געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נישט נאָר די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע פֿון דעם 21סטן יאָרהונדערט האַלט אין איין באַווײַזן וווּנדער. מיטן כּוח פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע האָט אויך גענומען באַווײַזן אירע וווּנדערס די מאָדערנע סאָציאָלאָגיע, וואָס האָט אין דעם צווייטן יאָרצענדליק פֿון דריטן יאָרטויזנט אַרויסגעפֿירט אויף די באַריקאַדן פֿון דער סאָציאַלער רעוואָלוציע "אין הייליקן לאַנד" די נײַע "סינדערעלאַ" פֿון דער בלוי־ווײַסער שפּײַז־אינדוסטריע, דעם קאָטעדזש־קעז — דעם ווייכן צוואָרעך פֿאַר אָרעמעלײַט — און אים געקרוינט מיטן ריטערלעכן ערן־טיטל פֿון דער מאָדערנער סאָציאַלער רעוואָלוציע: די זאָ גענאַנטע, אַזוי־גערופֿענע "קאָטעדזש־רעוואָלוציע".

עס בעט זיך אָבער צו געבן אייניקע אויפֿקלערונגען בנוגע די מאָדערנע באַגריפֿן און דערשײַנונגען, וואָס זענען אַנגאַזשירט אין דעם דאָזיקן אויסטערלישן פּראָצעס: די באַריקאַדן זײַנען נישט קיין באַריקאַדן, און — אין שאַרפֿן קעגנזאַץ צו די רעוואָלוציאָנערע אַנטוויקלונגען, וואָס קומען איצט פֿאָר אין דער שכנותדיקער סבֿיבֿה — אין דער אַראַבישער וועלט אַרום אונדז, וווּ עס ווערט פֿאַרגאָסן מענטשלעך בלוט אויף די גאַסן פֿון באַלאַגערטע שטעט — איז די ווײַסע קאָטעדזש־רעוואָלוציע אַ "ווירטועלע", אין וועלכער עס ווערט נישט פֿאַרגאָסן נישט נאָר קיין טראָפּן בלוט, נאָר אויך נישט קיין טראָפּן טינט; און אַפֿילו נישט קיין טראָפּן מילך, פֿון וועלכן דער "קאָטעדזש" ווערט פּראָדוצירט.

וועט איר דאָך אַוודאי פֿרעגן: ווי קומט עס דאָ דער בוידעם צום קלאָץ? ווי קומט ווייכע מילכיקע עסנוואַרג צום האַרטן בעטאָן פֿאַר וווינונגס־בוי, וואָס ביידע טרעפֿן זיך צוזאַמען אין די עטיקעטן, אין די קאָטעדזש־הײַזקעס, וואָס זײַנען אָנגעצייכנט אויף די קליינע בעכערס פֿון דינעם פּלאַסטיק, אין וועלכע עס "וווינט" דער געקרוינטער מילכיקער מאכל צום פֿרישטיק.

זיי האָבן אָבער אויך אַן אַנדערן, אַ מער ממשותדיקן שײַכות: די פּרײַזן פֿון ביידע פּראָדוקטן — פֿון דעם אמתדיקן ווי פֿון דעם געצייכנטן — זײַנען לעצטנס גאָר שטאַרק געשטיגן און האָבן שיִער נישט אַרויסגעטריבן אויף די גאַסן די אויפֿגעבראַכטע מאַסן. נאָר אַ דאַנק דער הויכער טעכנאָלאָגיע, וועלכע האָט אָנגעווענדט דעם "פֿייסבוק", האָט זיי פֿאַרשפּאָרט דאָס אַרויסגיין צו דעמאָנסטרירן אויף די גאַסן און דאָס שלאָגן זיך מיט דער פּאָליציי. די רעוואָלוציע קעגן דער פֿאַרטײַערונג פֿון דעם קאָטעדזש האָט זיך אויסגעדריקט אין אַ דעמאָנסטראַציע "דע לוקס" — אַ "ווירטועלע" קאָנפֿראָנטאַציע, אָן דער פֿיזישער באַטייליקונג פֿון די דעמאָנסטראַנטן. אַ שלאַכט אונטער דער קאָמאַנדע פֿונעם "גענעראַל ׳פֿייסבוק׳."

