פּובליציסטיק
די אַנטי־רעגירונג דעמאָנסטראַנטן אין תּימן צעשטערן אַן אויטאָ, וואָס געהערט צו די שטיצער פֿון דער רעגירונג, דינסטיק, בעת אַ מאַניפֿעסטאַציע בײַם "סאַנאַאַ־אוניווערסיטעט"
די אַנטי־רעגירונג דעמאָנסטראַנטן אין תּימן צעשטערן אַן אויטאָ, וואָס געהערט צו די שטיצער פֿון דער רעגירונג, דינסטיק, בעת אַ מאַניפֿעסטאַציע בײַם "סאַנאַאַ־אוניווערסיטעט"
Credit: Getty Images

גוט־מאָרגן, ישׂראל. שלום.

ווי האַלט עס מיט דער וווּלקאַן־שׂרפֿה דאָרט בײַ אײַך אין דעם נאָענטן און מיטעלן אָריענט? און ווי האַלט עס דאָרט מיטן שלום?

אַן אַלטער וויץ וואָס פֿלעגט ווערן צוגעפּאַסט צו פֿאַרשיידענע געענדערטע אומשטאַנדן דערציילט, לאָמיר זאָגן, וועגן אַ ייִדישער פֿרוי אין סטאַלינס צײַטן אין סאָוועט־רוסלאַנד, וואָס האָט געשוואַנגערט גאַנצע צוועלף יאָר. יעדעס יאָר פֿלעגט דאָס קינד אַרויסשטעקן דאָס קעפּל און פֿרעגן, צי סטאַלין לעבט נאָך, און דאַן אַן אַנטוישטער צוריק אַרײַנשטעקן דאָס קעפּעלע אין דער מאַמעס טראַכט. ווען סטאַלין איז ענדלעך געשטאָרבן און דאָס ייִנגעלע איז, מיט מזל, געבוירן געוואָרן, האָט מען עס, גלײַך נאָכן ברית אָנגעהויבן צוגרייטן אויפֿן אַנדערן יאָר, צו זײַן בר-מיצווה.

דער דאָזיקער אַנעקדאָט האָט שוין, ווי געזאָגט, אַ לאַנגע באָרד, כאָטש עס רעדט זיך אין אים וועגן אַ נײַ־געבוירן קינד. דאָך האָט ער אויך אַ גוטן שײַכות צו דער לאַגע פֿון ישׂראל און דעם שלום, וועלכן מען לאָזט נישט געבוירן ווערן זינט צענדליקער יאָרן (ער וויל שוין גראָד יאָ זיך אַרויסקריגן פֿון דער מאַמעס בויך). און, הערט אַ מעשׂה: מען האָט אים שוין אַפֿילו אַ נאָמען געגעבן נאָך איידער ער איז געבוירן־געוואָרן, נאָך פֿאַר דעם געבורט פֿון דער מדינה, אין וועלכער זײַן נאָמען, דאָס וואָרט "שלום" איז געוואָרן דאָס סאַמע פּאָפּולערסטע און דאָס צום מערסטן געברויכטע וואָרט אין העברעיִשן און אויך אין ייִדישן לשון. צו וויפֿל ברכות האָט מען אים שוין צוגעקלעפּט און אָנגעהאָנגען, און וויפֿל מאָל האָט מען אים געלויבט און געשענדעט, פֿאַרהייליקט און פֿאַרשאָלטן... מיט אים לייגט מען זיך שלאָפֿן און מיט אים כאַפּט מען זיך אויף, און מען געברויכט אים בײַ יעדער קלענסטער און מעגלעכסטער געלעגנהייט.

שלום עליכם. שלום על כּל ישׂראל. שלום בבוקר און שלום בלילה. שלום בײַטאָג און בײַנאַכט.

