געזעלשאַפֿט
מאָנטיק האָבן ייִדן איבער דער וועלט געפּראַוועט דעם טאָג פֿון דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט. בעת אַ צערעמאָניע מאָנטיק אויף דער נאַכט אין הר־הרצל, איז יואל שליט, דער ברודער פֿונעם פֿאַרכאַפּטן סאָלדאַט, גלעד שליט, צוגעלאָפֿן מיט זײַן חבֿרטע צו דער בינע מיט אַ פּלאַקאַט אין דער האַנט, און שרײַענדיק: "גלעד לעבט נאָך!" דער זיכערהייט־פּערסאָנאַל האָט אים גיך אַרויסגעפֿירט פֿון זאַל.
מאָנטיק האָבן ייִדן איבער דער וועלט געפּראַוועט דעם טאָג פֿון דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט. בעת אַ צערעמאָניע מאָנטיק אויף דער נאַכט אין הר־הרצל, איז יואל שליט, דער ברודער פֿונעם פֿאַרכאַפּטן סאָלדאַט, גלעד שליט, צוגעלאָפֿן מיט זײַן חבֿרטע צו דער בינע מיט אַ פּלאַקאַט אין דער האַנט, און שרײַענדיק: "גלעד לעבט נאָך!" דער זיכערהייט־פּערסאָנאַל האָט אים גיך אַרויסגעפֿירט פֿון זאַל.
Credit: Miriam Alster/FLASH90/JTA

פּאָליטיק, זאָגט מען, איז אַן אָנגעבלאָזענער באַלעם אין די הענט פֿון פּאָליטיקערס. און פּאָליטיקערס האָבן געוויינטלעך בײַם עולם נישט קיין גוטן שם. אויך פּאָליטיק, וואָס פֿון איר איז אָפּהענגיק דער גורל פֿון דער מענטשהייט און דער קיום פֿון דער וועלט, מיט וועלכער זי פֿירט אייגנטלעך אָן, איז אין אַלגעמיין נישט קיין באַליבטער ענין, און זייער אַ סך מענטשן טרייסלען זיך אָפּ פֿון איר ווי פֿון אַ מגפֿה. איך קען אַ סך — אַפֿילו אינטעליגענטע — מענטשן, וואָס זאָגן, אַז זיי לייענען נישט אין די צײַטונגען און זשורנאַלן קיין זאַך וואָס האָט צו טאָן מיט פּאָליטיק. די מערסטע מענטשן לייענען נאָר די בײַלאַגעס וועגן ספּאָרט; אַנדערע — נאָר וועגן ליטעראַטור, קולטור און קונסט — סײַדן, עס טרעפֿט עפּעס אומגעוויינטלעכס: ווען אַ מענטש בײַסט אַ הונט, און נישט פֿאַרקערט, ווען אַ פּרעזידענט פֿון אַ מדינה ווערט געמישפּט פֿאַר שאַנד־אַקטן, פֿאַר פֿאַרגוואַלדיקונג, אָדער ווען עס טרעפֿט

אַ רויב, אַ מאָרד, אַן איבערפֿאַל,

אַ קאַטאַסטראָפֿע, אַ סקאַנדאַל —

בלוט, טײַכן רויטע,

נײַע פֿינף און צוואַנציק טויטע! —

— ווי עס זינגט זיך אין יענעם באַקאַנטן לידל וועגן אַ צײַטונגס־פֿאַרקויפֿער, וואָס איז געזונגען געוואָרן אין ייִדישן טעאַטער פֿון פֿאַר דער מלחמה...

ברוך שעפֿנער, דער באַקאַנטער פֿעליעטאָניסט פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט אַמאָל, פֿאַר דער היטלער־מלחמה, געשריבן אין דער וואַרשעווער "פֿאָלקסצײַטונג" וועגן אַ שלום־אַקטיוויסט, וואָס איז געקומען אויפֿן מאַרק אַגיטירן קעגן דעם צאַרישן קריגס־בודזשעט, און אַ פֿיש־הענדלערין אויפֿן מאַרק איז אים באַפֿאַלן מיט וויסטע קללות הלמאַי ער פֿאַרדרייט איר דעם קאָפּ מיט זײַן פּאָליטיק און ער שטערט איר צו פֿאַרקויפֿן אירע פֿיש. ווען אָבער מיט אַ צײַט שפּעטער איז געקומען צו איר אין שטוב דער זשאַנדאַרם מיט אַ פּריקאַז פֿונעם צאַר און האָט אַוועקגענומען איר מאַן אויף דער מלחמה, איז זי אויסגעבראָכן מיט אַ יאָמערלעכן געשרײַ: געוואַלד, מע נעמט פֿון מיר אַוועק מײַן איינציקן מאַן, מײַן ברויטגעבער, געוואַלד! פֿאַרוואָס האָב איך נישט געהאָרכט יענעם פּאָליטיקער דעם אַגיטאַטאָר איך זאָל שטימען קעגן דעם, ווי הייסט ער, דעם קריגס־בודזשעט, וואָס האָט איצט געכאַפּט מײַן מאַן אין דער מלחמה אַרײַן, געוואַלד!