הלוואַי אויף די צוקונפֿטיקע מלחמות געזאָגט: מיטן "געווער" פֿון די קאָמפּיוטערס...

און — הערט אַ מעשׂה: עס האָט געווירקט. די 95 טויזנט פֿיקטיווע דעמאָנסטראַנטן, וואָס האָבן פּראָטעסטירט בײַ די טישן קעגנאיבער דעם עקראַן פֿון דעם קאָמפּיוטער, האָבן מנצח געווען און געוווּנען די מלחמה — נישט נאָר פֿאַר דעם אָנגעצייכנטן קאָטעדזש אויפֿן ווײַסן פּלאַסטישן בעכערל מיטן ווייכן קעז, נאָר אויך פֿאַר דעם האַרטן בעטאָן פֿון דעם הײַזער־בוי, וואָס זײַן פּרײַז האַלט אין איין אומענדלעכן שטײַגן אין "זכות" פֿון דער "פֿרײַער" קאָנקורענץ און דער נאָך פֿרײַערער באָדן־ספּעקולאַציע.

אָבער אַזוי ווי די פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע קעגן דער פֿאַרטײַערונג, אַזוי איז אויך די גיכע פֿאַרביליקערונג געווען אַ ווירטועלע, אַ פֿיקטיווע: דער פּרעמיער־מיניסטער בּכבֿודו ובֿעצמו, דער כּהן גדול פֿון דעם "פֿרײַען מאַרק" און אַרכיטעקט פֿון דער גאַלאָפּירנדיקער פֿאַרטיפֿונג פֿון די סאָציאַלע קאָנטראַסטן אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, האָט זיך באַנוצט מיטן פּאַטענט פֿון דעם רבינס קאָזע: ער האָט פֿאַראָרדנט צו סובסידירן (אין סתּירה צו זײַן עקאָנאָמישער אידעאָלאָגיע) מיט 100,000 שקלים יעדן אויסגעדינטן סאָלדאַט, וואָס וועט וועלן קויפֿן אַ וווינונג — מיטן תּנאַי, אַז ער וועט זי קויפֿן אויף די "פּעריפֿעריעס", וואָס עס מיינט: אין גליל, וווּ די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג איז אַן אַראַבישע, ווי אויך אין דער וויסטע אויפֿן נגבֿ און אויף די "באַפֿרײַטע" שטחים. וואָס שייך אָבער דעם "קאָטעדזש" פֿון דעם ווייכן קעז, איז ער געוואָרן ביליקער מיטן כּוח פֿון דעם קונים־באָיקאָט, וואָס איז פּראָקלאַמירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון דעם "פֿייסבוק" און האָט פֿאַרקלענערט דעם פֿאַרקויף פֿון דעם פּראָדוקט מיט 43%. די מילך־קאָנצערנען פֿון "תּנובֿה" און שטראַוס (דער דריטער, "טרה", האָט ביז איצט געשוויגן) האָבן אַראָפּגענידערט דעם פּרײַז.

