענדליקער נײַע מיליאַרדערן. — די רעגירונג באַרימט זיך מיט אירע גרויסע דערגרייכונגען אין אויפֿהאַלטן די עקאָנאָמישע סטאַביליטעט פֿון דער מדינה, אין דער צײַט ווען די מערבֿדיקע לענדער לײַדן נאָך אַלץ און קענען זיך נישט אַרויסקריכן פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן קריזיס פֿון דער גלאָבאַליזירטער וועלט. דער דאָזיקער קריזיס האָט צווישן אַנדערן אָנגעצונדן און צעבלאָזן די פֿלאַמען פֿון דער אַראַבישער רעוואָלוציע. נאָך די אויסברוכן פֿון צאָרן צוליב דער עקאָנאָמישער נויט פֿון די אָרעמע און מיטעלע שיכטן, איז געקומען דער אַלגעמיינער אויפֿברויז פֿון אַלע געזעלשאַפֿטלעכע שיכטן קעגן די דעספּאָטישע רעזשימען און פֿאַר בירגערלעכער פֿרײַהייט.

עס איז כּדאַי אָנצוּווײַזן אויף דער דערפֿאַרונג פֿון דער געשיכטע וועלכע לערנט אונדז, אַז אַזוי האָבן זיך געפֿירט אויך די פֿריִערדיקע גרויסע רעוואָלוציעס, ווי למשל: די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין 1789 מיטן שטורמען די באַסטיליע, צו באַפֿרײַען די אַרעסטירטע, און האָט געברענגט מיט זיך די דעקלאַראַציע פֿון מענטשן־רעכט — פֿאַר פֿרײַהייט, גלײַכהייט און ברודערשאַפֿט. אָבער ביז דער פֿאַרווירקלעכונג פֿון די דרײַ פּאָסטולאַטן זענען הונדערטער רעוואָלוציאָנערן געוואָרן געקעפּט אונטערן מעסער פֿון דער גילאָטינע; עס איז געקומען די דיקטאַטור פֿון ראָבעספּיער, נאָך דעם די קרוינונג פֿון נאַפּאָלעאָן און די באַנײַונג פֿון קײַזערטום, דערנאָך דער פֿעלקער־פֿרילינג און די פּאַריזער קאָמונע — ביז וואַנען פֿראַנקרײַך און נאָך איר די אַנדערע פֿעלקער פֿון אייראָפּע האָבן אײַנגעפֿירט דעמאָקראַטישע רעזשימען אונטער דעם קאָפּיטאַליסטישן סדר. דעם המשך געדענקען מיר אַלע. די צווייטע גרויסע רעוואָלוציע איז געווען די פֿעברואַר־רעוואָלוציע פֿון 1917 אין רוסלאַנד, וואָס האָט באַפֿרײַט די פֿעלקער פֿון רוסלאַנד פֿון דעם צאַרישן דעספּאָטיזם. אָבער אַ האַלב יאָר נאָך איר, איז געקומען די באָלשעוויקישע אָקטאָבער־רעוואָלוציע, וועלכע האָט ליקווידירט די דעמאָקראַטישע פֿרײַהייטן און האָט אײַנגעפֿירט די סטאַלינישע קאָמוניסטישע דיקטאַטור.

די אַלע אַנטוויקלונגען זענען אין דער צײַט פֿון זייער פּאַסירונג נישט געווען פֿאָרויסצוזען און זײַנען געבליבן ווי באַלערנדיקע דערפֿאַרונגען פֿאַר די היסטאָריקער, אָבער נישט פֿאַר די פּאָליטישע דעמאַגאָגן, וואָס האָבן פֿון דער געשיכטע ווייניק וואָס געלערנט.