דער באַגריף "פּאָליטיק", כאָטש זי באַשטימט אַזוי צי אַנדערש דעם גורל פֿון דער וועלט און פֿון דער מענטשהייט, איז נישט זייער באַליבט בײַ מענטשן, און נאָך ווייניקער באַליבט איז דער פּאָליטיקער, וועלכער באַשטימט די פּאָליטיק. אין אייניקע ווערטער־ביכער ווערט דאָס וואָרט "פּאָליטיקער" באַצייכנט ווי אַ סינאָנים פֿון אַ שווינדלער, אַן אָפּנאַרער, אַ שאַרלאַטאַן.

אין דער פּראַקטיק און אין די וויסנשאַפֿטלעכע ביכער ווערט די פּאָליטיק פֿאַרטיילט אין כּלערליי קאַטעגאָריעס לויט אירע פֿונקציעס און כאַראַקטער־שטריכן. און טאַקע — לויט איר כאַראַקטער און לויט אירע האַנדלונגען. נאָך דער ספּאָנטאַנישער רעאַקציע אויף די זיך שאַפֿנדיקע אומשטאַנדן איז די פּאָליטיק פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער נתניהו אין די לעצטע טעג באַצייכנט געוואָרן דורך דער פּרעסע ווי אַ היסטערישע, אַ מבלבולדיקע פּאָליטיק: פֿון איין זייט אַ פּאָליטיק פֿון פֿאַרגליווערטן סטאַטוס-קוואָ, ווען עס פֿאַרלאַנגען זיך ענערגישע האַנדלונגען, און פֿון דער אַנדערער זײַט, אַ פּאָליטיק פֿון היסטערישע רעאַקציעס אויף די איניציאַטיוון און האַנדלונגען פֿון אַנדערע.

צוויי יאָר זײַנען שוין אַריבער זינט נתניהוס דעקלאַראַטיווער צושטימונג צום פּרינציפּ פֿון "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער" אויפֿן שטח צווישן דעם ים און דעם ירדן. די דאָזיקע פּראָקלאַמאַציע אין זײַן רעדע אין בר־אילן אוניווערסיטעט איז שוין אַן און פֿאַר זיך געווען אַ היסטאָרישע ווענדונג אין דעם פּרינציפּיעל־אידעאָלאָגישן וועלט-באַנעם פֿון דעם מנהיג פֿון "ליכּוד", דעם נאָכפֿאָלגער פֿון דער הערשנדיקער רעוויזיאָניסטישער באַוועגונג פֿון וולאַדימיר זאבֿ זשאַבאָטינסקי, דעם אידעאָלאָג פֿון דער "ארץ־ישׂראל אויף ביידע זײַטן פֿונעם ירדן". מיט צוויי יאָר צוריק האָט נתניהו זיך פֿאַרפֿליכטעט צו רעאַליזירן די דאָזיקע פּרינציפּיעלע ווענדונג און צו דערגרייכן אַ שלום לויטן פּרינציפּ פֿון "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי נאַציאָנאַליטעטן" און צו דערגרייכן אַ שלום־אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער אין משך פֿון איין יאָר.

אין משך פֿון די צוויי יאָר האָט אָבער נתניהו נאָך נישט געפֿונען קיין צײַט, און קיין נויטווענדיקייט, אויסצואַרבעטן אַ שלום־פּלאַן און אַרויסצוקומען מיט אַן אייגענער שלום־איניציאַטיוו — קעגנאיבער די איניציאַטיוון און די גענויע פּלענדער נישט בלויז פֿון די פּאַלעסטינער, נאָר אויך פֿון דער אַראַבישער ליגע אין נאָמען פֿון אַלע אַראַבישע לענדער. די דאָזיקע פּלענער און איניציאַטיוון געניסן שוין פֿון דער פֿולער אונטערשטיצונג פֿון דעם "קוואַרטעט", וועלכער באַשטייט פֿון די פֿאָרשטייער פֿון אייראָפּע, אַמעריקע, רוסלאַנד און דער "יו־ען".

