דער ישׁראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו (דריטער פֿון רעכטס) זיצט לעבן דעם ירושלימער בירגער־מײַסטער ניר באַרקאַט (פֿערטער פֿון רעכטס), בעת דער וועכנטלעכער קאַבינעט־זיצונג — די ערשטע זינט זײַן אומקער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן |
Credit: Getty Images |
ווער זאָגט עס, אַז נתניהו האָט גאָרנישט געלערנט פֿון זײַנע פּאָליטישע דורכפֿאַלן אין זײַן ערשטער רעגירונג פֿון מיט איבער צען יאָר צוריק און אין די צוויי יאָר פֿון זײַן איצטיקער רעגירונג?
זײַן איצטיקער באַזוך אין וואַשינגטאָן און זײַן טריִומפֿאַלער צוריקקער פֿון דאָרט קיין ישׂראל האָט בפֿירוש דערוויזן, אַז ער האָט זיך אין אָט דער צײַט גוט אויסגעלערנט די חכמה און די פּראַקטיק פֿון... רעדן. און, אין קעגנזאַץ צו דעם באַקאַנטן פֿאָלקסווערטל, אַז "ווען רעדן וואָלט געווען אַ פֿאַך", אאַז״וו, האָט ער זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ גרויסער קינסטלער, אַ מײַסטער אין דעם פֿאַך.
ער האָט אויך אין דער זעלבער צײַט ווי אַ כּישופֿמאַכער דערוויזן, אַז "פֿון זאָגן ווערט מען נישט טראָגן": אין דער קורצער שעה פֿון זײַן רעדע — סײַ פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס און סײַ פֿאַרן ייִדישן לאַבי, דעם "אייפּאַק", האָט ער אַדורכגעפֿירט אַ סעמאַנטישן אַבאָרט און האָט פֿאַרוואַנדלט זײַן קאַטעגאָרישן "ניין" אין אַן אויסגעבלאָזן איי...
אין זכות פֿון אָט דעם רעטאָרישן טאַלאַנט קענען מיר הײַנט שוין פֿרײַ אָפּעטעמען און שלאָפֿן רויִק: עס איז געוואָרן אויסגעמיטן אַ מלחמה צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע!
דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל האָט זיך פֿאָריקע וואָך צוריקגעקערט פֿון וואַשינגטאָן אַ גליקלעך־צעשטראַלטער פֿון זײַן אָפּגעהאַלטענעם נצחון אויפֿן אָראַטאָריש־רעדנערישן שלאַכט־פֿעלד: ער האָט באַזיגט דעם פּרעזידענט באַראַק כוסיין אָבאַמאַ און איז מיט זיגערישער גאַווה אַראָפּגעשטיגן, האַנט־בײַ־האַנט מיט זײַן געטרײַער לעבנס־ און רײַזע־באַגלייטערין פֿון די טרעפּ פֿונעם עראָפּלאַן, וואָס האָט אים צוריקגעבראַכט קיין ישׂראל.
אין דער אמתן איז אָבער דער "נצחון" געווען, אַזוי ווי אַלע זײַנע פֿריִערדיקע נצחונות — אַ פּירוס־נצחון; אַזוי ווי פֿון יענעם מיטאָלאָגישן קעניג און מלחמה־פֿירער פֿון דעם אַלטערטימלעכן גריכנלאַנד, וועלכער האָט זיך צוריקגעקערט אַ זיגער פֿון זײַן גרויסער שלאַכט קעגן די רוימער און איז אַהיימגעקומען אָן זײַן אַרמיי, וואָס איז געוואָרן צעשמעטערט. "נאָך אַזאַ נצחון, און מיר זענען פֿאַרלוירן"... ער האָט געוווּנען די שלאַכט און האָט פֿאַרלוירן זײַן אַרמיי. נתניהו האָט אָבער געוווּנען דעם "רייטינג": זײַן פּאָפּולאַריטעט אין לאַנד איז אין דעם טאָג געשטיגן מיט נאָך 13%, און ער האָט, ווי עס זעט אויס, געוווּנען די צווייטע העלפֿט פֿון זײַן רעגירונגס־קאַדענץ.
נתניהו איז מצליח געווען צו פֿאַרמײַדן, אָדער אָפּצולייגן, די שאַרפֿע קאָנפֿראָנטאַציע מיטן "ווײַסן הויז", מיט אָבאַמאַ — און עס האָט זיך אים אויך "אײַנגעגעבן", דער עיקר, צו פֿאַרמײַדן דעם שלום מיט די פּאַלעסטינער, אָדער אים שטאַרק צו דערווײַטערן, דערנענטערנדיק די מלחמה מיט זיי.