אויך אונדזערע רעגירונגס־לײַט, בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, האָבן נישט געלערנט און לערנען נישט — סײַ פֿון דער אַלגעמיינער געשיכטע און אויך נישט פֿון אונדזער אייגענער דערפֿאַרונג. און ווען זיי לערנען שוין יאָ — קומט עס צו שפּעט. עס איז גענוג צו דערמאָנען דעם בײַשפּיל פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם גענעראַל יהושפֿט האַרקאַווי, דער שעף פֿונעם מיליטערישן אינפֿאָרמאַציע־דינסט אין די פֿריִע יאָרן פֿון דער מדינה, וועלכער האָט בשעתּו געהאַט איבערגעזעצט די אַ״ג "פּאַלעסטינער קאָנווענץ". נאָכן פֿאַרלאָזן זײַן אַמט, האָט ער זיך געווידמעט דער אַקאַדעמישער פֿאָרשונג פֿון געשיכטע און איז, אין דעם זכות, געוואָרן איינער פֿון די ערשטע, אין יענער צײַט, אָנהענגער פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה.

די באַזינונג פֿון ד״ר גענעראַל האַרקאַווי איז פֿאָרגעקומען באַצײַטנס. ער האָט אָבער שוין דעמאָלט קיין פּאָליטישע השפּעה נישט געהאַט, סײַדן אַן אינטעלעקטועלע. אַ דעצידירנדיקע פּאָליטישע השפּעה האָט געקענט האָבן אַריאל שרון, ווען זײַן אויסניכטערונג וואָלט ניט געהאַט געקומען צו שפּעט. אין זײַן גאַנצער מיליטערישער קאַריערע און שפּעטער אין דער מלחמה אין לבֿנון און אין זײַנע ציווילע פֿונקציעס ווי מיניסטער איז ער געווען דער "בולדאָזער פֿון דער ארץ־ישׂראל השלמה", דער בויער פֿון דער קאָלאָניזאַציע אין די אָקופּירטע שטחים, און האָט אַלץ געטאָן צו באַשטימען געשעענע פֿאַקטן, צו שאַפֿן אַ נײַע ווירקלעכקייט וואָס זאָל מאַכן פֿאַר אוממעגלעך די דאָזיקע ווירקלעכקייט צו ליקווידירן. ער איז אָבער, ווערנדיק אויסגעוויילט ווי דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, געוואָרן דער וואָס האָט אונטערגעשריבן אין נאָמען פֿון דער רעגירונג דעם סטראַטעגישן בונד מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. און ווען שרון האָט אונטערגעשריבן — צוערשט מיט 14 באַוואָרענישן — דעם אָפּמאַך וועגן דער וועגן־מאַפּע פֿון פּרעזידענט בוש, וואָס האָט פֿאַרפֿליכטעט ישׂראל אָפּצושטעלן די קאָלאָניזאַציע — האָט ער געוואָרפֿן אין פּאָליטישן חלל אַרײַן די באַרימטע תּירוצים פֿאַר זײַן איבערקער: "מיר האָבן זיך אויפֿגעוועקט פֿון אַ חלום וועגן אַ גרויס ארץ־ישׂראל; אַז הײַנט קאָן מען נישט הערשן איבער אַן אָקופּירטן שטח און איבער פֿיר מיליאָן פֿרעמדע בירגער, און דעם סאַמע וויכטיקסטן מאָטיוו פֿאַר זײַן איבערקער, אַז — וואָס מען זעט פֿון דאַנען (פֿונעם פֿענצטער פֿון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע) זעט מען נישט פֿון דאָרט (פֿון דער אָפּאָזיציע)"... זײַן חלום איז אָבער געווען שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מדינה אויף ווייניקער פֿון אַ העלפֿט פֿון איר שטח, און דאָס ערשט אין צוואַנציק יאָר אַרום...