אַלע ווייסן זיי וואָס די פּאַלעסטינער ווילן און אויף וואָס זיי זײַנען גרייט. בלויז די רעגירונג פֿון ישׂראל ווייסט נישט — אָדער וויל נישט זאָגן — וואָס זי וויל. זי פֿאַרלאָזט זיך, קענטיק, אויפֿן רבונו־של־עולם, וועלכער שווײַגט; אָדער אויף דער צײַט, וועלכע אַרבעט קעגן אונדז, און פֿאַרפּאַסט ווידער די סאַמע גינסטיקסטע געלעגנהייט צו פֿאַרזיכערן איר די אַזוי שטאַרק באַדראָטע עקזיסטענץ.

שוין צוויי יאָר, ווי געזאָגט, אַז נתניהו האַלט אויף דאָס דערלאַנגען זײַן ענטפֿער אויף די איניציאַטיוון פֿון די פּאַלעסטינער, פֿון די אַראַבישע לענדער און פֿון דער דרויסנדיקער וועלט, אין וועלכער ישׂראל ווערט אַלץ מער און מער איזאָלירט. ער נעמט נישט אין אַכט די אומגעהויערע ענדערונגען, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין די צוויי יאָר אין דער אַראַבישער וועלט, אין דער אַרומיקער סבֿיבֿה. עס האָט אָבער נישט געדויערט אַפֿילו קיין דרײַ שעה, ווי נתניהו האָט באַוויזן אַרויסצוקומען מיט זײַן היסטערישער רעאַקציע קעגן דער דערגרייכטער — הגם נאָך אַלץ צווייפֿלהאַפֿטער — איבערבעטונגס־פּשרה צווישן דעם "פֿאַטאַך" און דעם "כאַמאַס", צוריקצוקערן דעם עזה־שטרײַך אונטער איין דאַך פֿון דער געמיינזאַמער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט.

לויט דעם הסכּם, וואָס איז דערגרייכט געוואָרן מיט דער פֿאַרמיטלונג פֿון דער עגיפּטישער רעגירונג דעם 6סטן מײַ 2011 אין קאַיִר, וועט אויפֿגעשטעלט ווערן אַ צײַטווײַליקע רעגירונג פֿון פּאַלעסטינער טעכנאָקראַטן, וואָס וועט צוגרייטן אין משך פֿונעם יאָר נײַע וואַלן און אַ נײַע, געמיינזאַמע רעגירונג, ווי אויך דעם אויסוואַל פֿון אַ נײַעם פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ. ביידע צדדים פֿאַרפֿליכטן זיך אָפּצוהיטן די רו און אַלע ביז איצט דערגרייכטע אינטערנאַציאָנאַלע אָפּמאַכן. דאָס מיינט, אין דער ערשטער ריי, מיט מדינת־ישׂראל.

דאַרף מדינת־ישׂראל נישט זײַן צופֿרידן פֿון אַזאַ אַנטוויקלונג? אמת, דאָס מיינט נישט, אַז די צדדים אין דעם הסכּם זאָגן זיך אָפּ פֿון זייערע אידעאָלאָגישע פּרינציפּן און קעגנזאַצן. דער "כאַמאַס" איז נאָך נישט גרייט צו אָנערקענען מדינת־ישׂראל און דער "פֿאַטאַך" איז נישט גרייט אויפֿצוגעבן די מיליטערישע צוזאַמענאַרבעט מיט ישׂראל און פֿאַרלאַנגט צו באַנײַען די דירעקטע שלום־געשפּרעכן מיט ישׂראל, אויב זי וועט מסכּים זײַן אָפּצושטעלן אויף דרײַ חדשים דעם הײַזער־בוי מעבֿר דער "גרינער ליניע".