און נישט נאָר מיט זיי. ער איז געפֿאָרן אַהין אין אַ קריגערישער פּאָזע, פֿול מיט כּעס און צאָרן קעגן דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, וועלכער האָט אים אויסגעכאַפּט די בכורה, האָט פֿאַרכאַפּט די פֿיש פֿאַר דער נעץ און האָט אים צערייצט מיטן פּראָוואָצירנדיקן וואָרט "1967", וואָס דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט געוואָלט פֿון אים הערן. ער האָט אָבער דאָס דאָזיקע וואָרט פֿון נתניהון נישט געהערט — אין קעגנזאַץ צו די פֿינף ווערטער: "צוויי מדינות פֿאַר צוויי פֿעלקער", וואָס ער האָט מיט גרויס מי פֿון אים אַרויסגעפּרעסט מיט צוויי יאָר צוריק.
אין דער וואָך פֿון די דראַמאַטישע אַנטשיידונגען אין וואַשינגטאָן האָט דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, ווי געזאָגט, דערקלערט מלחמה דער אַמעריקאַנישער גרויסמאַכט. ער האָט צום סוף אין זײַן גלענצנדיקער רעדע פֿאַר ביידע הײַזער פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס די מלחמה פֿאַרמיטן. ער האָט אָבער נישט געקענט פֿאַרמײַדן די שאַרפֿע קאָנפֿראָנטאַציע מיט דער אַדמיניסטראַציע פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ, די קאַלטע מלחמה צווישן ירושלים און וואַשינגטאָן בנוגע דעם געראַנגל צווישן ישׂראל און "פּאַלעסטײַן".
אין דעם חשבון פֿון דער אַנטשיידונג צווישן נתניהוס "יאָ" און "נײַן" האָט מנצח געווען זײַן "ניין", דער אָפּזאָג. אַזוי ווי אין זײַן ערשטער "היסטאָרישער" רעדע מיט צוויי יאָר צוריק אין בַר־אילן־אוניווערסיטעט, ווען ער האָט געבראָכן דעם רעוויזיאָניסטישן טאַבו קעגן אַ פּאַלעסטינער מדינה, אָבער אָן דער בפֿירושדיקער התחײַבֿות זײַן הסכּמה צו רעאַליזירן, און מיט דער האָפֿענונג צו פֿאַרוואַנדלען אין אַן אויסגעבלאָזן איי זײַן דעמאָלטיקן "יאָ"; אַזוי ווי ער האָט עס איצט באַוויזן מיט זײַן קאַטעגאָרישן "ניין" (בנוגע די גרענעצן פֿון 1967), וואָס האָט געקלונגען ווי אַ רעטאָרישער "יאָ".
צוערשט, איז אָבאַמאַס רעדע אויפֿגענומען געוואָרן דורך דער פּרעסע און דורך דער אַלגעמיינער עפֿנטלעכער מיינונג, ווי אַ מײַסטער־ווערק אין זכות פֿון זײַנע קלאָרע פֿאָרמולירונגען פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק און פֿון אירע דערוואַרטונגען אין ליכט פֿון די אַנטוויקלונגען אין נאָענטן מיזרח. זײַן רעדע איז געווען לאָגיש, באַלאַנסירט צווישן די געפֿאַרן און די געווינסן פֿאַר מדינת־ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה, ווי נתניהו פֿאַרלאַנגט ווי אַ תּנאַי פֿאַר באַנײַען די געשפּרעכן. אָבער נתניהו האָט אים איבערגעשטיגן מיט זײַנע פּאָפּוליסטישע מאָטיווירונגען און מיט זײַן סאָפֿיסטיקירטן און קונציקן אופֿן פֿון שיטן זאַמד אין די אויגן.
דאָס מאָל האָבן בײַ אים דאָמינירט די צוויי עיקרדיקע מאָטיוון פֿאַר זײַן דערקלערן דעם פּאַלעסטינער מנהיג אַבו מאַזען ווי אַ non partner, אַזאַ ווי עס איז פֿריִער געווען אַראַפֿאַט: דער איבערבעטונגס־הסכּם מיטן טעראָריסטישן "כאַמאַס", וועלכער וויל נישט אָנערקענען מדינת־ישׂראל — אין סתּירה צו דער פֿריִערדיקער טענה, אַז עס האָט נישט קיין זין צו פֿאַרהאַנדלען מיט אַ צעשפּאָלטענעם צד וואָס האָט נישט קיין שליטה איבער דעם עזה־שטרײַך. זײַן צווייטער תּירוץ איז, אַז די גרענעצן פֿון 1967 זײַנען כּלומרשט נישט באַשיצונגס־פֿעיִק. ווי עס וואָלטן געווען באַשיצונגס־פֿעיִקער די צעדרייטע צעפּאַטלטע גרענעצן אַרום די קאָלאָניסטישע ייִשובֿים, וואָס אַפֿילו די אויפֿגעשטעלטע גרענעץ־מויערן וואָלטן זיי נישט געקענט באַשיצן קעגן די פֿײַנטלעכע שכנים...