ער קומט דאָך, דער שלום, מיט די בעסטע כּוונות. וויפֿל גוטע געלעגנהייטן זײַנען געוואָרן פֿאַרפּאַסט, און וויפֿל זינלאָזע תּירוצים זײַנען דערפֿינדן געוואָרן, כּדי אים, דעם שלום, צו שטרויכלען! האָט טאַקע די פּאָליטישע רעאַליטעט אונטערגעטראָגן און געליפֿערט דעם רעגירונגס־שעף פֿון ישׂראל, דעם פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו, דעם גאָלדענעם תּירוץ: די רעבעליע אין דער אַראַבישער וועלט. דעם וווּלקאַן־אויסברוך אין טוניס, וואָס האָט אַנגעצונדן די גרויסע שׂרפֿה אין עגיפּטן און פֿון דאַנען זיך אויסגעשפּרייט איבער די לענדער פֿון צפֿון־אַפֿריקע און דרום־אַראַביע, פֿון די ברעגן פֿונעם אַטלאַנטיק אויף מערבֿ, ביז לענג־אויס דעם גאַנצן דרומדיקן ברעג פֿון מיטל־לענדישן ים, לענג־אויס דעם דרומדיקן ברעג פֿון דעם סאַוד־אַראַבישן האַלב־אינדזל דורך תּימן און באַכריין און ביז צו דעם פּערסישן אײַנגוס און דערגרייכט אַזש ביז דער נישט אַראַבישער, אָבער שייִטיש־מוסולמעניש־פֿונדאַמענטאַליסטישער איראַן, וועלכע האָט איצט, אין סאַמע מיטן פֿון דער גרויסער פֿײַער־סומאַטאָכע אין דעם ראַיאָן, דעמאָנסטרירט די אָנוועזנהייט פֿון אירע קריגס־שיפֿן בײַ די ברעגן פֿון סיריע, ביז גאָר נאָענט צו די טעריטאָריעלע וואַסערן פֿון מדינת־ישׂראל.

הײַנטיקע וואָך איז עס געווען די נאַפֿטרײַכע מדינה ליביע, וווּהין דאָס פֿײַער האָט זיך אַריבערגעכאַפּט און האָט אָנגעצונדן די רעבעליע קעגן דעם דעספּאָטישן רעזשים פֿון דעם גראָטעסקישן מידבר־הערשער מואַמער קאַדאַפֿי. נאָך נישט דער לעצטער אין דער ריי, אָבער שוין נישט דער ערשטער פֿון די לענדער, וואָס זייערע דיקטאַטאָרישע הערשער ווערן אומגעוואָרפֿן און פֿאַלן ווי אַ דאָמינאָ אין דעם אויסברוך פֿון דעם נאַציאָנאַלן צאָרן פֿון זייערע אונטערטעניקע בירגער. און די האָבן דערשפּירט דעם טעם פֿון דער פֿרײַהייט און פֿון דער כּמעט דערגרייכטער מאַכט.

דער דאָזיקער רעוואָלוציאָנערער אויפֿברויז, וואָס, איז עלול גאָר ערנסט צו באַדראָען די אַמעריקאַנער און די אייראָפּעיִשע גרויסמאַכטן און דעם איצטיקן "פּאָליטישן סדר" אויף דער וועלט, איז נישט געוואָרן פֿאָרויסגעזען אַפֿילו דורך קיין שום פֿון די מערבֿדיקע גרויסמאַכטן, פֿון אַמעריקע און פֿון אייראָפּע, און אויך נישט פֿון ישׂראל, מיט זייערע אומגעוויינטלעך סאָפֿיסטיקירטע און דערפֿאַרענע געהיימע אינפֿאָרמאַציע־דינסטן. אַזוי ווי קיינער פֿון זיי האָט נישט פֿאַרויסגעזען מיט 22 יאָר צוריק דאָס פֿאַלן פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים מיט זײַן קאָמוניסטישער אימפּעריע און זייערע סאַטעליטן־רעזשימען אויף די אַנדערע קאָנטינענטן, אַזוי קען אויך איצט קיינער פֿון די "פֿרײַע לענדער" נישט פֿאָרויסזען דעם גורל און דעם המשך פֿון דעם איצטיקן רעוואָלט, וואָס איז אָן ספֿק אַ רעזולטאַט פֿון דער "דיגיטאַלישער רעוואָלוציע", וועלכע האָט געעפֿנט די צוימען פֿון דער פֿרײַער אינפֿאָרמאַציע, וואָס דרינגט אַרײַן אין די טעכנאָלאָגיש צוריקגעשטאַנענע לענדער, ווי אויך אין די רעליגיעזע און קאָנסערוואַטיווע קרײַזן. די דאָזיקע פֿאַקטאָרן באַקעמפֿן מיט אַלע מיטלען און מיט זייער פּאָליטישער השפּעה — אויך בײַ אונדז אין ישׂראל און אין דער ייִדישער וועלט — דעם צוטריט פֿון די גלויביקע צו יעטוועדער פֿאָרגעשריטענער דערציִונג און בילדונג.