נתניהו האָט אָבער רעאַגירט אויף דעם אָפּגעשלאָסענעם אָפּמאַך אין קאַיִר מיטן אולטימאַטום צום פּאַלעסטינער פּרעזידענט אַבו מאַזען: "זיי אָדער מיר! דער ׳כאַמאַס׳ — אָדער ישׂראל". ער האָט באַצייכנט דעם אָפּמאַך אין קאַיִר ווי אַ מלחמה־דערקלערונג קעגן ישׂראל. צו די אײַנוווינער פֿון ישׂראל האָט נתניהו אַלאַרמירט, אַז דער אָפּמאַך פֿון קאַיִר באַדראָט די מדינה מיט דער געפֿאַר פֿון מלחמה און טעראָר. און דאָס — אָן צו באַראַטן זיך מיט זײַנע מיניסטאָרן און מיט זײַן פּאַרטיי — ספּאָנטאַן, אין ווייניקער פֿון דרײַ שעה. אין לאָנדאָן און פּאַריז האָט ער געוואָרנט די מנהיגים פֿון די צוויי לענדער, אַז אַ פֿאַראייניקטע פּאַלעסטינע וועט ווערן אַ נעסט פֿון טעראָר קעגן אייראָפּע. און עטלעכע דעפּוטאַטן פֿון "ליכּוד" אין דער כּנסת האָבן שוין באַוויזן צוצוגרייטן אַ געזעץ־פּראָיעקט צו אַנעקסירן די ייִדישע קאָלאָניעס אויף די אָקופּירטע שטחים, ווי אַן ענטפֿער אויף דער "געפֿאַר" פֿון צואײַלן דעם שלום.

אַנשטאָט אַן אויסגעשטרעקטער האַנט — אַ מיליטאַנטישע אַרויספֿאָדערונג קעגן אַ פֿרידלעכער לייזונג.

סאַרקאָזי און קאַמערון האָבן אָבער, פֿון זייער זײַט, אָנגעזאָגט נתניהון, אַז אויב עס וועט נישט געמאַכט ווערן קיין פֿאָרשריט צו אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער, וועלן זיי אין חודש סעפּטעמבער זיך נישט קענען אָפּהאַלטן פֿון שטיצן די פּאַלעסטינער איניציאַטיוו אין דער "יו־ען" פֿאַר אָנערקענען די פּאַלעסטינער מדינה אין די גרענעצן פֿון פֿאַר 1967.

דאָס איינציקע אָרט, וווּ נתניהו וועט זיך פֿילן ווי "בײַ זיך אין דער היים", וועט זײַן אין דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, וווּ ער וועט אויפֿגענומען ווערן מיט סימפּאַטיע פֿון ביידע פּאַרטייען. אָבער דער הויכפּונקט פֿון נתניהוס וויזיט אין וואַשינגטאָן וועט זײַן בעת זײַן באַגעגעניש מיטן פּרעזידענט אָבאַמאַ אין "ווײַסן הויז", וווּ עס וועט ווערן אַנטשידן דער ווײַטערדיקער גורל פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט אין זײַן איצטיקער פֿאַזע. אויב נתניהו האָט ביז איצט געהאָפֿט צו באַגעגענען אָבאַמאַן אַן אָפּגעשוואַכטן און רעזיגנירטן פֿון זײַנע פּאָליטישע דורכפֿאַלן אין מיטעלן מיזרח, וועט ער איצט זיך אָנטרעפֿן אויף אַ שטאַרק דערמוטיקטן און דאָמינאַנטן מנהיג פֿון דער וועלט נאָך דער "ליקווידאַציע" פֿון בין לאַדען. עס איז קיין ספֿק נישט, אַז אָבאַמאַ וועט אויפֿנעמען זײַן ישׂראלדיקן גאַסט זייער העפֿלעך און אַפֿילו פֿרײַנדלעך. עס איז אָבער נאָך אַלץ אַ רעטעניש, צי נתניהו וועט אַרויסברענגען פֿאַר דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט זײַנע מחשבֿות און השׂגות פֿאַר אַ לייזונג פֿון דעם פּאַלעסטינער קריזיס, און ווי אַזוי אָבאַמאַ וועט אויף זיי רעאַגירן.

אין ישׂראל גופֿא האָט די פּאַלעסטינער איניציאַטיוו געפֿונען אַ פּאָזיטיוון אָפּקלאַנג בײַ די העכסטע פּאָליטישע און זיכערהייטלעכע פֿאַקטאָרן. נישט נאָר די אָפּאָזיציע, נאָר אויך דער מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס און די געוועזענע אָנפֿירער פֿון דעם "מוסַד" און פֿון דעם מיליטערישן געהיימדינסט, זענען אַרויס מיט אַ רוף אויפֿצונעמען פּאָזיטיוו דעם הסכּם וועגן דער פֿאַראייניקטער פּאַלעסטינע, אונטערן באַדינג, אַז דער "כאַמאַס" זאָל זיך אונטערוואַרפֿן די דרײַ באַדינגונגען פֿון דעם "קוואַרטעט": אָפּשטעלן דעם טעראָר, אָפּהיטן די אינטערנאַציאָנאַלע פֿאַרפֿליכטונגען און פֿאָרזעצן די שלום־געשפּרעכן. סוף־כּל־סוף, האָבן דאָך אויך דער פּל״אָ און דער "פֿאַטאַך" אַמאָל זיך באַנוצט מיט רוצחישן טעראָר.