דאָס איינציקע לעקעכל, וואָס נתניהו האָט אין זײַן רעדע איבערגעלאָזט פֿאַר זײַנע גאַסטגעבער, ווי אַ מין "זאָל שוין זײַן — עס וועט במילא פֿון דעם גאָרנישט אַרויסקומען", איז געווען, צום סוף פֿון זײַן רעדע, דער צוזאָג, אַז אייניקע קאָלאָניעס וועלן מוזן בלײַבן מחוץ די צוקונפֿטיקע גרענעצן פֿון דער מדינה. די דאָזיקע פּאָר ווערטער האָבן אַרויסגערופֿן אַ שטיקל אומרו צווישן די קאָלאָניסטן אויף די אָקופּירטע שטחים, ווי אויך אין די עקסטרעמיסטישע קרײַזן פֿון "ליכּוד" און אין דעם נאַציאָנאַליסטישן בלאָק אין נתניהוס קאָאַליציע — אָבער זיי האָבן זיך גיך באַרויִקט נאָך דעם ווי זיי האָבן זיך איבערגעצײַגט, אַז זיי האָבן נישט וואָס מורא צו האָבן: די פּאַלעסטינער וועלן דאָס אָפּוואַרפֿן און עס וועט טאַקע במילא פֿון דעם גאָרנישט אַרויסקומען...
דאָס איז דער פּאָליטישער פּרײַז, דער צוזאָג, וועלכן נתניהו האָט באַצאָלט פֿאַר אָפּהיטן דעם שלום מיט אַמעריקע און דעם שלום־בית אין דער ברייטער קאָאַליציע. די דאָזיקע איינציקע קאָנצעסיע פֿאַרזיכערט אים דאָס אויסלעבן די קאַדענץ פֿון זײַן רעגירונג. אויך אָבאַמאַ האָט באַצאָלט אַן ענלעכן פּאָליטישן פּרײַז מיט זײַן געלינדערטער רעדע פֿאַר דעם "אייפּאַק", דעם ייִדישן לאַבי אין קאָנגרעס — אין אָנבליק פֿון דער נײַער וואַל־קאַמפּאַניע, וואָס האָט זיך שוין אָנגעהויבן, צום אויסוואַל פֿון דעם קומענדיקן אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין יאָר 2012, ברענגט אויך אָבאַמאַ קרבנות פֿאַר זײַנע פּאָליטישע אינטערעסן.
נתניהו האָט אָבער — חוץ די צוויי שיינע, אָבער אין משך פֿון לאַנגע חדשים געגרייטע, און צו שפּעט געהאַלטענע, "טשערטשיליאַנישע" רעדעס אין קאָנגרעס און בײַם "אייפּאַק" — רעאַגירט ספּאָנטאַניש, אומבאַרעכנט און היסטעריש אויף די האַנדלונגען פֿון די פּאַלעסטינער, ווי אויך פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע. ווייניקער פֿון דרײַ שעה האָט בײַ אים געדויערט צו רעאַגירן מיט אַן אולטימאַטום: — "כאַמאַס", אָדער געשפּרעכן (סטערילע, פֿאַרשטייט זיך) מיט ישׂראל — אויף דער ידיעה וועגן דער דערגרייכטער פֿאַרשטענדיקונג, בײַ דער פֿאַרמיטלונג פֿון דער עגיפּטישער רעגירונג, צווישן דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ און דעם "כאַמאַס" וועגן אַ געאייניקטער פּאַלעסטינער רעגירונג. דערווײַל האָט אָבער דער נאָך נישט רעאַליזירטער אָפּמאַך, וואָס איז דערגרייכט געוואָרן אין קאַיִר, שוין אַרײַנגעברענגט אַ לענגער דויערנדיקע רו אויף די גרענעצן פֿון עזה.
און אַזוי האָט ער אויך, פֿאַר זײַן אַרויספֿאָר קיין וואַשינגטאָן, ספּאָנטאַניש און היסטעריש־צאָרנדיק רעאַגירט, ווי געשטויסן פֿון אַ פּאַוולאָווס־רעפֿלעקס, אויף דער "געפֿערלעכער" פֿאָדערונג פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ, צו באַנײַען די געשפּרעכן וועגן אַ שלום, באַזירט פּרינציפּיעל אויף די גרענעצן פֿון 1967, מיט אַן אויסטויש פֿון שטחים לטובֿת די קאָנצענטרירטע בלאָקן פֿון די זידלונגען.
די אַנטשיידונג איז ווידער געוואָרן אָפּגעלייגט, אויף "בעסערע צײַטן", אין אײַנקלאַנג מיט דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון דעם "נאַציאָנאַלן לאַגער", לויט וועלכער די צײַט אַרבעט כּלומרשט פֿאַר אונדז, לטובֿת מדינת־ישׂראל.