דער אויפֿשטאַנד קעגן די דעספּאָטישע רעזשימען איז אויסגעבראָכן ספּאָנטאַניש, ווי אַ רעוואָלט פֿון צאָרן קעגן דער טיפֿער נויט, דעם הויכן יקרות פֿון די עלעמענטאַרע געברויכס־אַרטיקלען און דער אויסזיכטלאָזיקייט פֿון די געטראָפֿענע שיכטן. דערנאָך איז דער כּעס געריכטעט געוואָרן קעגן דער אונטערדריקונג פֿון די בירגערלעכע מענטשן־רעכט און פֿון פֿרײַען געדאַנק. עס איז נישט געווען קיין אָרגאַניזירטע אָנפֿירונג, וואָס זאָל זיי ריכטן אין אַ וועלכער עס איז אידעיִשער ריכטונג. אַזוי האָט דער מנהיג פֿון די מוסולמענישע ברידער אין מצרים דערגרייכט די פֿרײַהייט זיך צוריקצוקערן, נאָך צענדליקער יאָרן גלות, צוריק קיין מצרים און צו האַלטן אין איינעם פֿון די צענטראַלע מעטשעטן פֿון קאַיִר אַ שאַרפֿע העץ־דרשה קעגן ישׂראל, וואָס איז כּמעט נישט געווען קיין אָביעקט פֿון קיין פֿײַנטלעכע אָנפֿאַלן אין די דרײַ וואָכן פֿון דעם "פֿרידלעכן (חוץ איין טאָג פֿון אָנווענדן כּוח) רעוואָלט". פֿאַר אַ סך פֿון די פאַרצווייפֿלטע נויטלײַדנדיקע מאַסן איז דער גלויבן אין גאָט די איינציקע אַנטרינונג פֿון זייער אויסזיכטלאָזיקייט. פֿון דער אַנדערער זײַט אָבער, וויל די פֿאָרגעשריטענע יוגנט און אינטעליגענץ זיך באַפֿרײַען פֿון דעם רעליגיעזן צוואַנג, אַזוי אַז אין המשך קען קומען צו אַ צוזאַמענשטויס צווישן די צוויי לאַגערן. מובאַראַקס קאַפּיטולאַציע איז אָבער געווען דער געאייניקטער נצחון פֿון אַלע קרײַזן און ריכטונגען, וועלכע האָבן צום ערשטן מאָל דערפֿילט זייער כּוח צו דערגרייכן די מאַכט.

אין מצרים האָט די מאַכט אָבער דערווײַל איבערגענומען צײַטווײַליק די אָנפֿירונג פֿון דער אַרמיי בראָש מיטן גענעראַל מוקאַטי, כּדי צוצוגרייטן די דעמאָקראַטישע וואַלן. פֿון דעם קען אַרויסדרינגען, אַז דאָס איז פֿאַקטיש אַ המשך פֿון אַלע פֿריִערדיקע רעזשימען, בראָש פֿון וועלכע עס זײַנען אַלע מאָל, זינט דער מיליטערישער איבערקערעניש קעגן דעם קעניג פֿאַרוק אין 1952, געשטאַנען גענעראַלן, אָנהייבנדיק פֿון גענעראַל נאַגיב ביזן גענעראַל מובאַראַק.