די דאָזיקע האַלבע אויסניכטערונג איז שוין אָבער געקומען בײַ אים צו שפּעט, ווען דער אָקופּירטער שטח מיט אַלע סטראַטעגישע בערג און בערגלעך אין סאַמע האַרץ פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע איז שוין געווען באַזעצט און פֿאַרבויט מיט הײַזער און פֿאָרפּאָסטנס פֿון באַוואָפֿנטע און גוט באַשיצטע קאָלאָניסטן — מתנחלים. זײַן פּאַרטיי־חבֿר אין דער אָנפֿירונג פֿון ליכּוד, בנימין נתניהו האָט פּרובירט אַדורכפֿירן אַ פּאַרלאַמענטאַרישן פּוטש קעגן שרונען, דעם פּאַרטיייִשן מנהיג, און איז געבליבן מיט אַ קליינער פֿראַקציע פֿון 12 מאַנדאַטן אין דער כּנסת, נאָך דעם ווי שרון האָט זיך אָפּגעשלאָסן מיט דער גרויסער מערהייט און געשאַפֿן די "קדימה". אַ קורצע צײַט נאָכן דורכפֿירן די עוואַקואַציע פֿון דעם עזה־שטרײַף איז שרון אַרײַנגעפֿאַלן אין זײַן לעטאַרגישן שלאָף.

אונטער דער ירושה־אָנפֿירונג פֿון אהוד אולמערט איז די רעגירונג אַרײַנגעטראָטן אין אינטענסיווע אונטערהאַנדלונגען מיט אַבו־מאַזען און איז שוין געווען נאָענט צו אַ הסכּם איבער די גרונט־מחלוקתן צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. האָט אים אָבער דעמאָלט געשטרויכלט דער מאַכט־גײַציקער מנהיג פֿון דער "עבֿודה" צוליב די באַשולדיקונגען וועגן קאָרופּציע, און דערפֿירט צו נײַע וואַלן צו דער כּנסת — און די רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט איז געפֿאַלן; נתניהו איז געוואָרן צוריקגעקערט צו דער מאַכט, מיט דער הילף פֿון "עבֿודה".

דעם 1טן אַפּריל ווערט צוויי יאָר — אַ העלפֿט פֿון נתניהוס צווייטער הערשאַפֿט־קאַדענץ, אין וועלכער ער האָט צוגעזאָגט צו דערגרייכן אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער אין פֿאַרלויף פֿון בלויז צען חדשים. אין זכות פֿון דעם כּמעט פּאַראַלעלן אַרײַנטריט פֿון דעם שוואַרצן פּרעזידענט אין ווײַסן הויז און אונטער זײַן דרוק, האָט זיך געשאַפֿן אַ זעלטן גינציקע אַטמאָספֿער צו דערגרייכן דעם לאַנג געגאַרטן שלום אין אַ קורצער צײַט, בײַ דער פֿולער אונטערשטיצונג פֿון דער אַראַבישער ליגע, און דער גורל איז אויסגעפֿאַלן גראָד אויף נתניהו, דעם שאַרפֿן קעגנער פֿון די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ. און גראָד אויף אים, דעם געטרײַען תּלמיד פֿון זשאַבאָטינסקי, דעם מנהיג פֿונעם רעכטן לאַגער און פּרעמיער פֿון דער סאַמע רעכטסטער קאָאַליציע אין ישׂראל, איז אויך געפֿאַלן דער גורל צו זײַן דער ערשטער פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל צו דעקלאַרירן די הסכּמה פֿאַר "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער".

עס האָט אויסגעזען, אַז אויך נתניהו האָט אַדאָפּטירט דעם זאָג פֿון אַריאל שרון, אַז וואָס מען זעט נישט פֿון דאָרטן, אין דער אָפּאָזיציע, זעט מען פֿון דער קאָאַליציע. ער האָט זיך אַרומגעפּאַנצערט מיט אַ שטאַרקער קאָאַליציע, אָבער קעגן זײַן יעדן שריט וואָס ער האָט געמאַכט אונטערן דרוק פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ און פֿון דעם אייראָפּעיִשן "קוואַרטעט" אויף צו דערנענטערן דעם שלום, האָט ער אויפֿגעשטעלט קעגן זיך אַ שטאַרקע אינערלעכע אָפּאָזיציע, אין זײַן אייגענער פּאַרטיי.