די פּאַלעסטינער האָבן אַוועקגעשטעלט די רעגירונג פֿון נתניהו פֿאַר איר שווערסטער עקזיסטענציאַלער דילעמע, אין אָנבליק פֿון דער איצטיקער פֿאַרפֿרירונג פֿון די שלום־געשפּרעכן און זי געפֿינט זיך אין אַ האַרבער פֿאַרלעגנהייט, אין דער צײַט ווען די אָנהענגערס פֿון אַ שלום־פּאָליטיק אין ישׂראל זעען אין דעם אַ גלענצנדיקע געלעגנהייט. אין ליכט פֿון דער פּאַלעסטינער איניציאַטיוו צו געווינען די אינטערנאַציאָנאַלע אָנערקענונג פֿאַר אַ פּאַלעסטינער מדינה אין די גרענעצן פֿון 1967 דורך אַן אָפּשטימונג אויף דער פֿולער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער "יו־ען" אין חודש סעפּטעמבער, האָבנדיק שוין אַ פֿאַרזיכערטע אונטערשטיצונג פֿון ווייניקסטנס 130 מדינות, און נאָכן אײַנשטעלן דעם אינערלעכן שלום־בית (ווי וואַקלדיק און ברעקלדיק ער זאָל נישט זײַן) מיטן "כאַמאַס", שטאַרקט זיך אין לאַנד די שטעלונג, אַז אויך ישׂראל זאָל צושטיין צו זיי אונטער דעם דעקלאַרירטן תּנאַי צו פֿאַרזיכערן דעם קיום און די אינטערעסן פֿון מדינת־ישׂראל; אַנישט וועט ישׂראל ווערן איזאָלירט און פֿאַרדאַמט ווי די איינציקע אָקופּאַנטישע מדינה אויף דער וועלט.

נאָך דעם "שוואַרצן סעפּטעמבער", ווי עס ווערט דאָ אָנגערופֿן די דערוואַרטע אָפּשטימונג אין דער "יו־ען" מיט אירע דערוואַרטע קאָנסעקווענצן, וועלן די גרענעצן פֿון מדינת־ישׂראל אין אַזאַ פֿאַל באַשטימט ווערן דורך... די פּאַלעסטינער, מיטן אינטערנאַציאָנאַלן געזעצלעכן שטעמפּל פֿון דער "יו־ען". און — די איינציקע מדינה אויף דער וועלט, וואָס אָנערקענט נישט אירע אייגענע גרענעצן, וועט זײַן מדינת־ישׂראל אונטער דער רעגירונג פֿון בנימין נתניהו — די גרעסטע רעגירונג אויף דער וועלט מיט אירע 39 מיניסטאָרן און וויצע־מיניסטאָרן...

מדינת־ישׂראל האָט איצט געפֿײַערט מיט גרויס פּראַכט איר 63סטן געבוירן־טאָג. כּדי צו פֿאַרזיכערן איר קיִום און איר צוקונפֿט נאָך 63 יאָר פֿון וואַקסן און בליִען, שטאָלצירנדיק מיט איר עקאָנאָמישער סטאַביליטעט און מיליטערישער קראַפֿט, ווי די שטאַרקסטע מדינה אין דעם צעטרייסלטן מיטעלן מיזרח — האָט איצט די רעגירונג די געלעגנהייט צו באַפֿרײַען די מדינה פֿון אָט דעם דראָענדיקן סטאַטוס. דורך אַ פֿאַרנונפֿטיקער פּאָליטיק עפֿנט זיך פֿאַר דער מדינה די געלעגנהייט אָפּצוּווענדן די מיליאַרדן דאָלאַרן, וואָס זענען באַשטימט פֿאַר דער "אײַזערנער קאָפּולע" פֿון איר מיליטערישער פֿאַרטיידיקונג — אויף בילדונג פֿאַר דער יוגנט און וווילשטאַנד פֿאַר דער באַפֿעלקערונג פֿון דעם לאַנד.

תּל־אָבֿיבֿ, 10טער מײַ 2011