אין דער מיט פֿון אָט דער ברענענדיקער זאַווערוכע שטייט מדינת־ישׂראל אַ רויִקע און אַ זעלבסטצופֿרידענע, ווי זי וואָלט דאָ קיין חלק נישט געהאַט; ווי נישט זי וואָלט מען געמיינט אין די צוקונפֿטיקע פּאָליטישע פּראָצעסן — פֿאַרגעסנדיק, אַז זי האָט נאָך אויסצושטיין שווערע פֿאַרמעסטן מיט די רעוואָלטירנדיקע שכנים פֿאַר איר עקזיסטענץ. אין דער זעלבער צײַט, ווען די רעגירונג פֿון נתניה איז כּסדר באַשעפֿטיקט מיט דער סוגיא, ווי אַזוי צו רודפֿן "די לינקע", און האַלט אין איין זוכן תּירוצים פֿאַר איר פּאָליטישער בטלנות, ווי דער פּראָטעקטאָר פֿון די קאָלאָניסטן און שומר פֿון דעם "סטאַטוס־קוואָ" — האַלטן אָפּ די פּאַלעסטינער נצחונות אין זייער "פֿרידלעכער מלחמה" צו איזאָלירן ישׂראל און צו דערגרייכן איר פֿולע דעלעגיטימאַציע צווישן די פֿעלקער פֿון דער וועלט. ישׂראלס "נצחון" פֿון אויספּרעסן בײַ אָבאַמאַ דעם אַמעריקאַנישן וועטאָ אין זיכערהייטס־ראַט קעגן דער רעזאָלוציע, וואָס דערקלערט די קאָלאָניזאַציע אויף די "שטחים" פֿאַר אומגעזעצלעך. די רעזאָלוציע באַצייכנט אויך די קאָלאָניזאַציע ווי די עיקרדיקע שטערונג פֿאַרן שלום. די רעגירונג פֿון ישׂראל רעכנט זיך אָבער נישט מיטן פֿאַקט, אַז אַלע 14 מיטגלידער פֿונעם ראַט האָבן געשטימט פֿאַר דער פּראָ־פּאַלעסטינער רעזאָלוציע און אויך אַמעריקע איז מסכּים מיט איר טעקסט — אָבער זי האַלט, אַז "עס איז נישט די געהעריקע צײַט פֿאַר איר", לויט דער טענה פֿון וואַשינגטאָן. די אַמעריקאַנער פּרעסע זעט אָבער אין דעם וועטאָ דעם אָנהייב פֿון אָבאַמאַס וואַל־קאַמף צו געווינען די שטימען פֿון די ייִדישע וויילער.

אין צווישן גרייט זיך די פּאַלעסטינער אָנפֿירונג צו דערלאַנגען ישׂראל אַ מפּלה און איזאָלירן זי אינעם פּלענום פֿון דער "יו־ען". זי האַלט אָפּ אָן אויפֿהער דיפּלאָמאַטישע נצחונות באַוועגנדיק אַלץ מער און מער לענדער צו אָנערקענען שוין איצט די נאָך נישט אויפֿגעקומענע פּאַלעסטינער מדינה.

נתניהו איז אָבער אַרײַנגעטאָן אין זײַנע יאָ־און־ניין פֿאַרמעסטונגען מיטן אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן, וועלכער טרעט אַרויס אויפֿן פּלענום פֿון דער "יו־ען" מיט אַ רעדע קעגן דעם זין פֿון אַ שלום און קעגן דער פּאָליטיק פֿון זײַן "באָס", און נתניהו טוט אַלץ, אַז זײַן צעבאַלעוועטער מיניסטער זאָל אים, חלילה, נישט איבערלאָזן אַליין מיט זײַן צווילינג־ברודער אהוד ברק, ווען אַרום ברענט אין דער אַראַבישער וועלט.

תּל־אָבֿיבֿ, פֿעברואַר 22, 2011