וועגן דער באַגלויבטקייט פֿון נתניהו און זײַן רעגירונג זאָגט עדות די פענאָמענאַלע "קאָאָרדינאַציע" פֿון די פּאָליטישע סתּירות: מיט אַ צײַט צוריק, ווען אין לאַנד איז געווען אויף אַ באַזוך דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען און האָט גערעדט מיט נתניהו וועגן פֿאַרלענגערן די פֿאַרפֿרירונג פֿון דעם בוי אין די זידלונגען, כּדי צו באַנײַען די שלום־געשפּרעכן מיט די פּאַלעסטינער, האָט דער אינערן־מיניסטער אלי ישי פֿון ש"ס אָנגעזאָגט דעם בוי־פּראָיעקט פֿון 1,200 וווינונגען אין מיזרח־ירושלים. האָט דאָס זעלבע זיך איבערגעחזרט בעת נתניהוס איצטיקן וויזיט אין וואַשינגטאָן. גראָד ווען ער האָט זיך, צווישן איין רעדע זײַנער און דער אַנדערער, באַזוכט די קאַנצעלאַריע פֿון דעם זעלבן וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען און באַהאַנדלט מיט אים די קעגנזײַטיקע און די בשותּפֿותדיקע פּראָבלעמען, איז דאָ דער בירגער־מײַסטער פֿון ירושלים אַרויסגעקומען מיט זײַנע נײַע בוי־פּראָיעקטן פֿאַר מיזרח־ירושלים, וווּ איר צוקונפֿט איז נאָך איינע פֿון די שטרײַט־פּונקטן פֿון דעם שלום־קאָנפֿליקט — נישט געקוקט אויף דער אַנטשלאָסנקייט פֿון ישׂראל אין דעם ענין.
די אַמעריקאַנער האָבן אָבער נישט פֿאַרשוויגן דעם נײַעם פּאַטש אין פּנים און רעאַגירט אויף זייער שטייגער: ווען נתניהו האָט גערופֿן צו פֿאַרשאַרפֿן די סאַנקציעס קעגן איראַן, האָט דער וואָרטזאָגער פֿון "ווײַסן הויז" אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ מגלה געווען, אַז אַ ישׂראלדיקע שיפֿס־קאָמפּאַניע, וועלכע געהערט צו די באַקאַנטע ישׂראלדיקע מיליאַרדערן, די ברידער עופֿר, האָט געבראָכן דעם אַמעריקאַנער עמבאַרגאָ און פֿאַרקויפֿט צו איראַן אַ נאַפֿט־טאַנקער פֿאַר 9 מיליאָן דאָלאַר. שפּעטער האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז נישט איינע, נאָר 14 שיפֿן פֿון דער קאָמפּאַניע האָבן אין די לעצטע צען יאָר באַזוכט די פּאָרטן פֿון איראַן. די ברידער עופֿר טענהן, אַז זיי האָבן געהאַט דערויף די דערלויבעניש פֿון די ישׂראלדיקע זיכערהייט־אינסטאַנצן. איצט רודערט זיך אַרום דעם ענין אין ישׂראל.
נתניהו האָט טאַקע שיין גערעדט אין וואַשינגטאָן, אָבער מיט זײַן שיינעם רעדן האָט ער דערפֿירט צו דער בהדרגהדיקער איזאָלאַציע פֿון ישׂראל אין דער פֿעלקער־משפּחה, וווּ די פֿולפֿאַרזאַמלונג פֿון דער "יו-ען" גרייט זיך אין חודש סעפּטעמבער צו אָנערקענען איינזײַטיק די פּאַלעסטינער מדינה, און עס ווערט דערוואַרט אַ געזיכערטע מערהייט פֿון ווייניקסטנס 120 מדינות, וואָס וועלן שטימען פֿאַר דעם דאָזיקן באַשלוס. אין זיכערהייט־ראַט וועט אַמעריקע אַרויפֿלייגן אויף אים אַ וועטאָ — אָבער מדינת־ישׂראל האָט נאָך אַלץ נישט, נאָך 64 יאָר — אַ יאָר פֿאַר דער עלטער־פּענסיע — קיין לעגאַליזירטע גרענעצן.
דער נײַער שעף פֿונעם גענעראַל־שטאַב פֿון צה"ל האָט שוין דערקלערט, אַז די אַרמיי וועט פֿאַרלאַנגען אַ פֿאַרגרעסערטן צוגאָב פֿון דעם קריגס־בודזשעט.
ווער וועט באַצאָלן פֿאַר די פֿאָלגן פֿון נתניהוס טשערטשיליאַנישע רעדעס?
תּל־אָבֿיבֿ, 31סטער מײַ, 2011