דער זעלבער גורל האָט געטראָפֿן מיט אַ סך אַנדערע פּאָפּולערע פּראָדוקטן, בראָש מיטן פּרײַז פֿון אויל און בענזין וואָס איז ערשט מיט צוויי חדשים צוריק געהעכערט געוואָרן מיט 40 אגורות אויף אַ ליטער (אין די טעג, ווען עס האָט אין דער ישׂראלדיקער לופֿט זיך דערפֿילט נישט נאָר דער ריח פֿון נעפֿט, נאָר אויך דער איבערגייענדיקער ריח פֿון נײַע וואַלן), האָט דער פּרעמיער נתניהו זיך באַנוצט מיטן פּסיכאָלאָגישן עפֿעקט און האָט פּראָקלאַמירט, אַז ער האָט באַפֿוילן די באַרופֿענע פֿאַקטאָרן אָפּצורופֿן תיכּף די גזירה. עס האָט אָבער געדויערט עטלעכע וואָכן און פֿון די 40 אַגורות איז געוואָרן 25, וועלכע זײַנען אָבער קורץ נאָך דעם צוריקגעקערט געוואָרן די אויל־קאָנצערנען בעת דער מאָנאַטלעכער פֿאַרטײַערונג "אין די ראַמען פֿון די גלאָבאַלע פּרײַז־וויבראַציעס".

טויזנטער מאָסן (ליטערס?) פֿון ווערבאַלער ענערגיע זענען שוין געוואָרן פֿאַרנוצט דורך די כּלערליי עקאָנאָמישע און פּאָליטישע פֿאַקטאָרן, און אָן אַ שיעור תּירוצים זײַנען שוין געוואָרן אויסגענוצט און איבערגעחזרט דורך דער רעגירונג און דורך די פֿאַרקויף־קאָנצערנען, כּדי אויפֿצוקלערן הלמאַי דער "קאָטעדזש", די אָרעמע סינדערעלאַ פֿון דער מילך־אינדוסטריע, האָט זוכה געווען צו ווערן די פּרינצעסין, דער "טריגער", פֿון דער קורץ דויערנדיקער דיגיטאַלער "פֿייסבוק"־רעוואָלוציע, וואָס האָט אַרויסגעפֿירט פֿון די כּלים — אָבער נישט אויף די גאַסן — די באַפֿעלקערונג פֿון מדינת־ישׂראל.

עס האָט זיך אָבער ביז איצט נישט אײַנגעגעבן אויפֿצוקלערן הלמאַי איז גראָד דער דאָזיקער פּראָדוקט מיט אייניקע יאָר צוריק געוואָרן, אונטערן דרוק פֿון זײַנע נײַע אויסלענדישע שותּפֿים, אַרויסגענומען פֿון אונטער דער פּרײַזן־קאָנטראָל פֿון דעם מיניסטעריום פֿאַר האַנדל און אינדוסטריע און פֿאַר וווילשטאַנד איבער אַ צאָל אַנדערע לעבנס־וויכטיקע געברויכס־אַרטיקלען, זינט דער גרויסער קאָאָפּעראַטיווער מילך־קאָנצערן פֿון די מושבֿים און קיבוצים, די "תּנובֿה", איז באַהערשט געוואָרן פֿון דער אויפֿגעקומענער אויסלענדישער פּלוטאָקראַטיע, בראָש מיט דעם קאָנצערן "אײַפּעקס", וועמענס צענטער געפֿינט זיך אין לאָנדאָן, און וואָס איר איינציקער סענטימענט איז — פֿאַרדינען וואָס מער.

עס איז אָבער קיין חידוש נישט דאָס אָנווענדן דעם אַלטן פּסיכאָלאָגישן עפֿעקט — צו פֿאַרדעקן מיטן שלײַער פֿון דער "קאָטעדזש־רעוואָלוציע" דעם שטאַרקן אומרו, וואָס טראָגט זיך אָן אויף די איצטיקע טעג — מיטן באַנײַטן פּרוּוו פֿון דער פּראָטעסט־פֿלאָטיליע דורכצוברעכן די בלאָקאַדע פֿון עזה־פּאַס, מיטן דערנענטערן זיך פֿון אירע שיפֿן הײַנט־מאָרגן צו די ברעגן פֿון דער באַלאַגערטער שטאָט.

ווי מיר זעען, וועלן אונדז אין די נאָענטסטע טעג, וואָכן און חדשים קיין געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע דראַמעס נישט פֿעלן...

תּל־אָבֿיבֿ, 28סטער יוני 2011