אויף אַזאַ אופֿן האָט נתניהו פֿאַרטאַכליעוועט גאַנצע צוויי יאָר אויף זײַן פּאָליטישער בטלנות, בלאָקירנדיק מיט אַ "העראָיִשער" עקשנות דעם וועג צו אַ שלום. און ווען עס איז אויסגעבראָכן די אַראַבישע רעוואָלוציע, איז ישׂראל געבליבן אויסגעשטעלט צו אַלע נישט פֿאָרויסגעזעענע געפֿאַרן, נישט האָבנדיק פֿאַרזיכערט דעם שלום מיט דער אַראַבישער וועלט. די דאָזיקע געשיכטע לייענט זיך הײַנט ווי אַ טרויעריקע הגדה אין אַ טרויעריקער צײַט.

די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן אָפּגעראַטעוועט ישׂראל פֿון אַ דורכפֿאַל אין זיכערהייטס־ראַט פֿון דער יו־ען, וווּ אַלע 14 מדינות האָבן געשטימט קעגן דער קאָלאָניזאַציע אויף די שטחים. נתניהו פֿאַרגעסט אָבער, אַז אויך אַמעריקע וויל נישט בלײַבן איזאָלירט אויף דער וועלט צוליב דער פּאָליטיק פֿון ישׂראל, וואָס פֿירט צו איר פֿולער דעלעגיטימאַציע. נאָך די לענדער פֿון דרום־אַמעריקע, וואָס מיט זייערע שטימען אין דער יו־ען איז געשאַפֿן געוואָרן די מדינה, הייבן אָן די לענדער פֿון אייראָפּע צו אָנערקענען די פּאַלעסטינער מדינה, און ענגלאַנד האָט שוין באַשלאָסן צו העכערן דעם ראַנג פֿון דער פּאַלעסטינער אַמבאַסאַדע אין לאָנדאָן צום פֿולן דיפּלאָמאַטישן ראַנג פֿון אַן אומאָפּהענגיקער מדינה. ווען נתניהו האָט אין אַ טעלעפאָנישן געשפּרעך מיט דער קאַנצלערין פֿון דײַטשלאַנד געמאַכט איר אַ פֿאָרוווּרף הלמאַי איר פֿאָרשטייער אין זיכערהייטס־ראַט האָט געשטימט פֿאַר דער פּראָ־פּאַלעסטינער רעזאָלוציע, האָט זי אים מיט כּעס געפֿרעגט — ווי וואַגט ער איר צו מאַכן אַזאַ פֿאָרוווּרף, אין דער צײַט ווען ער איז נישט מקיים קיין איינעם פֿון זײַנע צוזאָגענישן...

איצט גרייטן די פּאַלעסטינער, אין זייער "פֿרידלעכער מלחמה" אַ רעזאָלוציע, וואָס וועט אָנערקענען די פּאַלעסטינער מדינה דורך דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער יו־ען אין סעפּטעמבער פֿון דעם יאָר — און דאָס מאָל וועלן אויך די אייראָפּעיִשע מדינות שטימען פֿאַר דער פּאַלעסטינער מדינה און קעגן ישׂראל. דאָרט קען אַמעריקע קיין וועטאָ נישט אַרויפֿלייגן.

אין קלעם צווישן דעם מעכטיקן פּאָליטישן דרוק פֿון דרויסן און דעם אָנגעזאָגטן ווידערשטאַנד אין זײַן אייגענער פּאַרטיי און פֿון זײַן רעכטער קאָאַליציע, גרייט זיך נתניהו צו האַלטן זײַן צווייטע — נאָך בר־אילן — "היסטאָרישע רעדע"; דאָס מאָל, פֿאַר דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס אין וואַשינגטאָן.

איר גורל זעט אָבער אויס צו זײַן דער זעלבער ווי פֿון יענער ערשטער דעקלאַראַציע אין בר־אילן בײַם אָנהייב פֿון זײַן קאַדענץ. זאָל נאָר זײַן צוגעזאָגטע ישועה פֿאַר ישׂראל נישט קומען אַביסעלע צו שפּעט...

תּל־אָבֿיבֿ, 9טער מערץ 2011